בלאט 22 פון 37

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:25 pm
דורך געפילטע פיש
גערעכט גערעכט. ביי תקיעת שופר איז מיר געווען גאר שווער זיך צו שלאגן מיט די שלעכטע מחשבות, און פרעג נאר נישט וואס ס'שפילט זיך אפ ביי מיר אין קאפ יעדע מאל איך זאג לשם יחוד... מ'ברויך מבטל זיין די זאכן.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 4:40 pm
דורך נולד מאוחר
פארוואס זאגט מען על חטא ערב יוכ"פ ביי מנחה?
וועלכע איד פאלט ביי זוך אנצישאשקנען ערב יו"כ

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 04, 2014 10:40 pm
דורך [NAMELESS]
ווייל עס איז א מצוה צי עסן ממילא איז מען מרבה בסעודות אין אמאל איז יעדע סעודה געגאנגן ציזאמן מיט עטליכע כוסות וויין
איך ווינדער. שוין לאנג פארוואס די רעסטאראנטס ניצן נישט אויס די מצוה פארוואס זעט מען נישט קיין אדוועטייזמענטס פין א גרויס שטיקל סטעיק לכ' ערב יו''כ לכאורה איז דיין שאלה די תירוץ דערפאר אבער זעט אויס אמאל איז געווען אנדרעש

קידש

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:21 am
דורך ברוך שאמר
פארוואס זאגט מען "זכר ליציאת מצרים " ר"ה אין יו"כ?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:35 am
דורך גאלד
שבת און יו"ט פארשטייסטע יא? ס'א גמרא אין ערבי פסחים,

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:45 am
דורך פארוואס?
זעה דא.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:56 am
דורך ברוך שאמר
פארוואס? האט געשריבן:זעה דא.

באמת א גרויסע י"כח אבער ער נישט פין יו"כ?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:03 pm
דורך פארוואס?
ברוך שאמר האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:זעה דא.

באמת א גרויסע י"כח אבער ער נישט פין יו"כ?

זעה דא.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 2:02 pm
דורך גאלד
תוס' אין ערבי פסחים זאגט דער טעם ווייל אין מצרים האבן די אידן געארבעט די ל"ט מלאכות, "בפרך" בא"ת ב"ש בגימ' ל"ט,
לפי"ז יעדער טאג וואס איז אסור במלאכה איז גילטיג דער טעם
כנלפע"ד

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 9:41 pm
דורך [NAMELESS]
סיפורני אנפאנג פר' נח
אֶת הָאֱלהִים הִתְהַלֵּךְ נחַ. הָלַךְ בִּדְרָכָיו לְהֵיטִיב לְזוּלָתו וְהוכִיחַ בְּנֵי דּורו, כְּדִבְרֵי רַבּותֵינוּ זִכְרונָם לִבְרָכָה. וְכֵן כָּתַב עָלָיו ברוסי הכלדיי
שפעטער אין די פרשה
פסוק כב וַיַּרְא חָם אֲבִי כְנַעַן אֵת עֶרְוַת אָבִיו. רָאָה בִּזָּיון שֶׁעָשָׂה לו כְּנַעַן בְּנו, וְהוּא הַסֵּרוּס כְּדִבְרֵי קְצָתָם זִכְרונָם לִבְרָכָה (סנהדרין ע, א), וְכָתַב בְּרוּסִי הַכַּלְדִיִּי שֶׁסֵּרְסו עַל יְדֵי כִּשּׁוּף, וְהוּא בְּרִשְׁעו רָאָה וְלא מִחָה. כִּי אָמְנָם הַקָּלון יִקָּרֵא "עֶרְוָה" כְּאָמְרו "וְעַרְוַת מַלְכָּא לא אֲרִיךְ לָנָא לְמֶחֱזֵא" (עזרא ד, יד), וְכֵן "עֶרְוַת דָּבָר" (דברים כא, ד) יֵאָמֵר עַל דָּבָר מְגֻנֶּה.
איינער ווייסט מער אינפארמאציע אויף דעם ברוסי הכלדיי?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 8:00 pm
דורך שמעקעדיג
די וואך אין די פרשה, די 3 מלאכים זענען געקומען צו אברהם פארשטעלט, קבלתי מרבותי אז איינער פון זיי האט זיך פארשטעלט ווי אן אראבער. מיין תמיהה איז, ישמעאל איז קוים אלט געווארן 13 יאר, אזא זאך ווי אן אראבער האט נאך לכאורה נישט עקזיסטירט דאן?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 8:07 pm
דורך מאטי
נו וועגן דעם איז ער נאר געווען פארשטעלט... זאג, שיפס קאפיטאנען זענען שוין יא געווען?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 10:10 pm
דורך נהורא נפישא
שמעקעדיג האט געשריבן:די וואך אין די פרשה, די 3 מלאכים זענען געקומען צו אברהם פארשטעלט, קבלתי מרבותי אז איינער פון זיי האט זיך פארשטעלט ווי אן אראבער. מיין תמיהה איז, ישמעאל איז קוים אלט געווארן 13 יאר, אזא זאך ווי אן אראבער האט נאך לכאורה נישט עקזיסטירט דאן?

אראבער זענען א עטנישע גרופע וואס שטאמען פונעם אראבישן האלבער אינזעל, גארנישט צו טאן מיטן דת האיסלם it just happens to be דאס רוב רובם פון אראבער האבן אויף זיך מקבל געווען די מאכמעדאנער גלויבן

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 10:52 pm
דורך [NAMELESS]
נהורא נפישא האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:די וואך אין די פרשה, די 3 מלאכים זענען געקומען צו אברהם פארשטעלט, קבלתי מרבותי אז איינער פון זיי האט זיך פארשטעלט ווי אן אראבער. מיין תמיהה איז, ישמעאל איז קוים אלט געווארן 13 יאר, אזא זאך ווי אן אראבער האט נאך לכאורה נישט עקזיסטירט דאן?

אראבער זענען א עטנישע גרופע וואס שטאמען פונעם אראבישן האלבער אינזעל, גארנישט צו טאן מיטן דת האיסלם it just happens to be דאס רוב רובם פון אראבער האבן אויף זיך מקבל געווען די מאכמעדאנער גלויבן

די קשיא איז געוואלדיג אין דארף אביסעל מער טעם.(די קשיא דארף זיך באציען אויף דעם וואס איז אנגענימען ומבואר כן אז אלע אראבער שטאמען פון ישמעאל וכאן משמע אז פאר ישמעאל איז שוין געווען אזא מציאות) די תירוץ איז סתם געהאקט אין קאפ... וכולם מודים אז די קשר פון ישמעאל צו די אראבער איז נישט אלץ די גלויבונג פון איסלאם. א זאך וואס איז נתחדש געווארען איבער 1000 יאר שפעטער. זיין קשר איז אז ער איז זייער זיידע אזוי ווי אברהם איז אונזער. והקושיא במקומו עומדת

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 3:49 pm
דורך יין שרף
IMG_20141128_153816.jpg
אויב איז למעשה געווען סבור לבא על זו ועלה על אחרת, איז עס נישט "בני תמורה" איינע פון די בני תשע מדות? ראובן איז דאך געווען ראשית אונו, וואס די גמרא דאכט זיך רופט אן ממזרים ואינם ממזרים? וה' יאיר עיני.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 6:14 pm
דורך שמעקעדיג
זעהט אויס אז דאס איז בלויז אסור בכוונה, נישט בטעות ובשוגג.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 6:19 pm
דורך יין שרף
די גמרא זאגט דאך אפילו שתיהם נשיו אויך.
סבור לבא על זו ועלה על אחרת מיינט לכאורה בטעות, ניין?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 10:57 pm
דורך שמערל
די ישמעאלים קשיא איז אסאך שווערער אין פרשת וישב, ווי עס שטייט אז פאר זיי האט מען פארקויפט יוסף'ן, ווי קענען ישמעאלים ווערן אנגערופן ווי א חפצא בעת מען רעדט סך הכל פון די דריטע דור נאך ישמעאל?

ויואל משה

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 11:19 pm
דורך chusid
איך האב געלערנט אביסל ויואל משה (איך בין מיך מודה אז נישט בעיון), אויבן אויף בויט די רבי אויף די איסור פין יהרג ואל יעבור - הגם בשעתן גיין אין כנסת איז דער חרדי נישט כופר אין גארנישט, מכח א הוכחה אז עבודה זרה בכפיה איז ביהרג ואל יעבור הגם מעשה בכפיה איז נישט נחשב באמת אלץ דו האסט עס געטוען, ממילא זעט מען אז דעמאנסטרירן א מעשה כפירה הגם ס'איז נישט איז ביהרג ואל יעבר, האב איך גוט פארשטאנען? ווייל לכאורה איז דאס נישט קיין פארגלייך.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 11:50 pm
דורך שמערל
יין שרף האט געשריבן:
IMG_20141128_153816.jpg
אויב איז למעשה געווען סבור לבא על זו ועלה על אחרת, איז עס נישט "בני תמורה" איינע פון די בני תשע מדות? ראובן איז דאך געווען ראשית אונו, וואס די גמרא דאכט זיך רופט אן ממזרים ואינם ממזרים? וה' יאיר עיני.

דער מגן אברהם אין סימן ר"מ פרעגט די קשיא, און ענטפערט אז וויבאלד יעקב האט למעשה מכיוון געווען צו בועל זיין די חפצא נאר ער האט געמיינט אז עס הייסט רחל אנשטאט לאה, הייסט עס נישט בני תמורה ווי ער טראכט פון אנדערע גוף בשעת מעשה. וצ"ע
דער אליה רבה זאגט אז קודם מתן תורה האט מען געמעגט.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 11:54 pm
דורך יין שרף
א גרויסן ש׳כח!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 3:38 am
דורך berlbalaguleh
יין שרף האט געשריבן:די גמרא זאגט דאך אפילו שתיהם נשיו אויך.
סבור לבא על זו ועלה על אחרת מיינט לכאורה בטעות, ניין?

איין זאך זעה איך אז דעי גמרא'ס קענט עטץ גוט. (דו און שמעקעדיג). עטץ זענטץ ענק מפלפל אז ס'גייט א רויעך...
איינער וועט נאך באלד צו ברענגען א רשב"א אין מס' כתובות וואס זאגט אזוי ווי ער. און דער צווייטער וועט עס אפווענדן מיט א ר' חיים אין מס' הוריות...וכן הלאה... :lol:

א פשוט'ע קשיא

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:38 am
דורך ציבעלע-קיגל
אין פרשת וישלח ווען עשיו טרעפט זיך מיט יעקב און זעהט פרויען און קינדער פרעגט ער...
"מי אלה לך?" ווער זענען זיי?
וואס? וואס האט ער געמיינט ? אז זיי זענען די קינדער פון שכן? אפשר גאר פונם מילך איד?
וואס האט ער געמיינט אז יעקב איז אריין צום שכן און גזאגט... טוהט מיר א טובה, מיין ברודער קומט, זיי מוחל און בארג מיר אפאר נשים מיט אפאר קינדער.