נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 4:35 pm
איבער דאס וואס מהרז''ל האט געקענסלט די מעמד תשב''ר אלס נקמה פארן ראב''ד'ס קומען צום כינוס
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=12261
signout האט געשריבן:איבער דאס וואס מהרז''ל האט געקענסלט די מעמד תשב''ר אלס נקמה פארן ראב''ד'ס קומען צום כינוס
berlbalaguleh האט געשריבן:סיקריק: ס'הייסט אז דער פי.די.עף. וואס דו האסט דא צוגעשטעלט איז נאר א חזרה (חזיר'יי) פון דיינע הערליכע דיברות קודש. כדי לחזר (תרתי משמע) ולשנן את דברי קדשיך...!
איך האב נאכנישט געזעיהן אזא געמיש פון דברי הבל ורעות רוח מיט הוילע שקרים און קינדישע פאנטאזיעס און פוסטע חלומות און ווישפול טהינקינג אין איין בלעטל. אזוי ווי דו האסט עס דא ..."מייסטערפול"... אהערגעשטעלט...!
איך קען דיך (ב"ה) נישט. מסתמא ביסטו אין דיין טעגליך לעבן א ..."נארמאל'ער"... מענטש. נאר די וויסטע שנאה איז מקלקלת את השורה...!
דו ארבעטסט דא אוף 2 פראנטן. איינס לפאר ולרומם דעם בארקלעי'ס כינוס. סיי מיט נאמבערס און סיי באיכות...! אויך ארבטסטו אין די זעלבע צייט אראפצוקלאפן און מבטל צו זיין דעם כינוס כללי וואס מהר"א שליט"א האט צוזאמגערופן אום כ' סיון תשע"ח לפ"ק...!
איך האב נייעס פאר דיר און דיינ'ס גלייכן. עטץ האטץ נישט מצליח געווען אויף ביידע פראנטן. ערשטנס דער כינוס פון בארקלעי'ס (אן אריינגיין אין ויכוחים.) זענען די נאמבערס געווען שטארק אויפגעבלאזן. און די איכות (קוואליטי) פון די רעדנערס איז נישט געווען אזוי ווייס איך ווי גוט. אז מ'האט געמוזט אנקומען צו דעם ספרדי'שן שלאף רעבע וועלכער האט גערעדט לשון הקודש בהברה אשכנזית (נו, זיין נאטורליכע שפראך, עיברית טאר מען דאך נישט רעדן ביי א סאטמאר'ע כינוס.) און פון די אנדערע זייט. דער כינוס פון כ' סיון איז ב"ה געווען שטארק סיי אין כמות און סיי אין איכות. כאטש עטץ די מהרסים ומחריבים האבן זיך אנגעשטרענגט עס צו צושטערן היל"ת...! דארך לייגן פרעשור אויף רבנים אז זיי זאללן נישט גיין צום כינוס און (ח"ו) רעדן דארט. און דער גרויסער גאון ופוסק הדור דער ראב"ד שליט"א אז ער האט שוין יא מסכים געווען צו רעדן ביים כינוס. האבן די מחרחרי ריב ואנשי בלע געארבעט אויף אלע כלים איהם אראפצוקלאפן און מבזה זיין זיין כבוד התורה. מיט פאשקעווילן און אנדערע בזיונות...! אזוי וווי א חשוב'ער שרייבער האט שוין דערמאנט. אז דאס דערמאנט ממש די זעלבע ווי דער בארימטער משפט שלמה המלך וואס שטייט אין די הפטורה פון פ' מקץ...! אז די אמת'חע מאמע פון דעם קינד האט מסכים געווען אוועקצוגעבן דאס קינד פאר די אנדערע פרוי. נאר ער זאלל בלייבן לעבן. און די אנדערע, פאלשע מאמע האט געזאגט..."גם לי, גם לך לא יהיה, גזורו"...!
ברוכים תהי', בד''וו פאטאשפא איז גרינגער ווי פאברעצירן ניחם אבילם תגובותסיקריק האט געשריבן:מזל טוב! sineout האט זיך אויסגעלערנט פאטא שאפ!
/b],signout האט געשריבן:[b]ס'שווער צו אפענטפרן יעדע ליגענט וואס צד מהרז''ל ברענגט[
סיקריק האט געשריבן:מזל טוב! sineout האט זיך אויסגעלערנט פאטא שאפ!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וואוין נישט אין ווסמב"ג און איך קען נישט קיין ריזיגע צאל ארוינעם, אבער די וואס איך קען יא, זענען גארנישט צוקלאפט. איינער זאגט מיר שבת "א פיינעם סאטמארער דרשה געהערט". א צווייטער זאגט מיר "זיי האבען געהיידזשעקט דער רבי ז"ל, יעצט האט מען איהם אויסגעלייזט".
בקיצור זיי רעדען א שפראך פון פנימי, אז אין זייער פארטיי פילען זיי מער באקוועם.
אז עס וואלט זיך געוואלט פאר די זאליס אז זיי זאלען זיין צוקלאפט איז נישט מער ווי פארשטענדליך. אמער א יאר צוריק איז געווען פונקט פארקערט, ווי די ארוינעם האבען געזוכט טענות מיט לעכט, וועגען סקרינס און הבלים אחרים, און די זאלוינעם האבען געפייערט זייער זיג דורך ברענגען פרעמדע.
אופס, אפשר איז עס נישט ממש אייניג, מ׳עט מוזען זע׳ען.
הצד השווה שבהן.............
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
berlbalaguleh האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:איך האב עס אויך אנגעקוקט אלס א טעות, אבער כ'האב דערפון צוריקגעצויגן. איך האלט אז אין דער צוקונפט וועט אים דער שריט צוניצקומען ווען ער וועט האבן א ווארט אין די עדה. מען וועט וויסן אז אויך מיט אים דארף מען זיך רעכענען ווייל ער קען אויך נעמען שריט זיך אנצונעמען פאר זיך.
איסר האיטלקי: דעיס איז דער בראך מיט די פיהרער (אדער די וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען די פיהרערס) פון די עדה החרדית. זיי ווארפן זיך ארום מיט א יחיד אדער א גרופ. און נאכדעים ווען די גרופ אדער דער יחיד לאזט זיי איבער און זייער פרעסטיזש פאלט, דאמאלס וויינען זיי ווי דער קאזאק הנגזל...!
די זעלבע איז געווען מיט בעלזא אין ירושלים. זיי האבן זיך ארומגעווארפן מיט בעלזא און זייער מנהיג. אבער נאכדעים וואס בעלזא האט זיך ארומגעזעהן אז זיי האבן די נאמבערס און זיי דארפן נישט עסן טשיקנס פון די עדה. און זיי האבן געמאכט שבת פאר זיך, האבן די קארפן קעפ, די סיקריקים אנגעהויבן צו בריקען. און זיי האבן אויפגעהובין א געשריי וואס איז דערהערט געווארן דורך זייערע שותפים לרעה אין ניו יארק, אין יארע תשמ"א. נו, האט מע זיי דאן געלערנט א לעקציע. אבער, ווי ס'זעהט אויס וויללן זיי זיך נישט לערנען. ווייל אפילו די מעסיגערע מענטשן אין די עדה היינט גייען נישט מיט מיט זייערע שמד שטיק. און מ'באזייטיגט זיי צוביסלעך. צום סוף וועללן זיי בלייבן נאר מיט די בריונים. און די פוסטע ליידיגגייערס. ווייל אפילו תו"א, תוא"י און דושינסקי וועללן זיך אויכעט אפלאזן פון זיי. אזוי אז זיי וועללן בלייבן לעקיש. און זיי וועללן אויסזעהן אזוי ווי די קאנגרעגעישן קהל חסידים אין בארא פארק אמעריקע. וואס ס'איז נאר געבליבן א זכר פון געלט דערפון. כן הדבר הזה מיט די (געוועזענע) עדה. זיי וועללן בלייבן מיט די חותמת ההשגחה. און א פאר אידעלעך וועללן נאך שארן מיליאנען. און די שארית הבריונים וועללן ממשיך זיין צו מאכן ראיאטן אין ירושלים. און זיך שלאגן מיט די פאליציי...!
אונטער חכם האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיטן קרן הצלה מעמד? וועם האט מען אפגעטוהן מיטן עס מבטל זיין?
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האב עס אויך אנגעקוקט אלס א טעות, אבער כ'האב דערפון צוריקגעצויגן. איך האלט אז אין דער צוקונפט וועט אים דער שריט צוניצקומען ווען ער וועט האבן א ווארט אין די עדה. מען וועט וויסן אז אויך מיט אים דארף מען זיך רעכענען ווייל ער קען אויך נעמען שריט זיך אנצונעמען פאר זיך.
שמעקעדיג האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:עס בלייבט נישט בלויז ביים אסיפה
מען טוט [למעשה, שיעורים אין על הגאולה]:
געשריבן דא: viewtopic.php?p=405028#p405028
און וואס זאגסטו צו דעם
.
עמעזאן האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וואוין נישט אין ווסמב"ג און איך קען נישט קיין ריזיגע צאל ארוינעם, אבער די וואס איך קען יא, זענען גארנישט צוקלאפט. איינער זאגט מיר שבת "א פיינעם סאטמארער דרשה געהערט". א צווייטער זאגט מיר "זיי האבען געהיידזשעקט דער רבי ז"ל, יעצט האט מען איהם אויסגעלייזט".
בקיצור זיי רעדען א שפראך פון פנימי, אז אין זייער פארטיי פילען זיי מער באקוועם.
אז עס וואלט זיך געוואלט פאר די זאליס אז זיי זאלען זיין צוקלאפט איז נישט מער ווי פארשטענדליך. אמער א יאר צוריק איז געווען פונקט פארקערט, ווי די ארוינעם האבען געזוכט טענות מיט לעכט, וועגען סקרינס און הבלים אחרים, און די זאלוינעם האבען געפייערט זייער זיג דורך ברענגען פרעמדע.
אופס, אפשר איז עס נישט ממש אייניג, מ׳עט מוזען זע׳ען.
הצד השווה שבהן.............
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
עס איז בעצם פארהאן 2 נקודות אין די כינוס.
נקודה א' די סאטמר חסידים וואס באלאנגן ביי מהר''א האבן זיך די לעצטע יארן געפונען אין זייער א אומאנגענעמע פאזיציע עפעס סאם האו זענען זיי אלס ארויסגעקומען לינק געשטימט, יא גערעכט נישט גערעכט למעשה זענען זיי געווען קעגן די קנאים אפילו גערעכטערהייט האבן זיי זיך נישט געפילט אין פלאץ, רז''ל האט מצליח געווען צו היידשעקען די קנאות פלאטפארמע, דורך עפענען א קופה צו טיילען מיליונען און מיט די מערכות וועגען גיוס וכו'.
מיט די נקודה האט יעצט מהר''א געלונגען צו דעליווערן פאר זיין ציבור א קנאותדיגע פלאטפארמע מיט א דרשה נגד טומאת הציונות און נאך צוגעלייגט א טשערי אן די פיי מיט התייסדות פון א נייע קופה צו טיילען געלד פאר מוסדות על טהרת הקודש.
דערנאך איז געווען נאך א נקודה מער א פאליטישע צוזאמצושלעפן א ריזען ציבור צו ווייזען די כח, און זיי האבן געהאט די קאנפידענס אז זיי גייען געלונגען צוזאמצושלעפן א 17 - 18 טויזענט מענטשען איזעלי, און זיי האבן דאס ניטאמאל באהאלטן, איך אלס זאלי ליינענדיג די אלע צעטליך אז קרוב צו 20,000 טיקעטס איז פארקויפט האב איך באמת געמיינט אז עס איז אמת, עס האט מיר אפילו א ציפ געטון וואו פארפאלן ער האט א גרעסערע ציבור ווי די זאליס, און מיט דעם איז ער אדורך געפאלן בגדול עס איז געווען היבש לעכערליך און בכלל נישט קרוב צו די סכום וואס מען האט עקספעקטעט און א וודאי נישט די סכום וואס די ברודער האט געהאט פאריאר.
ווי אויך איז זיין אויבן אן געווען היבש אויסגעשפילט און אביסל א ליצנות אז ר' ברוך כהנא און אביש פון ספינקא האבן באשיינט די סאמע חשובסטע מקומות... הגם זיי פארענטפערן זיך אז נאר תלמידים פון די רבי זצ''ל האבן זיי געלאדענט ווייסט מען די אמת.
ווי אויך די דרשנים איז עפעס נישט ווי קומט ר' קאפל שווארץ אהין? וכדו'
בכל אופן בכלליות איז עס טאקע געווען א סוקסעס!
berlbalaguleh האט געשריבן:אפילו תו"א, תוא"י און דושינסקי וועללן זיך אויכעט אפלאזן פון זיי.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: פורים איז מען פרייליך, פורים איז נישט קיין צייט פאר יללות (אחוץ ווען מ׳דערהייבט עס שוין נישט און מ׳דערלאנגט דער נענסטע קינד א מאגייקע באתרא דמסלקי און די יללות נעמען איבער די הוללות און דער טאג קען זיך שוין ענדיגען)
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:אפילו תו"א, תוא"י און דושינסקי וועללן זיך אויכעט אפלאזן פון זיי.
תו"א און דושינסקיא האבן זיך שוין פונלאנג אפגעלאזט פון זיי, עיין ערך קברים רח' שמואל הנביא, ועוד. די איינציגסטע וואס זענען נאך פאלי מיט'ן גאב"ד איז תוא"י.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:אפילו תו"א, תוא"י און דושינסקי וועללן זיך אויכעט אפלאזן פון זיי.
תו"א און דושינסקיא האבן זיך שוין פונלאנג אפגעלאזט פון זיי, עיין ערך קברים רח' שמואל הנביא, ועוד. די איינציגסטע וואס זענען נאך פאלי מיט'ן גאב"ד איז תוא"י.