בלאט 22 פון 66
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:43 pm
דורך וכדומה..
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:הדסה- גייט מיר אויף די נערווען זי שמייכעלט צו סך, און איר קלייד איז צו לאנג.
כ'מיין... געב איר א טשענס, וואס האט זי שוין געהאט, אפשר א מינוט א האלב סקרינפלעי?
מ'קען נאך נישט אפ'פסל'ן...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:06 pm
דורך פישערער רבי
רוחמי - בין איך חולק אויף הרב בענדזשאמין פרענקלין מיטן גאנצן תוקף! רוחמי לענ"ד איז א עקספערטע אקטריסע נישט ווייניג פון שלום און גיטי, לאמיר אריינטראכטן זיך א מינוט זי איז ס"ה א פיצ'לדיקע מיידל פערצן יאר אלט און זי שפילט אזוי גוט, זי דריקט אויס גאר שטארקע געפילן, זי איז דאך א דור שלישי למשפחת שטיסל און ברתה דגיטי און אזוי ווי איר מאמע זי שטופט אריין שטארקע געפילן, צום ביישפיל (לאמיר ברענגען פון לעצטנס) ווען זי קומט אהיים נאכדעם וואס חנינא איז געפארן אןן זי רעדט מיט איר מאמע (עסנדיק די ליבע קציצות ווייל זי איז גוועת..) זי איז אזוי ערנסט, און זי דריקט אויס זייער גוט די גרויסע התלבטות הנפש, אז זי וויל לעבן בשלום מיט אירע עלטערן, אבער זי וויל נישט בשום אופן אפלאזן איר מאן, די מעשה ווען זי גייט ארויס אן א טיכל זי שפילט דאס אזוי גוט, זי "לעבט" דער מצב, ווי זי פירט זיך מיט זיין טאטע ליפא אין די ערשטע עונה, אזוי פיל געפילן ליגן דארטן, און זי שפילט דארטן אזוי גוט, אזוי זיס, ס'פשוט מוראדי'ג, ס'מוראדיק, זי איז זייער ערנסט, און זי שפילט זייער גוט דער כאראקטער פון א מיידל וואס איז שוין אינגאצן אטאנאם און זעלבשטענדיק, די צרות פון ליפא אנטפלעקן ביי איר מוראדיג'ע שטארקע תכונות הנפש, און נאך אסאך ביישפילן.
לענ"ד אין רוחמי איז "בהחלט" ניכר אז שטיסל בלוט פליסיק אין אירע גלידער זי איז אין אירע געביט א עקספערטע נישט ווייניג ווי שלום קיווע און גיטי כל אחד בתחומו הוא.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 12:37 am
דורך [NAMELESS]
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:מנוחה- עקט זייער פראפעשינעל, אבער איר כאראקטער איז נישט רעליסטיש, מאניפילאציע האט אויך א שיעור.
חנינא- דער בחור קוקט אויס ווי ער עקט דאס ערשטע מאל, ער איז צו איינגעהאלטן און לאזט נישט דעם אודיענס זיך באקענען מיט זיין כאראקטער. עס שיינט מיר אז ער ציטערט מער פון די קעמרע קראו וואס דירעקטירט און פילמט אים , ווי ער דארף ציטערן פון זיין ווייב רוחמי און זיין שוויגער גיטי...
באבע מלכה- איז געניאל, אירע גלעזער איז ווערט א מיאנטיק.
אנשין און די ליידיגערערס דארט -זענען עפעס ארויס פון ה. העכטויפ'ס קרעטשמע בילדער, דאס זעט אויס ווי א אידישע ווערץ-הויז ווערסיע 2015.
דער חולה מיט די נירן פראבלעמן- האט מיר געמאכט זייער אומבאקוועם כהאב געברויכט אוועקוקן ביי זיין דרשה, ניטאמאל פאר א באבובע פלעי איז ער גוט.
הדסה- גייט מיר אויף די נערווען זי שמייכעלט צו סך, און איר קלייד איז צו לאנג.
קויפמאן נעמט זיין ראלע צו ערענסט.
ווער נאך איז דא זאל זיך שטעלן אין די רייע
בענדזשאמין, ביי דיין פריערדיגע אפשאצונג אויף קיווע, האסטו גאנץ גוט צוגעטראפן. כאטש לדעתי איז ער סאך בעסער ווי דו לייגסט אים אראפ. דו האסט א שטיקל פראבלעם מחלק צו זיין פון די וועג וויאזוי דער עקטער לייגט אראפ זיין ראלע, און די עצם ראלע וואס מ'געבט יענעם צוליב'ן סקריפט. קיווע איז גאר קרוב ללבי, און ער איז א מייסטער עקטער. כ'דארף אים נאך אמאל באשרייבן, ואכ"מ. שו"ר אז [tag]פישערער רבי[/tag] האט אויך
גוט מנתח געווען דעם קיווע'ן.
אבער אין דיין יעצטיגן אפשאצונג צר לי לבשרך, אז כ'בין מחולק כמעט מיט אלע דיינע פונקטן, ואפרש שיחתי:
מנוחה - עקט זייער נישט פראפעסיאנאל. איר אידיש איז כמעט גארנישט ווערט [דוק היטב, זי רעדט כמעט נישט קיין אידיש. זעט אויס בכוונה, נאכן איינזען וואספארא לא יוצלח זי איז], אירע שטריכן זענען שוואך. זי איז נישט קיין גוטע עקטער. סארי. מצד שני מאכט די 'סקריפט' יא סענס, אראפמאלנדיג א שטייפע הארט נעקיגע פרוי, וואס ווייסט וויאזוי צו מאניפולירן אפילו אזא דיקטאטור ווי שלום'ן. זי טוט עס אויפן טיפישן פרויערישן שטייגער, אמאל מיט רגש און אמאל מיט אויפרעגונג, אמאל מיט חנ'דלן און מאכן א ווארימע זופ, און אמאל מיטן אנשרייען...
חנינא - עקט גאנץ גוט. דאס וואס דו רופסט אן 'צו איינגעהאלטן', איז נישט מצד דעם עקטער נאר מצד דעם כאראקטער וואס ער דארף צושטעלן. לויטן סקריפט דארף חנינא צו זיין א צוריקגעצויגענע, שטילע, פארמאכטע, תמימות'דיגע בחור'ל, אן קיין נארמאלע בעקראונד. ער טוט דאס אייזן.
באבע מלכה - די אלטע איז געווען גאר גוט. זייט זי איז אוועק בעפארן צווייטן סעזאן, איז די היינטיגע נישט צוגעקומען צו אירע קרסוליים, כאטש זי פאר זיך איז גאנץ כמעשה. ס'איז נאר פני יהושע נגד פני משה, כלפי דער פריערדיגער אקטריסע פון 'באבע מלכה'.
אנשין וחבריו, און שלום'ס עלסטע זון, האסטו גוט אפגעמאלן.
הדסה - מאכט א רושם ווי א פרומע מזרח'יסטסקע, אדער פשוט'ע ליטוואק [כאטש אין ארץ ישראל גייען זיי בד"כ נישט אנגעטון אזוי]. זיי גייען מיט לאנגע קליידער, אזוי פאצעריש אנגעטון, נוסח - נישט אויסגעפוצטע - פלעטבוש. איר שמייכל איז תמימות'דיג און איידל/נאריש, אבער אמת'דיג און אריגינאל. עפעס א ווארימקייט, מקוריות, איז דא אין איר. צוליב דעם קען נאך עפעס ווערן צווישן זיי, טראץ דעם וואס נאך אלישבע און ליבי איז זי נישט קיין שיינהייט צו כאפן זיין הארץ, אבער איר איידלקייט און תמימות וועט לכאורה אלס איבערשטייגן.
קויפמאן - איז זייער גוט. א מבין אין זיין פעלד, א פראפעסאר מיט א נאמען איבערן לאנד, שמו הטוב הולך לפניו. ער איז אבער ממש א זייטיגע פאקטאר. ענדערש שמועס שוין פון די חב"ד'סקע טאכטער פון שלום'ן [וואו איז זי אהינגקראכן? מ'גייט איר נאכאמאל זען?].
ווער נאך איז דא זאל זיך שטעלן אין די רייע...
---------
אגב, אין
מיין אשכול איבער שטיסל, בין איך גרייט צו אדורכטון א פרישע פערזענליכקייט,
כפי שעשינו עם גיטי.
זאגטס מיר וועם צו באשרייבן.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 12:56 am
דורך שושן פורים
הרב שש, צו וואס פעלט זיך אויס צו האבן אן "אייגענע" אשכול איבער א עקזיסטירנדע נושא?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:02 am
דורך ראוונע
הרב שש
אפשר ליפא. אין מיינע אויגען איז ער אויך עפעס א אייזענע עקטאר
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:08 am
דורך [NAMELESS]
שושן פורים האט געשריבן:הרב שש, צו וואס פעלט זיך אויס צו האבן אן "אייגענע" אשכול איבער א עקזיסטירנדע נושא?
קוק אויף מיינע באשרייבונגען דארט, וועסטו פארשטיין.
כ'בין זיך נוהג צו שרייבן באריכות, פראפעסיאנאל, לענגערע ארטיקלן/אפהאנדלונגען. כ'וויל נישט ס'זאל פארשוועמט ווערן צווישן די קליינטשיגע תגובה'לעך/טענה'רייען אין דעם אשכול.
כך מנהגי בשאר מקומות, און דערפאר האבן אזויפיל שיינע אשכולות ארויסגעשפראצט תחת ידי, מלכתחילה אלס תגובה ונתארכה ונתארכה עד לכדי אשכול חדש ומאמר ארוך ומנומק כהלכה.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:20 am
דורך סמבטיון
און אזוי ווי איך האב שוין איין מאל געזאגט ערגעץ ווי, אז ליינען שש'ס אנאליזן נאכן ווואטשן די עפיזאדן איז מיר א תענוג רוחני
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:24 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
שש און פישערע רבי האבן גוטע פונקט אבער מיט עקיבא לדעתי זענט עטץ טאטאל ראונג. לדעתי סאוקט ער אוועק אויף כח די איינציגסטע סבה פארוואס ער האט באקומען די הויפט ראלע איז ווייל ער האט בלאנדע האר און גרויסע בלויע אויגן ,אויסער דעם טויג ער א מכה. ער עקט נישט ווי אן עכטע אידישע היימישע כאראקטער מען ברויך נאר קוקן אויף אים איין מינוט און ער ווארפט דיר צוריק אריין און עולם הריעלטי אז דאס וואס די זעסט איז סתם א פילם. און איין ווארט ער איז נישט קאנווינסינג, ער עקט ווי א האליוואוד ערשטע יאר גרעדיועט, מיט אלע הוויות און תנועות וואס מען לערנט דארט אז אזוי שפילט מען אראפ א מענטש, עס קומט נישט אריין ווען די מאלסט אראפ א היימישער עלטערע בחור.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:46 am
דורך [NAMELESS]
ליבי- איך בין נישט צו אנטציקט נישט פון איר אקט און נישט פון איר כאראקטער. זי פאללאוד די טיפיקיעל סטיריא-טייפ פון א פרוי-עקטרעסס וואו דער מאן (עקיבא) לויפט נאך די פרוי, און די פרוי (ליבי) זאגט אז ער זאל פארגעסען איר נאמבער. זי ווייזט קיינמאל נישט ארויס איר אהבה צו אים וכו' (איך קען נישט גלייבן אז איך האב געזאגט וכו').
איך גיי משוגע פאר ליבי'ס כאראקטער אייביג אין די מוד אפילו ווען דו וועקסט איר אויף אין די פארטאגס שעות.. א זעלטענהייט פאר א פרוי... אלס מיט א לייכקייט און א גוטמיטיגע שמייכל זי איז מחזק קיווע מיט זיינע ווערק אפילו נאכדעם וואס קויפמאן עקסעפט עס נישט, אפילו ווען זי זאגט עם אז ער זאל איר מער נישט רופען איז עס אויף מיט א געוויסע איידלקייט עס איז ניכר אז עס איז מחמת סיבה צדדי,
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 9:56 am
דורך פריש וואסער
עס איז כדאי צו וויסן, אז אין real life זענען שולם און מנוחה מאן און ווייב.
און ליפא און גיטי זענען פארליבט (גיטי זאגט אויף א אינטערוויו אז עס איז איר זייער שווער צו שפילן ברוגז אויף ליפא).
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 11:25 am
דורך וכדומה..
טעות, חנה לסלאו וואס שפילט 'מנוחה' איז בכלל נישט פארהייראט.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Hana_Laszlo
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 11:30 am
דורך ראוונע
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 19, 2015 7:15 pm
דורך יהושע חיים
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 19, 2015 9:31 pm
דורך פישערער רבי
היום יום א' לסדר וירא מנוחה כי טוב ח' טבת ה'תשע"ו לפ"ק
איימעצער האט שוין פרק 8 אויף דראפבאקס? אזוי וועט דער עולם זוכה זיין צו דאונלאודן
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 19, 2015 11:11 pm
דורך באשטעטיגט
דע פרק דארף מען קענען ליינען אסאך מחשבות ! אחלה פרק !
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 1:01 am
דורך ראוונע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 1:04 am
דורך קאווע טרינקער
פיין, פיין.
בעיקר די זייטיגע קרישקעלעך, וויאזוי גיטי ארבעט אויף איר גאווה עקיבא פראבירט די סגולה שטיל צו מאכן די מייק....
אגב, כ'מיין אז גיטי און ליפא רעדן מער אידיש ווי פריער
נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 1:49 am
דורך משבק
פרק 8׳ איז זייער א שטורמישער . קיווע אזויווי אלעמאל מאכט זיכער צו פארפאטשקענען זיין גליק און דווקא ווען סקוקט אויס אז ער טרעפט ענדליך זיין באשערטע . הרגעט ער עס אפ . נעבעך א געבוירענער שלימזל . שלום ווי ערווארטעט לאזט ענדליך אפ זיין מנוחלע אינטערסאנט צו זעהן וואס סגייט זיך אויסלאזן מיט דעם חבר מאן חיליק איך פיל אז ער איז נאכנישט פארטיג מיט שלום דער גייט אים נאך גוט בלעיקמעילן און אין די ענדע ארויסבאקומען א שיינע סכום געלט . סאיז גראדע נישט קיין שלעכטע בייפאל אינטערסאנט אז קיינער טוט עס נישט .
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:17 am
דורך יהושע חיים
קאווע טרינקער האט געשריבן:פיין, פיין.
בעיקר די זייטיגע קרישקעלעך, וויאזוי גיטי ארבעט אויף איר גאווה עקיבא פראבירט די סגולה שטיל צו מאכן די מייק....
אגב, כ'מיין אז גיטי און ליפא רעדן מער אידיש ווי פריער
ווען זיי רעדן עפעס וואס זיי ווילען נישט אז די קינדער זאלן מיטהאלטן רעדן זיי אידיש (למשל ווען ער קומט צירוק און רוחמי וויל עהם נישט קענען)
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 12:04 pm
דורך נשמת אדם
יוי האבן זיי מיר אנגערייצט, איך בין אמאל געווען אין עין כרם אויף וואקאציע, א רואיג פארסטוראלע דארף א טריט ווייט פון ירושלים מיט א הערליגע פאנאראמע פון הרי יהודה און עצי היער מיט זייער קלארע און פרישע לופט ממש א מחיה, איך פארשטיי זייער גוט פארוואס די מזגן האט זיך דארט אויסגעלאשן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 1:40 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:פיין, פיין.
בעיקר די זייטיגע קרישקעלעך, וויאזוי גיטי ארבעט אויף איר גאווה עקיבא פראבירט די סגולה שטיל צו מאכן די מייק....
אגב, כ'מיין אז גיטי און ליפא רעדן מער אידיש ווי פריער
אבער זייער אידיש קומט נישט ארויס אזוי נאטורליך ווי דאס וואס שולם און נוחעם רעדן. ס'שפירט זיך אזוי ווי געצווינגען. ספעציעל די אידיש ווערטער וואס גיטי זאגט ארויס. ס'איז שוין באלד אזוי ווי די עקטערס אויף ..."די בלו בלאדס"...רעדן אידיש. ס'וואלט שוין בעסער געווען ווען זיי האבן דעם דיאלאג אויף עברית...!
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 2:08 pm
דורך HotCoffee
לכל המעוניין.....
התפנה תאריך באולם זוועיל
(האולם הקטן) במחיר מוזל!!
זוג שביטלו ממש לפני החתונה, זה ממש חסד נא להעביר הלאה!
מי שרוצה נא להתקשר לשולם שטיסל או למנוחה קניגסברג.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:23 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'שפעקוליר אויב הדסה איז די חבד'סקע אייניקעל פון שלום...