בלאט 22 פון 22

נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2022 12:04 pm
דורך מי אני
דר. דיימאנד זאגט אז דאס איז אפילו לגבי מיסטיסיזם. אין יענע אינטערוויו:
In your view, what is the dialectic between philosophy and kabbalah?

I don’t believe there can be a neat bifurcation between kabbalah and philosophy and the Maimonidean impetus for the development of kabbalistic theology is a critical focal point to demonstrate this. Scholars of Jewish mysticism have already argued for the Maimonidean influence on kabbalah - and not simply as an antagonist but as a positive catalyst for kabbalah’s formation. Maimonides’ influence on the Zohar is still a scholarly desideratum but I deal with one particular example where the Zohar’s mystical/sefirotic exegesis of a key verse in Maimonidean hermeneutics is fueled by Maimonides’ own pragmatic, rationalist reading of it
וכידוע האט ר' אברהם אבולעפיה (וועלכע איז געבוירן בערך 35 יאר נאכ'ן רמב"ם'ס פטירה) מחבר געווען זיין סתרי תורה לפרש המורה נבוכים עפ"י קבלה. (דער יש"ר מקנדיה האט דאס טאקע אוועקגעמאכט אין זיין מצרף לחכמה.)

אגב, דער טור אליינס איז אפטמאל אין דייעלעקטיק מיט'ן רמב"ם און זיינע שיטות.

נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2022 11:02 pm
דורך היסטאריע
וכידוע האט ר' אברהם אבולעפיה (וועלכע איז געבוירן בערך 35 יאר נאכ'ן רמב"ם'ס פטירה) מחבר געווען זיין סתרי תורה לפרש המורה נבוכים עפ"י קבלה. (דער יש"ר מקנדיה האט דאס טאקע אוועקגעמאכט אין זיין מצרף לחכמה.)
און דו מאכסט עס נישט אוועק? איך האב קיינמאל נישט געזעהן זיין ספר, אבער דער רעיון אליין איז מרפסן איגרי.

דער יש"ר איז גראדע געוועהן א הייבריד, א פיליסוף און א מקובל. בכלל האט דער יש"ר און זיינע ספרים נישט זוכה געוועהן צו דער הערכה וואס עס קומט אים. ער טענה'ט אז דער עמק המלך האט געגנב'ט פין אים.

אגב, דער טור אליינס איז אפטמאל אין דייעלעקטיק מיט'ן רמב"ם און זיינע שיטות.
אמת, אבער נישט מער ווי אנדערע ראשונים. דער טור איז א חסיד פין זיין טאטע.

א אינטרעסאנטע פאקט וועגען דער טור, אז ער איז נישט געוועהן א רב דיין אדער סיי וועלכע משפיע. ער האט נאר געשריבען ספרים.

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 7:44 am
דורך מי אני
לגבי דעם אז דרשות חז"ל זענען פּאעטיש:
Harvey.jpg

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:44 pm
דורך מי אני
מוח שליט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 07, 2013 9:48 pm די ווייסט וויפיל מענטשען עס קריגן זיך פשט אין א שטיקל שייקספיר?
אמאל געליינט אז א פראפעסאר האט געגעבן א טעסט אז מען האט געדארפט מסביר זיין א שטיקל פאעטרי. א סטודענט וואס האט באקומען אן X אויף זיין הסבר האט זיך נישט געפוילט אין געשריבן א בריוו צום פייטן בכבודו ובעצמו [משמע אז מען לערנט אין קאלעדזש לעבעדיגע פייטנים'ס ווערק]. דער פייטן האט געגעבן גערעכט פארן סטודענט. דער פראפעסאר האט זיך נישט גערירט. טענעהדיג אז קען זיין דער פייטן האט טאקע געוואלט זאגען דאס. אבער מיין הבנה איז אז די משמעות איז אנדערש.
נו, שוין איינמאל א מחלוקה אין הלכות פאעטרי.
כהמעשה הידוע "איי ר' משה, ניט אזעי לערענט מען אפעט א רמב"ם"

פארשטייטסעך ס'איז נישט קיין נפק"מ די אמיתות הסיפור. דאס איז סתם צו ווייזען אז מען פארהערט אויף ביאורים אין פאעטרי אין מען קריגט זיך אין פשט.
IMG_6140.jpeg

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:53 pm
דורך מי אני
דער כוזרי שני (ויכוח ד אות ח) שרייבט:
IMG_6781.jpeg
שפעטער דארט שרייבט ער:
IMG_6780.jpeg