בלאט 22 פון 40
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 10:40 pm
דורך שמואל הלוי
נאר לעצטע תגובה און נאר לזמן מוגבל.
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 10:41 pm
דורך לאדיך אפ
(איך האב בטעות אראפגענומען די תגובה פריער - מ'קען אליין ארפאנעמען פאר א מינוט נאכן שרייבן. איך לייג נאכאמאל ארויף)
נעכטן איז געווען א חינוך/טעכנעלאגיע אסיפה פאר די פאפא קהילה אין ראוז קעסל. ס'האט אויפגעטרעטן אדמו"ר מ'פאפא און איינער ר' אליעזר בוים פון גור. די רעזעלוציע פון די אסיפה איז געווען, נישט מער און נישט ווייניגער נאר, אויפהערן טעקסטן! די צעטלעך האב איך געזען היינט אינדערפרי אין פאפא שיל און ווילי:
pupa.jpg
און וויזניץ 6 לי האב איך געזען היימיש פראדוצירטע צעטלעך איבער די כינוס כלל ישראל (יצחק טעסלער סגנון). זעט אויס ס'זיי נישט געפאלן די סאטמערע סטייל צעטלעך, סאו האבן זיי געמאכט אליינס:
visnitz.jpg
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 10:43 pm
דורך שמואל הלוי
לאדיך אפ האט געשריבן:(איך האב בטעות אראפגענומען די תגובה פריער
סתם פאר אינטערסאנטקייט וויאזוי געשעהט אזא טעות?
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 11:08 pm
דורך לאדיך אפ
שמואל הלוי האט געשריבן:לאדיך אפ האט געשריבן:(איך האב בטעות אראפגענומען די תגובה פריער
סתם פאר אינטערסאנטקייט וויאזוי געשעהט אזא טעות?
מען דרוקט בטעות אויף די X קנעפל.
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 11:18 pm
דורך משה געציל
עפעס מער פרטים איבער חב"ד?
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 6:00 am
דורך שמואל הלוי
א בריוו פונעם שפיטיווקער פון קרית יואל (ר' יעקב שמשון ט"ב), וואס ער האט געשריבן צו מהרז"ל מסאטמאר והדיינים מקהל ייט"ל.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 6:26 am
דורך ידען
שפיטקעווער?
ער איז א רב? פארוואס שטייט נישט אויפן צעטל?
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 7:11 am
דורך שמואל הלוי
ער רופט זיך שפיטיווקא רב, ער איז א בנש"ק און ער גייט מיט די שמונה בגדים דהיינו א בעקיטשע און ווייסע זאקן אינדערוואכן, און בגדי לבנים (ווייסע בעקיטשע) אום שב"ק (מסתמא דער איינציגסטער אין קרית יואל וואס גייט אזוי אין גאס חוץ אדמו"ר מהר"א).
ער האט ליב צו פירן מערכות, ווי צב"ש ביי די גט פון פראמער איז ער ביזי מיט שרייבן בריוון אהין און צוריק, געשריבן תשובות נגד ההנהגה של מהר"א בקרית יואל, וואס נעמט אריין אין זיך די פראבלעמען פון די בית השחיטה ווי צומת הגידין, ועוד ועוד.
גראדע האט מען שוין גערעדט פון אים דא אין א דערנעבענדיגן אשכול ווי ער האט גאר לעצטנס אריינגעגעבן א לאו סוט קעגן די קרית יואל הצלה און די Child Protective Services.
viewtopic.php?p=8414#p8414
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 8:04 am
דורך ידען
הייסט עס אז ער איז א צורידערטער פערשוין?
ווייסע זאקן אינדערוואכן?
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 8:13 am
דורך שמואל הלוי
ידען האט געשריבן:הייסט עס אז ער איז א צורידערטער פערשוין?
האסט עס גוט ארויס זעה איך.
ידען האט געשריבן:ווייסע זאקן אינדערוואכן?
יאפס
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 10:02 am
דורך chasid
יאנקל האט געשריבן:פראפעסאר שפירא האט געשריבן:פין הייד פארק:
הגה"צ מקאשוי (הרש"י) שליט"א נגד הסיטי פיעלד סטעדיום הנקרא כינוס כלל ישראל
הגה"צ הרב שמחה ישראל אדמו"ר מקאשוי (ת"ר) שליט"א
האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה אין קרית יואל פארעסט האלל
במעמד רבני וצדיקי העיר און פאר א גרויסן ציבור אנ"ש
און מסביר געווען בט"ט פארוואס די סאטמארע תלמידי וחסידי רבינו הקדוש
דארפן נישט גיין צים סטעדיון "הנקרא כינוס כלל ישראל"
ער האט אויך מעיד געווען אז די וואס טיען דערין זענען גרויסע ערליכע אידן
און זייער מטרה און רצון איז באמת למען הצלת הדת
אבער די סאטמארע אידען דארפן אין דעם נישט אטיילנעמען
http://www.youtube.com/watch?v=P5M_U_bj ... e=youtu.be
דער קאשויער רב פרעדיגט אז דער עיקר מהלך אין אידישקייט איז תמימות, און אז מ'טוט בלינדערהייט דאס וואס האדמו"ר מסאטמאר ז"ל האט געהאלטן. ער ברענגט ארויס אז אין וויליאמסבורג איז דא א שטארקע מערכה קעגן דעם עירוב.
ער זאגט: "דער שטערקסטער כח וואס גיט כח פאר אלע ארום און ארום, איז דאס אז דער רבי האט עס אזוי אראפגעלייגט און דאס פארט אזוי ווייטער. עס איז שוין געווען צענדליגער טענות און חילוקים, ניין, ס'איז אהער, ס'איז אהין, מיט סברות און צדדים, יעצט איז אנדערש און עס פעלט אויס און מ'קען מציל זיין אידן פון חילול שבת, מ'קען ארויסהעלפן חולים - פארשידענע צדדים. די צדיקים האבן אונז דאס אזוי אראפגעלייגט, און דאס איז עס."
ער זאגט נאך פון זיין טאטן דעם קאשויער רב ז"ל בנוגע דעם עירוב, אז "ח"ו משנה צו זיין, ווייל דער גאנצער שבת קען אונטערגיין." א סיוע לדבריו ברענגט ער פון א מעשה וואס האט פאסירט אין די לעצטע וואכן. איינער האט דערציילט אז זיינס א שכן האט לעצטנס אנגעהויבן טראגן מיט דעם עירוב, און ער האט אים געזען פרייטאג צו נאכטס נאכ'ן דאווענען ארויסקומען פון א גויאיש געשעפט מיט שאפינג בעגס. אויף דער פראגע וואס דאס איז, האט יענער געענטפערט אז ער האט אפגעשמועסט מיט'ן גוי, און ער באצאלט נישט אום שבת, און רעדט ניטאמאל פון פרייזן אום שבת.
דער קאשויער רב זאגט אז געוויסע האבן געוואלט דן זיין צי עס הייסט באמת חילול שבת צי נישט. אפשר איז גאר מותר צו טון אזא זאך. ער טענה'ט אבער אז מ'טאר ניטאמאל דן זיין דערין. ביי אונז האט מען געוואוסט אז אויב איינער קומט שבת ארויס פון א געשעפט איז ער א שייגעץ! מ'קוקט נישט צי אפשר קען מען טרעפן א היתר אין מגן אברהם צי אין פרי מגדים!
באזירט אויף דעם, ברענגט ער ארויס אז מ'טאר זיך נישט אוועקרירן קיין זיז כ"ש פון דער מסורה, און ביי אזא אסיפה טאר מען זיך נישט באטייליגן.
האט ער אויך געזאגט אז מען זאל חס ושלום נישט לייגען קיין פילטער, וויל סאטמאר רב און זיין טאטע זצ''ל האבן נישט געהאט???
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 12:34 pm
דורך בן תמליון
זר זהב האט געשריבן:און ר' יואליש מארגשטערן שאקעלט מיט.
אויך א מחיה צו זעהן ווי ר' מאיר יהודא ריקט קוגל אבי א איד ווערט זאט.
וואס איז א גרויסער חידוש אז די בני יואל דארפן צו זיין די פרומסטע שבפרומסטע האבן אזוי שיין אלע זייערע מסיבות און חתונות אויף יוטוב, הזאת נעמי?
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 12:36 pm
דורך שמואל הלוי
בן תמליון האט געשריבן:הזאת נעמי?
כאילו בני יואל באשטעלט עמעצן וואס זאל ארויפלייגן זייערע מסיבות אז דו פרעגסט קשיות.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 12:39 pm
דורך [NAMELESS]
הערשל ציג ברענגט א ברעיקינג נוס ריפארט אז ר׳ מתתיהו סאלאמאן איז יעצט אין ארץ ישראל פערזענדליך צו לאדענען הגאון ר׳ חיים קנייווסקי שליט״א
http://theantitzemach.blogspot.com/2012 ... on-in.html
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 1:28 pm
דורך משכיל
איך גלייב אז עס וועט זיין א לייו האק אפ פון ר' חיים שליט"א, דורכן אינטערנעט פארשטייט זיך,
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 1:32 pm
דורך רק בשמחה
פון כינוס כלל ישראל איז געווארן
קינות כלל ישראל צוליב קנאות כלל ישראל
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 2:22 pm
דורך gehlungen
רק בשמחה האט געשריבן:פון כינוס כלל ישראל איז געווארן
קינות כלל ישראל צוליב קנאות כלל ישראל
Sorry but you don't make any sense. Please explain
דזשעי נעט איז פרא-כינוס כלל ישראל
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 7:41 pm
דורך יידל
דזשעי נעט האט בלאקירט דוד טייטעלבוים פון קעמפ שדי חמד'ס בלאג (דארט ווי ער האט געפאסוט זיין ארטיקל אנטקעגן די כינוס כלל ישראל), אבער צוריקגעעפנט נאך מען האט אריינגעשיקט אימעילס מיט פראטעסטן.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 8:13 pm
דורך וויליאמסבורגער
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 8:18 pm
דורך יידל
קען מען עס פאוסטען אלס פידיעף?
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 8:20 pm
דורך וויליאמסבורגער
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 10:13 pm
דורך דבילה
ווי איך הער פון א סעמי-קראנטע מקור איז שוין פארקויפט געווארן איבער 18,500 טיקעטס.
צו דאס איז א סימן פון הצלחה ווייס 'ך נישט. ס'שייך צו זאגן אז אן אסיפה פון אזא שטייגער וויכטיגקייט ווי די עסקנים שטעלן דאס אהער וואלט געדארפט זיין פיל מער באטייליגער, אבער פון די אנדערע זייט איז דער אסיפה נאר פון די שווארץ-היטיגער כלל ישראל מינוס סאטמאר-חב"ד-באבוב (48), דארף מען זיך לכתחלה רישן אויף היבש א קלענערע עולם ווי די דף היומי למשל.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 10:15 pm
דורך דבילה
וויליאמסבורגער האט געשריבן:די קונטרס מה זה ועל מה זה וואס איז פארשרייט דא אין ווילי
די קאלירן פון טעראר ווערן וואסאמאל קלארער. אן אינטערנעט באנוצער אויסגעשלאסן פון (שווארץ-היטיגן) כלל ישראל, די פארקויפער 'עט מען קענען באצוואונגען.. וכו' וואטס נעקסט?