בלאט 22 פון 37

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:28 am
דורך גם כי אלך
יואליש האט עס אבעסטן ארויסגעברענגט, דער בלאט איז למעשה פארוואנדלט געווארן אין א פאלקס צייטונג וואס אפעלירט צו יעדן גלייך. מער נישט די הויכע עליטע וואס קוקן אראפ אויף די פשוט'ע מענשטעלעך און פיטערן זיי שטרוי.
זיי האבן געטוישט די וועג פון קאמיוניקירן מיטן ציבור און געשאפן א רעוואלוציע אין היינטצייטיגע דזשורנאליזם, טאקע נישט אזוי פראפעסיאנאל, אבער ווער ברויך פראפעסיאנליזים ? מענטשן זוכן היינט נאטורליכקייט און דאס געבן זיי מיט א שפע.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 10:07 am
דורך שמעקעדיג
לכבוד די נסיעה פון מהר"א קיין ארץ ישראל, האט דער ש.ב. מרגליות אפגעשריבן אזא אפגעריסענעם ארטיקל אין דער בלאט, עס גרוילט יעדעס ווארט, ער רעדט כתינוק בן יומו, און מאכט דעם רבי'ן ווי דער מנהיג פון כלל ישראל און ווי זיין הארץ שפירט דעם צער פון כלל ישראל און זעהט פאראויס 15 יאר און נאך אסאך שטותים וואס עס גלייבט זיך מיר נישט אז אזעלכע אפגעריסענע ארטיקלען קענען בכלל געשריבן ווערן און געדרוקט ווערן. א עקל צו ליינען.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 10:17 am
דורך אפטעמיסט
און וואס איז מיט י. ל. יאקאב'ס "ליצונתא דעבודה זרה" ארטיקל? אזא סענס אוף הומאר, ממש איך גליסט. מיין פינף יעריגע אינגעלע'ס פרשה צעטל איז שוין מער צום זאך.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 10:22 am
דורך לאליפאפ
קען איינער ארויפשטעלן ש.ב. מרגליות'נס ארטיקל ביטע? ווייל איך האב נישט קיין געלט צו ווארפן אין גארבעדזש צו קויפן דער בלאט.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:26 am
דורך שמעקעדיג
אפטעמיסט האט געשריבן:און וואס איז מיט י. ל. יאקאב'ס "ליצונתא דעבודה זרה" ארטיקל? אזא סענס אוף הומאר, ממש איך גליסט. מיין פינף יעריגע אינגעלע'ס פרשה צעטל איז שוין מער צום זאך.

יעפ, עס האט מיר אויך געקאסט א שמייכל, ווי ער לייגט אראפ וי אזוי עס גייט אויסזעהן דער ערשטער טאג מיט די בני ישיבות אין מילטער, אבער פארט, איך קען דאס נאך דערהערן. מרגליות' ארטיקל איז אבער בכלל נישט צום לאכן.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 1:31 pm
דורך יואליש
גם כי אלך האט געשריבן:יואליש האט עס אבעסטן ארויסגעברענגט, דער בלאט איז למעשה פארוואנדלט געווארן אין א פאלקס צייטונג וואס אפעלירט צו יעדן גלייך. מער נישט די הויכע עליטע וואס קוקן אראפ אויף די פשוט'ע מענשטעלעך און פיטערן זיי שטרוי.
זיי האבן געטוישט די וועג פון קאמיוניקירן מיטן ציבור און געשאפן א רעוואלוציע אין היינטצייטיגע דזשורנאליזם, טאקע נישט אזוי פראפעסיאנאל, אבער ווער ברויך פראפעסיאנליזים ? מענטשן זוכן היינט נאטורליכקייט און דאס געבן זיי מיט א שפע.


דער בלאט איז פאלקסיש און דאס פאלק איז קינדיש. נעכטן געזעצן ביי א מלוה דמלכה ווי אלע האבן געקרעכצט אז זיי שעמן זיך צו האלטן א בלאט אין שטוב. ס'איז א שפיגל אין וואס קיינער וויל זיך נישט זעהן.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:22 pm
דורך סאו וואט
געטראפען א שטיקעל סתירה אונעם בלאט.
פאר א חודש צירוק האבען זיי געשריבען אז דער פענגווין טאנץ קומט פון דער ציונים.
לעצטע וואך האבען זיי געשריבען אז ס'קומט פון דער נאציס.

קשיא דער בלאט אדער בלאט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:38 pm
דורך לאליפאפ
ס'דאך אלעס איינס, ניין?

(היינט געזען ווי העלבראנץ זאגט אז די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס, און דעי רעפארטערקע האט נישט געקענט גלייבן אירע אויערן....)

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:16 pm
דורך [NAMELESS]
סאו וואט האט געשריבן:געטראפען א שטיקעל סתירה אונעם בלאט.
פאר א חודש צירוק האבען זיי געשריבען אז דער פענגווין טאנץ קומט פון דער ציונים.
לעצטע וואך האבען זיי געשריבען אז ס'קומט פון דער נאציס.

קשיא דער בלאט אדער בלאט.

כשם שאין ממש בזו כך אין ממש בזו, ס'איז א ריין אמעריקאנער טאנץ על טהרת הקדשי קדשים בלי שום שמץ נאציזם או ציונות ואביזרייהו

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 12:07 am
דורך berlbalaguleh
מאטי האט געשריבן:יואליש ביסט גערעכט מיטן בלאט, אבער דער איד אויף איין שורה מיטן נ"י טיימס איז פאלג מיר א גאנג.

יא. זיי זענען ביידע אייניג. דער צד השוה שבהן איז אז זיי ביידע פרעדיגן שנאת ישראל. דער מיט א ליבעראלע פארב. און דער מיט א קנאות'דיגע פארב. אלה בנצחנימו ואלה ברצחנימו. ביידע באלאנגען פאר צודרייטע אידן מיט אפגעטעמפטע חושים וועלכע שפירן נישט אז זיי זענען אידן. ס'איז דא א סאך פארגלייכונגען צווישן זיי ביידע. מ'דארף אפילו נישט זאגן להבדיל. דער נ.י. טיימס איז נישט ערגער ווי דער איד. :? :roll: 8-) :lol: :x :P :oops: :cry: :( :o :shock: :roll:

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 4:07 pm
דורך מ גפני
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:כשם שאין ממש בזו כך אין ממש בזו, ס'איז א ריין אמעריקאנער טאנץ על טהרת הקדשי קדשים בלי שום שמץ נאציזם או ציונות ואביזרייהו

רוקדים ירקדו וישמחו, והכל שריד וקים
נאום [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag]
האמיר שוין א הכשר אויך...

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 3:56 pm
דורך חד גדיא
דער בלאט האט די וואך געטוישט די סייז פון די צייטונג. עס איז געווארן אביסל נידריגער און אביסל ברייטער. עס איז גראדע געשמאקער אזוי צו ליינען. אבער עס מאכט עס ביליגער - ווי די קליינע ביליגע צייטונגען.

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 3:59 pm
דורך חד גדיא
אין אנדערע נייעס האט דער בלאט געמאלדן אויף די העדליין בשם הג"ר משה שטערענבוך אז משיח קומט שוין.

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 4:35 pm
דורך פישלע העררינג
זיצט זיך דער ראב"ד, און זעהט ווי אבאמא וויל מעכב זיין די גאולה דורך אפשרעקן פוטין'ען פון אייננעמען קראעימיע, און ער לאזט עס צו אן א קאמפ?

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 5:06 pm
דורך קאווע טרינקער
חד גדיא האט געשריבן:דער בלאט האט די וואך געטוישט די סייז פון די צייטונג. עס איז געווארן אביסל נידריגער און אביסל ברייטער. עס איז גראדע געשמאקער אזוי צו ליינען. אבער עס מאכט עס ביליגער - ווי די קליינע ביליגע צייטונגען.

נאך א טריט נענטער צום פאוסט.

נשלח: מוצ"ש מערץ 22, 2014 9:38 pm
דורך מאטי
פעמונים קענען קלינגען גאר א לאנגע צייט.

נשלח: מוצ"ש מערץ 22, 2014 9:42 pm
דורך איש עברי
מערקט די שאקירנדע אויפדעקונג איבער הונדערט דאללער באנקנאטן וואס האבן זיך געגאסן אין די ניו-יארקע שטיבער פון גבירים

נשלח: מוצ"ש מערץ 22, 2014 10:08 pm
דורך ביבער
מאטי האט געשריבן:פעמונים קענען קלינגען גאר א לאנגע צייט.


לכאורה האט דער גר"א זיך באצויגן אויף די קאנפליקטן איבער קריימיע'ס קאנטראל וואס האט זיך אפגעשפילט דעמאלט, און אגב, זיבן יאר פאר די גר"א איז אוועק (אום 1783, דער גר"א איז אוועק 1790) האט שוין רוסלאנד איינגענומען קריימיע, בשעת דער גר"א איז אוועק איז קריימיע געווען אונטער רוסלאנד, איז עס טאקע לאנגע פעמונים.

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:42 am
דורך חד גדיא
די בילד פון דער בלאט וואס איך האב דא ארויפגעשטעלט, האב איך אליין געכאפט און דא ארויפגעשטעלט. דאס האלט נישט צוריק דעם צודרייטן פעילד מעסייע ארויפצוקלעבן זיין נאמען.

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:44 am
דורך שמעקעדיג
וואס וויל דער רשע מיט דעם בילד?

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:50 am
דורך חד גדיא
איך האב נאר באקומען די בילד. איך קוק נישט זיין שמוץ סייט.

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 11:37 am
דורך ביבער
איך האב יעצט געליינט דעם ארטיקל, עפעס שטימט נישט, לויט אים האט עס דער גר"א מגלה געווען נאנט צו זיין הסתלקות -1797 בשעת ווען קריימיע איז שוין פונלאנג געווען איינגענומען דורך רוסלאנד, אויך ער ברענגט אראפ אז "ווען איר וועט הערן אז די רוסן זענען אנגעקומען צו קאנסטונאפאל דעמאלטס זאלט איר שוין אנטהון די שבת'דיגע בגדים" לויט ווי עס שיינט האט ער זיך באצויגן צו די רוסלאנד-טערקיי מלחמה פון 1768 וואס סיי קריימיע און סיי קאנסטונאפאל זענען געווען באדראעט דעמאלט (למעשה איז רוסלאנד נאר געבליבן מיט קריימיע און אביסל דרום אוקריינע, אבער מיט טערקיי איז געווארן א שלום אפמאך) וואס דאס איז אויך א קנאפע 30 יאר פאר זיין הסתלקות, מוז מען זאגן אז די "פאר הסתלקות" האט דער בלאט אליינס צוגעלייגט צו מאכן מער דראמאטיש.

און אויב דער מעסידזש האט געזאלט זיין תשובה צו טהון ווי דער ראב"ד זאגט דעמאלט וואלט ער נישט געזאלט זאגן די קאנסטונאפאל ווייל פון דעם איז יעצט נישטא קיין רעדע, דער מעסידזש קען שלעכט אויסגעטייטשט ווערן.

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 11:43 am
דורך ביבער
חד גדיא האט געשריבן:די בילד פון דער בלאט וואס איך האב דא ארויפגעשטעלט, האב איך אליין געכאפט און דא ארויפגעשטעלט. דאס האלט נישט צוריק דעם צודרייטן פעילד מעסייע ארויפצוקלעבן זיין נאמען.

ער גיט א היט-טיפ פאר איינעם D.O. דער חברה'מאן האט אראפגעשניטן דעם וואטערמארק ווייל עס איז ליגט פון אונטן, מען דארף עס ווען מער אריינבלענדן אזוי ווי איך האב עס געטהון אינעם לעצטן בילד דא.