בלאט 22 פון 46
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 7:42 pm
דורך איך אויך
אז די באליבטע קינדער מאכל
מארציפאן שטאמט פונעם מיטל מזרח ויש אומרים עס איז דארט אנגעקומען פון טשיינע.
נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:55 pm
דורך שמן זית
אז אלס א נייע מעמבער דא אין קאווע שטיבל, האב איך קיינמאל נישט געוויסט פון די אשכול "א ווארט צום נייעם מעמבער".
מענין לענין - לאו דווקא באותו ענין - טו איך מיר מיט דעם אנטשולדיגן אויב איך האב - מחוסר הידיעה - בטעות עובר געווען אויף איינע פון די תקנות דא, עס איז געווען נאר ווייל איך האב נישט געוואוסט, און איך גיי מער נישט..... (בלי נדר..)
(הגם וואס איך האלט אז אויב איז מען א נארמאלע פארשוין, איז מען נישט עובר אפילו מ'ליינט עס נישט, אבער אנטשולדיגן ברויך איך מיר, כמאמר הפסוק, כי אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, שגיעות מי יבין, וכו')
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:07 pm
דורך ונבנתה העיר
די 'קאורט פון אפעלאטן'
איז די העכסטע געריכט אין ניו יארק סטעיט, נישט די סטעיט סאפריעם קאורט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:11 pm
דורך דריידל
יעדע קאנטי האט א סופרים קאורט. מ'קען נאכדעם אפיעלן צום אפעלעט דיוויזשאן (כמדומה לי ס'זענען דא 4 דערפון) און דערנאך צום קאורט און אפיעלס אין אלבאני.
אגב ס'מוז זיין די ביסט נישט קיין סאטמארע אדער ביסטי נאך געווען צען יאר צוריק אין די פעמפערס, ווייל דאן האט יעדע בחור'ל אין סאטמאר פינקליך ארויסגעהאט די קאורט סיסטעם
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 2:21 pm
דורך ישראל קאפקע
אז אויף די 'סטעיט קוואדער' פון דזשארדזשיע פעלט א שטיקל פון די סטעיט.
קוק אויף די צפון-מערב שפיץ פון די סטעיט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 2:28 pm
דורך רויטע וואנצעס
מה פשט?
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 2:49 pm
דורך ברסלבער
[left]Georgia: An apparent mistake in the outline of the state of Georgia on the quarter appears to have accidentally left out Dade County, which is in the extreme northwestern part of the state.[/left]
http://en.wikipedia.org/wiki/50_State_Q ... al_designs
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 4:54 pm
דורך chusid
אז עס איז דא א איד א כישוף מאכער - א יודע מחשבות
ליאור סושרד
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 2:50 pm
דורך יואב
אז דאס איינציגסטע לייק וואס דער בארימטער גאון, ידען וחכם, דער גרויסער [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag] האט געשאנקען מאוצרו הטוב פאר עמיצן דורכאויס זיין כמעט דריי יאר זיין דא אין שטיבל איז געווען נישט מער און נישט ווייניגער פאר גבאי שני, איבער דער פרייליכער מעלדונג פון דעם וואויל-באקאנטן, דאן נייעם, לייק קנעפל. # אינטערסאנט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 3:03 pm
דורך מאטי
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 3:39 pm
דורך [NAMELESS]
יואב האט געשריבן:אז דאס איינציגסטע לייק וואס דער בארימטער גאון, ידען וחכם, דער גרויסער [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag] האט געשאנקען מאוצרו הטוב פאר עמיצן דורכאויס זיין כמעט דריי יאר זיין דא אין שטיבל איז געווען נישט מער און נישט ווייניגער פאר גבאי שני, איבער דער פרייליכער מעלדונג פון דעם וואויל-באקאנטן, דאן נייעם, לייק קנעפל. # אינטערסאנט.
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:(איך "לייק" באמת מער ווייניגער אלעס וואס דו שרייבסט, און די זעלבע בדרך כלל פאר די איבריגע חברי השטיבל היקרים. קטנם עבה ממותני, איך שפיר זיך ווי א זבוב קצוץ כנפיים קעגן די אריות שבחבורה דא סיי בכמות מספר התגובות און אוודאי אויך באיכות. איך דרוק פשוט נישט אויפן גשמיות'דיגע "לייק" קנעפל צוליב א סבה פרטית. איך גלייב נישט אז ס'דארף איינעם אנגיין אין די לינקע פיאטע, איך גלייב שווער אז איינער פון די שרייבערס דא זאלן זיך לייגן שלאפן מיט א געהויבענע געפיל אז ער האט "זוכה" געווען צו א קליינע הענטעלע פון כעלעם'ר מגיד)
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 9:16 pm
דורך יואב
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:יואב האט געשריבן:אז דאס איינציגסטע לייק וואס דער בארימטער גאון, ידען וחכם, דער גרויסער [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag] האט געשאנקען מאוצרו הטוב פאר עמיצן דורכאויס זיין כמעט דריי יאר זיין דא אין שטיבל איז געווען נישט מער און נישט ווייניגער פאר גבאי שני, איבער דער פרייליכער מעלדונג פון דעם וואויל-באקאנטן, דאן נייעם, לייק קנעפל. # אינטערסאנט.
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:(איך "לייק" באמת מער ווייניגער אלעס וואס דו שרייבסט, און די זעלבע בדרך כלל פאר די איבריגע חברי השטיבל היקרים. קטנם עבה ממותני, איך שפיר זיך ווי א זבוב קצוץ כנפיים קעגן די אריות שבחבורה דא סיי בכמות מספר התגובות און אוודאי אויך באיכות. איך דרוק פשוט נישט אויפן גשמיות'דיגע "לייק" קנעפל צוליב א סבה פרטית. איך גלייב נישט אז ס'דארף איינעם אנגיין אין די לינקע פיאטע, איך גלייב שווער אז איינער פון די שרייבערס דא זאלן זיך לייגן שלאפן מיט א געהויבענע געפיל אז ער האט "זוכה" געווען צו א קליינע הענטעלע פון כעלעם'ר מגיד)
איך האב דאס אריינגעשטעלט מיט א העשטעג פון "אינטערסאנט", נישט אז כ'האב אייך חלילה פארגעהאלטן. אבער אז איר מאכט דאס אויס אינטערסאנט האב איך א שטיקל געלגענהייט צו רעדן מיט אן אריה שבחבורה ממש, איז לאמיך אייך זאגן אביסל דברי קשות, ובי אדני, אל יחר אפך.
קודם כל, אזוי אמת ווי איר שפירט זיך ווי א זבוב קצוץ כנפיים אזוי אמת איז אז "קיינער" ברויך נישט אייער קליינטשיגע הענטעלע. אויב האט איר נישט "געגלייבט אזוי" וויל איך זאגן אז ביודעי ומכירי קאמינא. כ'האב אפשר נישט קיין לינק צו גוגל דערפאר, אבער איך ווייס דאס ערשט-האנטיג.
איך וויל זיך דוקא אננעמען יעצט פאר די "נישט גרויסע" שרייבער, ניקס וואס זיי זענען נאך אין די תשעה ירחי לידה פון וועלן ווערן אפילו "א קליינעם שרייבער". עמיצער שרייבט זיך איין אין שטיבל, ביי זיך קלערט ער אז ער איז א קנאפער שריפטשטעלער, דאך וויל ער לאזן זיך הערן. יעדעס לייק ער קריגט גיבט אים חיזוק. "נאך איינער האט מסכים געווען צו מיין מיינונג; נאך איינער האט הנאה געהאט פון מיין שרייבן וכדו'." ס'ווערן נאך היי עמען נישט געבוירן ששה לייקס באישי-קעסטל אחד; ער ווארט שוין אז ידען, ראשעקאל, שמעקעדיג אדער א צווייטער גוט-הארץ זאל שוין טעגן זיין ניק אין דעם אלף-לייקס אשכול. יא, איך בין עדות צו מיר אליינס, אודה ולא אבוש, בימים ההם, דעמאלט ווען דער טערמין "אייסיס" האט נאך רעפרעזענטירט א הויכראניג-באליבט זיסווארג, כ'האב קיינמאל בעפאר נישט געהאט געשריבן, און כ'בין געווען זקוק ללייקס מרובים. כהיום בין איך שוין אדער דאס אויסגעוואקסן, אדער פשוט שוין נמאס געווארן – ואף על פי כן גלייך איך דאס נאך (צומאל)

. איך וועל לאזן אנדערע מיך בא'טיטול'ן, אבער די לייקס און קאמפלימענטן (און אויך קריטיק) פון דעמאלט האבן מיך אויסגעשארפט א סך אין שרייבן.
הקיצור, אט פאר יענעם לייק קוקט ארויס א גר, צו אן אזרח אפילו ווען ער פלאגט זיך אן פאר א לענגערן ארטיקל . און דאס איז אפילו ווען ער קריגט דאס מזבוב קוצץ כנפיים. על אחת כמה וכמה ווען עמיצער מאריות שבחבורה דריקט אויף עמען דעם, נו, וויאזוי רופט מען דאס נאר אין כעלעם... אה, "דאס גשמיות'דיגע לייק קנעפל".
דאס אלץ איז כלפי אייער "נישט גלייבן". אויב האט ער אבער א סיבה פרטית, נו מי יעמוד בסוד קדושים, איך וועל חלילה נישט אריינרעדן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 9:51 pm
דורך סאשי פיש
יואב ממש די זעלבע איז געווען ביי מיך אנפאנג קוקט מען ארויס דערויף בכליון עינים. היינט קוק איך שוין כמעט נישט דערויף (נישט אז מען זאל מיך יעצט אויפהערן צו לייקען...)
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 11:29 pm
דורך בשבילי!
אויך ביי מיר איז ממש די זעלבע זאך, אין אנהייב האב איך אזוי געגאורט פאראלייק, היינט דארפט איר נאר ליינען מיין חתימה. אבער אהעעם, איך זאג נישט קבלו דעתי, איר קענט טון צו מיינע תגובות וויאזוי איר ווילט. און אז איר ווילט דוקא יא לייקן נו שוין כ'מיין אעעעם נו וואס, איך דארף עס דען? אפשר יא? שוין
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 1:55 am
דורך בעל מדות
האלט מיר נאך אין די גאר ערשטע שטאפלען ווען יעדע צופרו נאך נעגל וואסער באזוך איך קאווע שטיבל צו זעהן מיינע לייק'ס....שששש...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:21 am
דורך שמעקעדיג
דאס איז שוין די צווייטע שטאפל; די ערשטע איז נאך "בעפאר" נעגל וואסער...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 6:07 pm
דורך shem-tov
אן אומדערהערטע חוצפה און עזות
מיין חבר האט באקומען א שרעקעדיגע בריוו פון מאטאר וויקעל אז זיין לייסענס ווערט זאפארט סוספענדירט. פארוואס. ווייל ער האט א ביל ביי די איי אר עס. די טעקס חברה. קודם כל ווייסט ער נישט פון קיין שום אוטסטענדינג בילס מיט די איי אר עס. והשנית וואס איז די חוצפה פון סוספענדען א דרייווערס ליייסענס.
איז דא ערגעץ אין שטיבל ווי מען האט שוין אויסגעשמועסט די ענינים. ביטע העלף
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 6:20 pm
דורך ישמעאל הכהן
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 6:49 pm
דורך shem-tov
דאס איז נאך מער שרעקעדיג ווייל דא שטייט אז נאר אויב סהאלט ביי מער פון 10 אלפים טוען זיי סוספענדן. און דער יונגערמאן קען נישט טראכטן ווי ער זאל זיין שולדיג 10 אלפים טעקס. בדרך אגב. ער פיילט בכלל נישט קיין טעקס ריטורען. אבער בעיקר איז די וואונדער אז ער האט נישט באקומען קיין שום ווארענונג בריוולעך
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:01 pm
דורך שמעון וואלף
מעגליך אז ער האט אמאל געעפענט א קארפארעישן און געלאזט לויפן. די גאווערמענט האט א רעכט צו עסטימעיטן וויפול מ'איז שילדיג און אסעסען טעקס.
אגב, ס'איז נ. י. דיפט. אוו טעקסעישן, נישט די איי אר עס
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:37 pm
דורך ישראל קאפקע
אל קודס די אראבישע נאמען פאר ירושלים מיינט 'די הייליגקייט' (קודס = קודש).
נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 4:22 am
דורך shem-tov
שמעון וואלף. איז דאס לייכט צו פייטן אדער סלוינט זיך אונטערצוגעבן און פארטיג
נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 6:00 am
דורך outspoken
I think its only when you owe taxes for NYS not for the IRS