בלאט 22 פון 23

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:34 pm
דורך דערהויבענע איד
קליינע צדיק האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 12:17 pm וואס מען איז ביי די שטייעדיגע בתי כבוד
מיטאמאל פילט מען איינגעצוימט, מקען נישט קוקן אין ערגעץ, קוקט רעכטס כאפט מען יענעמס אויגן לינקס די סעים אא"וו
איינער רילעיט?
ניין ביסט נישט.

צומאל קען איך אפילו נישט טון מיינע צרכים צוליב די פרעשור וואס כ'שפיר.

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 3:25 pm
דורך [NAMELESS]
דערהויבענע איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:34 pm
קליינע צדיק האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 12:17 pm וואס מען איז ביי די שטייעדיגע בתי כבוד
מיטאמאל פילט מען איינגעצוימט, מקען נישט קוקן אין ערגעץ, קוקט רעכטס כאפט מען יענעמס אויגן לינקס די סעים אא"וו
איינער רילעיט?
ניין ביסט נישט.

צומאל קען איך אפילו נישט טון מיינע צרכים צוליב די פרעשור וואס כ'שפיר.
טאקע בעסער צו גיין אין א באזונדערע צימער

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 3:42 pm
דורך זאקן
קליינע צדיק האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 12:17 pm וואס מען איז ביי די שטייעדיגע בתי כבוד
מיטאמאל פילט מען איינגעצוימט, מקען נישט קוקן אין ערגעץ, קוקט רעכטס כאפט מען יענעמס אויגן לינקס די סעים אא"וו
איינער רילעיט?
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם, איך האב א פראבלעם ווען איך זיץ און טוילעט פאר פופצען מינוט און די נשמות פון די עסן האלטן נישט ביים ארויסקומען, און אינמיטן קומט אן א באס דרייווער און רייסט אויף די נעקסטע טיר ווארפט ארויף די ציצות אויף די טיר לאזט אראפ די הויזן און נאך פאר די שליסלעך דערגרייכט די פלאר הערט מען שוין א תקועה גדולה און א סקונדע שפעטער איז ער שוין פארטיג און צוריק אויף די באס, און די נשמות און מיין גוף פייטן זיך נאך ארום ווער עס זאל זיין די ערשטע ארויס צוקומען.

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 3:43 pm
דורך צוביסלעך
קליינע צדיק האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 12:17 pm וואס מען איז ביי די שטייעדיגע בתי כבוד
מיטאמאל פילט מען איינגעצוימט, מקען נישט קוקן אין ערגעץ, קוקט רעכטס כאפט מען יענעמס אויגן לינקס די סעים אא"וו
איינער רילעיט?
טאקע וועגן דעם גיי איך נישט דארט, כ'שפיר עס אלץ אומאיידל די מהלך פון שטייעדיגע ביה''כ, ס'איז אומבא'טעם'ט.

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 3:47 pm
דורך וואלווי
חרדישע משוגעת'ן. מ'ניצט נישט די ערשטע שטייעדיגע ביים טיר, מ'שטייט א מייל אוועק פון די נעקסטע שטייער, און מ'קוקט לצדדין אויב מ'קען די נייע שטיי'ער וואס האט יעצט אריין שפאצירט. וכו'

Just stay focused, keep your eyes on the road ahead, and you'll be ok

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 4:40 pm
דורך שוואכער
דערהויבענע איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:34 pm
קליינע צדיק האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 12:17 pm וואס מען איז ביי די שטייעדיגע בתי כבוד
מיטאמאל פילט מען איינגעצוימט, מקען נישט קוקן אין ערגעץ, קוקט רעכטס כאפט מען יענעמס אויגן לינקס די סעים אא"וו
איינער רילעיט?
ניין ביסט נישט.

צומאל קען איך אפילו נישט טון מיינע צרכים צוליב די פרעשור וואס כ'שפיר.
Paruresis /shy bladder syndrome בלע"ז

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 5:02 pm
דורך דערהויבענע איד
וואלווי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 3:47 pm חרדישע משוגעת'ן. מ'ניצט נישט די ערשטע שטייעדיגע ביים טיר, מ'שטייט א מייל אוועק פון די נעקסטע שטייער, און מ'קוקט לצדדין אויב מ'קען די נייע שטיי'ער וואס האט יעצט אריין שפאצירט. וכו'
די גרעסטע חרדיש'ע משוגעת איז אז מ'נעמט עפעס וואס די אלגעמיינע מענטשהייט פלאגט זיך, און עס פארוואנדלען אין א 'חרדי'שע' פראבלעם.

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 6:53 pm
דורך משה רבקש
דערהויבענע איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 5:02 pm
וואלווי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 3:47 pm חרדישע משוגעת'ן. מ'ניצט נישט די ערשטע שטייעדיגע ביים טיר, מ'שטייט א מייל אוועק פון די נעקסטע שטייער, און מ'קוקט לצדדין אויב מ'קען די נייע שטיי'ער וואס האט יעצט אריין שפאצירט. וכו'
די גרעסטע חרדיש'ע משוגעת איז אז מ'נעמט עפעס וואס די אלגעמיינע מענטשהייט פלאגט זיך, און עס פארוואנדלען אין א 'חרדי'שע' פראבלעם.
די נישט-חרדים האבן ניטאמאל מחיצות.
משתין ואינו ממתין

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:35 pm
דורך דערהויבענע איד
משה רבקש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 6:53 pm
דערהויבענע איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 5:02 pm
וואלווי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 3:47 pm חרדישע משוגעת'ן. מ'ניצט נישט די ערשטע שטייעדיגע ביים טיר, מ'שטייט א מייל אוועק פון די נעקסטע שטייער, און מ'קוקט לצדדין אויב מ'קען די נייע שטיי'ער וואס האט יעצט אריין שפאצירט. וכו'
די גרעסטע חרדיש'ע משוגעת איז אז מ'נעמט עפעס וואס די אלגעמיינע מענטשהייט פלאגט זיך, און עס פארוואנדלען אין א 'חרדי'שע' פראבלעם.
די נישט-חרדים האבן ניטאמאל מחיצות.
משתין ואינו ממתין
סאוי די ווארט וואס מ'האט פריער געברענגט דא aruresis /shy bladder syndrome איז א חרדי'שע טערמין, כ'הער.


אינטערעסאנט צו זען ווי אויפגעקלערטע חרדים גלייבן נאך אין חרדיז'ם שטערקער ווי די געווענליכע חרדי.....


שוין לאמיר נישט פארקריכן.

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 7:42 pm
דורך Antibacterial
זאקן האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 3:42 pm
קליינע צדיק האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 12:17 pm וואס מען איז ביי די שטייעדיגע בתי כבוד
מיטאמאל פילט מען איינגעצוימט, מקען נישט קוקן אין ערגעץ, קוקט רעכטס כאפט מען יענעמס אויגן לינקס די סעים אא"וו
איינער רילעיט?
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם, איך האב א פראבלעם ווען איך זיץ און טוילעט פאר פופצען מינוט און די נשמות פון די עסן האלטן נישט ביים ארויסקומען, און אינמיטן קומט אן א באס דרייווער און רייסט אויף די נעקסטע טיר ווארפט ארויף די ציצות אויף די טיר לאזט אראפ די הויזן און נאך פאר די שליסלעך דערגרייכט די פלאר הערט מען שוין א תקועה גדולה און א סקונדע שפעטער איז ער שוין פארטיג און צוריק אויף די באס, און די נשמות און מיין גוף פייטן זיך נאך ארום ווער עס זאל זיין די ערשטע ארויס צוקומען.
וואס כאפסטו נישט?
דער באס דרייווער הייבט אן זיין טאג זעקס אזייגער. ער פראבירט צו מתקן זיין די נשמות אבער אן ערפאלג. ער מאכט א קאווע און הויבט אן זיין רוט. נאכן פארן פופצען מינוט הייבט ער אן שפירן ווי די אראלים מיט די מצוקים שלאגען זיך, אבער ער פארט זיך ווייטער געמיטלעך. ווען עס קומט אבער זיין צווייטע רוט שפירט ער ווי דער מצב הויבט אן ווערן ענג, די אראלים הויבן זיך אן מתגבר זיין איבער די מצוקים און ער האט נאך א צוואנציג מינוט רוט צו מאכן....

יעצט דער נערישער צוקוקער וואס זעהט ווי אזוי דער באס דרייווער פייפט מיטן גרויסען פייפער ווען א אינגעל שפעטיגט. פארדריסט אים פארוואס דער דרייווער טוט דאס. ער כאפט גארנישט אז דער באס דרייווער האט אן אגענדע יעצט עוסק צו זיין אין גלגולי נשמות, און ער יאגט זיך אהין... נעקסט מאל זיי אים דן לזכות...

ווען דו טרעפסט אים אכט אזייגער האלט ער שוין נאנט צו כלות הנפש, נו אודאי איז נצחו אראלים את המצוקים... וואס כאפסטו נישט??

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2024 11:25 am
דורך yesiknow
דערהויבענע איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 5:02 pm
וואלווי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 3:47 pm חרדישע משוגעת'ן. מ'ניצט נישט די ערשטע שטייעדיגע ביים טיר, מ'שטייט א מייל אוועק פון די נעקסטע שטייער, און מ'קוקט לצדדין אויב מ'קען די נייע שטיי'ער וואס האט יעצט אריין שפאצירט. וכו'
די גרעסטע חרדיש'ע משוגעת איז אז מ'נעמט עפעס וואס די אלגעמיינע מענטשהייט פלאגט זיך, און עס פארוואנדלען אין א 'חרדי'שע' פראבלעם.
,זיי ווייסען נישט וואס עס טוט זיך אידרויסן.

If you ever realized ,by the rest areas those hasidim run immediately to the closed doors bathroom
...

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 12:49 am
דורך מילך טראק
ווי קען מען קויפן א צינג סענדוויטש פאר 15 טאלער ?

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 5:59 pm
דורך איך אויך
אין מעקסיקא.

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:26 am
דורך מייערן
וואס האט ליב אז די קאר אינסייד האט א שיינע בעזשע קאליר! סגעט צי א מורהדיגע ‏הרחבות הדעת!

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:47 pm
דורך yesiknow
טעם וריח לא יתן ....

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 8:28 am
דורך שאלתיאל
וואס מוטשעט זיך געפערליך זיך צו רוקן אין א חלום? אפטמאל אין א חלום דארף איך לויפן/אנטלויפען און עס רוקט זיך קוים ס'פילט כאילו איך שטופ א בארג. אפי' גיין פון איין פלאץ צום אנדערן נעמט אסאך ענערדזשי און גייסטישע כוחות. מ'קען משוגע ווערן

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:05 am
דורך כספי
שאלתיאל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 8:28 am וואס מוטשעט זיך געפערליך זיך צו רוקן אין א חלום? אפטמאל אין א חלום דארף איך לויפן/אנטלויפען און עס רוקט זיך קוים ס'פילט כאילו איך שטופ א בארג. אפי' גיין פון איין פלאץ צום אנדערן נעמט אסאך ענערדזשי און גייסטישע כוחות. מ'קען משוגע ווערן
נו, לאמיר הערן, וואס האסטו געחלומ'ט היינט?

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:18 am
דורך זאקן
וואס האט נישט געחלומ’ט פון אלס קליין קינד? איך געדענק נישט ווען איך האב די לעצטע מאל געהאט א חלום

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:48 am
דורך אלפא
שאלתיאל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 8:28 am וואס מוטשעט זיך געפערליך זיך צו רוקן אין א חלום? אפטמאל אין א חלום דארף איך לויפן/אנטלויפען און עס רוקט זיך קוים ס'פילט כאילו איך שטופ א בארג. אפי' גיין פון איין פלאץ צום אנדערן נעמט אסאך ענערדזשי און גייסטישע כוחות. מ'קען משוגע ווערן
איך האב עס אויך!

איך שפעקיליר נאר אז עס האט לכאו' מיט די וועג וויאזוי די מח עקספיריענסד די פעולה פון גיין, אנדערש ווי אלע אנדערע מחשבות/דמיונות/געפילן וועלכע דארפן נישט קיין פיזישע input כדי זיי צו שפירן, דארף דאס 'גיין' יא מער אקטועלע מאוומענטס כדי עס זאל זיך שפירן ווי מ'גייט, און וויבאלד דאס געשעט נישט אין (stationary) חלום בלייבט עס ביים urge צו לויפן אבער אן די אקטיווע perception אז מ'רוקט זיך טאקע..

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 10:27 am
דורך שאלתיאל
זאקן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:18 am וואס האט נישט געחלומ’ט פון אלס קליין קינד? איך געדענק נישט ווען איך האב די לעצטע מאל געהאט א חלום
טאקע?
אשאד. אז דו טוסט גארנישט אין די צייט ענדזשוי כאטש א זאפטיגע חלום

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 11:00 am
דורך זאקן
אדרבה קום אריין מיט א עצה, איך האב לעצטענס אנגעהויבן כאפן אז איך בין אנדערש פון רוב מענטשן אין זייער א סאך עספעקס, איך בין אבער צופרידן מיט עס, אין איך האלט אז רוב זאכן איז א מעלה אבער יעדע שטיק צייט למשל נאכן ליינען ווי אזוי א מענטש טראכט אדער ראגירט צו זאכן הייב איך אן טראכטן אז אפשר איז עפעס ראנג מיט מיך

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 11:54 am
דורך שאלתיאל
זאקן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 11:00 am אדרבה קום אריין מיט א עצה, איך האב לעצטענס אנגעהויבן כאפן אז איך בין אנדערש פון רוב מענטשן אין זייער א סאך עספעקס, איך בין אבער צופרידן מיט עס, אין איך האלט אז רוב זאכן איז א מעלה אבער יעדע שטיק צייט למשל נאכן ליינען ווי אזוי א מענטש טראכט אדער ראגירט צו זאכן הייב איך אן טראכטן אז אפשר איז עפעס ראנג מיט מיך
איך האב נישט געוויסט אז ס'דא מענטשן וואס חלומ'ן נישט, א שנעלע סירטש קוקט אויס אז דו ביסט נישט די איינציגסטע כאטש ס'איז זעלטן אז א מענטש חלומ'ט בכלל נישט. ס'אויך מעגליך אז דו חלומ'סט יא נאר געדענקסט נישט.

Re: בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:00 pm
דורך זאקן
איך האב אפילו נישט געמאכט א סירטש ווייל איך האב מיך פארגעשטעלט אז איינער פון די תירוצים גייט זיין אז איך חלום אבער איך געדענק נישט אז איך האב גע׳חלומ׳ט, די אמת איז וואס א חילוק צו איך חלום אבער איך פארגעס עס גלייך אדער איך חלום נישט אינגאנצן