ר' חיים מרדכי שווארץ ע"ה
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 8:56 pm
א טרער אויף דעים פרישן קבר פון ר' חיים מרדכי ע"ה ב"ר שמואל שווארץ שליט"א
ר' חיים מרדכי ע"ה איז געוועין א בעל בית וואס האט געהאט א ביזנעס וואס האט פארקויפט קינדער זאכען, וואס ער האט אימפערטירט פון טשיינע און אנדערע ערטער פון די וועלט, ער האט עס זעלבסט ארים געפעדעלט צי געוועלבער און אזוי ארויסגעצויגען דערפון חיונה.
ר' חיים מרדכי האט געהאט א שטוב מיט אכט קינדערלעך, איין זין פון עלף יאר, אין זיבען מוידען וואס דער עלטצטער האט חתונה געהאט, און ער האט א כלה און שטוב,
ר' חיים מרדכי איז געוועין א סעמפל פון א אינגער מאן, ער האט ממעט געוועין במשא ומתן, ער האט מקדיש געוועין גרויסע חלקים פינעם טאג על התורה ועל העבודה, ער האט יעדן ציפרי איידער ער איז געגאנגען און דער ארבייט געזיצען און געלערנט און געדאווענט מיט גרויס קדושה וטהרה, מנחה צייט איז ער ווידער געזיצען אין געלערנט, מיט א גרופע אינגעלייט בחברותה,
ער איז געוועין א אינגערמאן וואס איז געוועיזן משכמו ולמעלה מכל אדם, באמת א געהויבענע אינגעמאן, ער האט געדאווענט א פשוטע מנחה אזוי ווי הייליגע צדיקים דאווענען און הייליגע טעיג, מיט א געוואלדיגע השתפחות הנפש, עס האט כסדר אויסגעזעין ווי ער איז און א עת צרה, אדער פארשרייט ער ביטערע גזירות וואס שוועיבן אויף כלל ישראל.
זיין שמירת עינים איז וואס האט ארויסגעשיינט פון איהם, ער האט מורה'דיג געהיטן אויף זיינע אויגען ער זאל נישט ניכשל ווערן און קיין ראיות אסירות, עס איז ידוע אז ער פלעיגט דרייווען א קאר, און פלעיגט קיינמאל נישט אדורך פארן דעים וויליאמסבורגער בריק, ווייל איכא דרכא אחרינה, מיילה פלעיגט ער נעמען דעים ברוקלינער בריק, ר' חיים מרדכי ע"ה האט געהאט זיין פלעיס אויף גערי סטריט, ער פלעיגט צימאל דארפען גיין צים באנק אויף אמעריקא אויף גרעיהאם עוועניו, והיא היום איינער טרעפט ר' חיים מרדכי שפעיט אויפ דער נאכט, פרעיגט ער איהם זאג נאר חיים מרדכי דו ציטערסט נישט אהער ציקומען אזוי שפעיטלעך אויפדערנאכט, זאגט חיים מרדכי ציריק מיט א פשטות, יא איך האב זייער מורא, אבער בייטאג האב איך סך מער מורא.
ר' חיים מרדכי ע"ה האט נישט פארמאגט קיין סעל פאהן, ער האט נישט געוואלט זיין און א דראנג ציריק צוריפען קיינעם ווען ער איז געוועין עוסק בתורה ועבודה, ער האט געשפירט אז דעיס האלט עים ציריק פין עבודת השם, אבער ווען עס איז געקימען צו איין שפארן איין ראיה אסורה איז ער געוועין דער ערשטער וואס זאל זיך ציכאפען דערצי, נעמליך איז ער געוועין פון דו ערשטע וואס האבען זיך איינגעהאנדעלט דעים איזי פעס איינצידפארן פון ברויכען איבערגעיבען געלט פאר דו טאלל באערדע'רן,
אויך דו וואס האבען עים געקענט האבען געוויסט אז ער האט געדארפט טראגען שטארקע ברילען בכדי ער זאל קענען זעין, אן קיין ברילען איז ר' חיים מרדכי געוועין כמעט בלינד, אבער ווען עס איז געקימען צי גיין און גאס איז ר' חיים מרדכי קיינמאל מיט קיין ברילען נישט געגאנגען, ער האט זיך מוסר נפש געוועין אז ער זאל חלילה נישט צוקימען צו א ראייה אסירה.
אלע וואס פלעיגען דאווענען מיט עים דו הייליגע טעיג געדעינקען ווי ער איז געוועין בעל מקרה ראש השנה, ווען חיים מרדכי האט ארויס געזאגט דאס ווארט תקוע האט ער זיך געשאקעלט פאר שרעק ממש ביז כלות הנפש, עס דערמאנען עטליכע אן עפיזאד אז ער איינמאל האט זיך ר' חיים מרדכי פארשפעיטיגט און נישט אויסגעפיעט צו גיין און מקוה פאר תקועת שופר, און ר' חיים מרדכי האט זיך געבעיטן ביים משמש ער זאל אויסווארטן עטליכע מיניט, דער משמש האט עים פארשטיין געגעיבן אז אלע פרויען ווארטן שוין און מען קען נישט מער ווארטן, שוין מיט א זייער ציבראכען הארץ איז ר' חיים מרדכי צוגעגאנגען צו דו תקועות, אבער גלייך נאך למנצח האט פאסירט דאס מאדענעסטע זאך קיין מאל נאך פריער נישט פאסירט, דער פייער אלארם פון טרופ שול האט גענימען קלינגען און סיז נישט מעיגלעך געוועין צו ציגיין צו דו תקועות, ר' חיים מרדכי כאפט דעים רמז מן שמיא און לויפט און מקוה אריין, אזוי ווי ער איז ציריק און שיל מיטן טלית און פון זיך אליינס אויפגעהערט קלינגען, והוא לפלא, מען האט גערעדט דערפין א לאנגע צייט, ווי דער אויבישטער האט נישט געקענט צוקיקען צו ר' חיים מרדכי'ס צער, און האט עים נאכגעגעיבן א שמחת יום טוב.
ר' חיים מרדכי ע"ה איז געוועין א נהנה מיגיע כפו און האט קיין מאל אויפ קיין פאל נישט געוואלט נהנה זיין פון קיין אנדערען, נהמא דכסיפה אז נישט געוועין וואס ער האט געוואלט נעמען און באטראכט, ער האט זיך שטארק געפארעט אז ער זאל נישט ברויכען ציקימען צו יענעם.
א ידיד פון ר' חיים מרדכי האט פארציילט דעים פאלגענדען עפיזאד, אז איינמאהל האט ער זיך פארזאהמט אין שיהל עטוואס לעינגער ווי געוועינלעך און מרבה געוועין בתורה ובתפילה, און ער האט זיך פארוויקלט מיט איהם און א שמיעס, האט ר' חיים מרדכי מיט א תמומות פארציילט אז ער פארלאזט נישט דעים שיל קיין שום טאג, איידער ער איז נישט מכיר מיט אלע זיינע חושים, אז אני מאמין באמונה שלימה שהבורה יתברך שמו בורא ומנהיג לכל הבריאים, ער קען נישט אוועק גיין ארבייטן און ביזנעס איידער עס איז ביי איהם קלאר ווי דער טאג, אז נישט מיט ארבייטן פארדינט מען.
ער האט געשמיעסט מיט איינס פון זיינע ברידער ביז שפעיט אויפדערנאכט, ער האט אדורך געשמיעסט געוועיסע חשבונות, אבער ערגעץ אינמיטן דו נאכט האט ער אויסגעהויעכט זיין לויטערע נשמה אן קיינעמ'ס באמערקען, אינדעפרי איז שוין ליידער נישט געוועין וואס צי טיען, ער האט מתקן געוועין אלעס וואס ער האט געברויכט מתקן זיין.
יהא זכרו ברוך