בלאט 22 פון 43
נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 10:16 am
דורך שמעקעדיג
.
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:09 pm
דורך שמעקעדיג
ביטע קאלט אריין, אבער שוין!! לייגט עס נישט אפ!!!!!
.
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שוין יארען וואס קיינער קימערט זיך נישט ווער איז דער מדריך אין קעמפ, ער קען זיין א מאלעסטער, א מאניפיולעיטער, סתם א ליידאק, קיינער גייט נישט אן. אבער א סמארטפאון? דאס איז שוין א פעקעל
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:03 pm
דורך [NAMELESS]
די מוסד האלט עפעס נישט ביים פאלגן... מ'דארף קאמפיינען ביים עולם אז יעדער בלי שום יוצא מן הכלל זאל אריינרופן ווי שנעלער אז מ'זאל חלילה נישט זיין קיין צועק לשעבר.
היינט ביינאכט גייט מען שטיין אין שומרי שבת (אויף די עוועניו, ווייל די סטריט איז שוין אקיופייד דורך די ערב רב רח"ל) און מ'וועט טיילן פליפ פאון'ס דער עולם זאל רופן אין לאזן מעסעדזשעס (דורך פארליינען פון א צעטל) אויף אידיש און אויף ענגליש. והן קל כביר לא חמאס תפילת רבים
נשלח: פרייטאג יולי 01, 2016 10:56 am
דורך לייבעלע
אין די שיהלען קען מען דאס זעין
נשלח: פרייטאג יולי 01, 2016 11:02 am
דורך שמעקעדיג
ממש א עקל, אוי לעינים שכך רואות.
עס דערמאנט די העצע פון די נאצי'ס אין די שטורמער, ווי מען האט אפגעמאלן חוזק קארטונ'ס פון די אידן מיט די לאנגע נעזער און שפיציגע בערד.
עס וואונדערט מיר וועלכע אידן האבן דעם קאפ צו די נארישע שטותים און ספענדן נאכאנאנד צייט, כח און געלט פאר די עקלהאפטיגע נארישקייטן.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: פרייטאג יולי 01, 2016 12:03 pm
דורך קל וחומר
מ'ברויך איינשפאנען אפאר מעלער צו פירן א פארקערטע מערכה, אפחוזק'ן פון די שווארץ-קוקער.
#ענה לכסיל כאולתו
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 4:37 pm
דורך יהושע חיים
נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 10:13 am
דורך שמעקעדיג
.
נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 10:20 am
דורך הקטן
וואס האלט איר, אזא טאוועל האט אן עפעקט אז איינער זאל אוועק לייגן זיין סמארפאון?
פארוואס יא?
פארוואס נישט?
נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 10:22 am
דורך [NAMELESS]
וואס האלט איר, דער בריוו איז אן אמת'ער בריוו אדער נישט?
נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 10:31 am
דורך הקטן
בן אדם האט געשריבן:וואס האלט איר, דער בריוו איז אן אמת'ער בריוו אדער נישט?
אדער יא אדער ניין
נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 10:33 am
דורך קאמענטירער
@הקטן
כגלייב נישט אז איינער וועט אוועקווארפען זיין פאון וועגן בילדבאורדס, אזויפיל קען יא זיין אז די וואס האבען זיך נאכנישט איינגעהאנדעלט וועלן זיך קענען בעסער איינהאלטען ווען סאיז דא א קאמפיין אויף נישט.
@בן אדם
איך האלט אז דער בריוו איז אויסגעזויגען פון די פינגער, פשוט ווייל סאיז צו א לאנגע פראסעס אז א מענטש זאל זיך מיען נאר צו אנפילען די צייטונג שורות,
נשלח: מוצ"ש יולי 23, 2016 11:30 pm
דורך פליקער
איך בין געפערליך אנגעווארעמט געווארן פונעם אידעל וואס איז פארווארעמט געווארן פונעם בילבארד, וואס האט באשלאסן מפרסם זיין מסתם פאר סגילה אדער אנציווארעמען דעם ציבור, יוש איז געווען ווארעם די שבת
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 6:49 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז דאס לעצטיגע משוגעת מיט א.ג. 'שומרים' קארטלעך וואס מען טיילט פאר די יונגווארג?
@רימון אלערט
#שוין צייט צו שליסן שומרים
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 8:43 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן::דיסלייק:
ממש א עקל, אוי לעינים שכך רואות.
עס דערמאנט די העצע פון די נאצי'ס אין די שטורמער, ווי מען האט אפגעמאלן חוזק קארטונ'ס פון די אידן מיט די לאנגע נעזער און שפיציגע בערד.
עס וואונדערט מיר וועלכע אידן האבן דעם קאפ צו די נארישע שטותים און ספענדן נאכאנאנד צייט, כח און געלט פאר די עקלהאפטיגע נארישקייטן.
שמעקעדיג: ייש"כ. דו האסט מיר ממש אויסגעכאפט די וועטער. ברוך שכיוונתי לדעתך הקד(ו)שה...
נאר דאס ווייזט אויף איין זאך. אז די משוגעים לאותו דבר וועללן זיך נישט צוריקהאלטן פון נאכקאפירן קארטונ'ס פון דעם נאצישן שטירמער אדער פון די אנדערע אנטיסעמיטישע צייטונגען. דאס איז די זעלבע פארפוילטע מענטאליטי וואס די נטורי חרתא האבן. זיי שטערט נישט צו גיין צוזאמען מיט רוצחים און אנטיסעמיטן. אבי זיי זאללן דערגרייכן זייער ציהל...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 2:39 pm
דורך לייבעלע
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז דאס לעצטיגע משוגעת מיט א.ג. 'שומרים' קארטלעך וואס מען טיילט פאר די יונגווארג?
@רימון אלערט
#שוין צייט צו שליסן שומרים
לעצטע וואך קימט מיין קליינע אינגעל צו מיר און זאגט מיר טאטי די טרינקסט סוער וואסער, פרעג איך עם וואס מיינסטי, זאגט ער מיר אויף די שומרים קארד'ס וואס איך האב שטייט אז איינר וואס האט א סמארטפון טרינקט סוער וואסער, זאג איך עם מיין פאון האט א פילטער, זאגט ער מיר עס שטייט אפילו מיט א פילטער, איך בין געווארען רויט און ווייס פין כעס און בושה,מיין אינגעל האט ביז היינט נישטאמאל געוויסט וואס איז א סמארטפון ער איז א קליין אינגעלע פון כיתה ג', וויל איך דא זיך ווענדען צו דעם ארויסגעבער פון די שומרים קארד'ס וואס פאר אפאר גראצער פארקופט ער זיין נשמה צום שטן און איז מחנך א דור פון מחוצפים'לעך, איך ווייס נישט ווער די ביסט אבער זאלסט וויסען איך בין דיר נישט מוחל בזה ובבא, שעם זיך, ביסט א פארדארבענע מענטש מיט מידות מגונות, און איך וויל נישט באלאנגען צי א כלל ישרא' וואס האט אזעלכע מענטשען ווי דיר,
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 3:42 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען מיין איגעל איז אהיים פון חדר מיט מימרות אויף סמארטפאונ'ס און אינטערנעט, האב איך איהם געגעבען צו פארשטייען וואס איז דאס אינטערנעט, א פלאץ ווי מ'קען אלס ארויפלייגען, און דעריבער איז דארטן דא חכמה און כסלות, מצוות מיט עבירות. דעריבער דארף מען זיך היטען פון די עבירות דארט מיט א פילטער. דער וואס האט נישט קיין ילטער קען מעגליך זינדיגען. נישט דער אינטערנעט איז דער עבירה, נאר דאס מ'וועט מעגליך טוהן דערמיט. א קינד קען דאס פארשטייען. מ'קען איהם אויך זאגען אז מאנכע רעדען עקסטרעמע און מ'רופט עס אן א דבר טמא, אבער דאס מיינען זיי מיט די ווערטער. זיי קענען פארשטייען, און טאמער נישט, גיבט מען זיי צו פארשטייען
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 11:23 am
דורך ווייל אזוי
א בילד פון שומרים קארדס.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 1:04 pm
דורך שלום על ישראל
די המספיק גאזעט (איינע פון מיינע איינציגסטע אידישע אויסגאבעס וואס אין ליין) האט די חודש אן אינטרעסאנטע אנטווארט צו א לייענער'ס בריוו.
דיסקלעימער: איך מיין אז המספיק'ס ברייווען זענען אייגענטליך אמת'ע.
קודם, פאלגענד איז די בריוו וואס א לייענער האט אריינגעשיקט:
שרייבער 5780 האט געשריבן:א צייט צוריק האט א ליינער רעקאמענדירט א וועבזייטל
leakygutcure.com. צו מיין איבערראשונג האט מיין אינטערנעט פילטער מיר געווארנט אז דער זייטל איז פארדעכטיגט. איך האב פארט אריינגעקוקט דערין, און די וועג וויאזוי די רפואה ווערט דארט אדווערטייזט איז אויך פארדעכטיגט (לויפט און קויפט, באלד וועט עס מער נישט זיין! עס וואלט רואיג געקענט קאסטן 300$ , אבער מיר געבן עס אוועק פאר בלויז 40$.) איך האב געזוכט אויפ'ן געוועב אויב די גאנצע זאך איז א שווינדל, און איך בין פארפלייצט געווארן מיט אומצאליגע לינקס וועלכע פרעגן די שאלה, און אלע פירן נאר צו קויפן דעם פראדוקט. איך בין צומישט. איך האף שטארק אז עס איז נישט קיין שווינדל וויבאלד צופיל מענטשן פארלאזן זיך אויף אייער אדורכזיפן וואס עס גייט אלץ אריין אין גאזעט. א דאנק פאר'ן נעמען די צייט צו ליינען מיינע ווערטער.
די רעדאקציע ענטפערט:
המספיק האט געשריבן:אדאנק פאר'ן זיך פארבינדן מיט אונז איבער אייער זארג. ערשטנס דער גאזעט רעקאמענדירט קיינמאל נישט הלכה למעשה וואס מענטשן זאלן טון. יא, מיר פרובירן אייביג זיכער צו מאכן א די טעלעפאן נומערן אד"ג וואס גייען אריין זענען ריכטיג און אויסגעהאלטן, אבער ווי נאכאנאנד דערמאנט, טוען מיר פערזענליך קיינעם נישט אינדארסירן אדער רעקאמענדירן. דער רובריק איז פון ליינער צו ליינער, ווען די רעדאקציע נעמט בלויז די מינימאלסטע שריט צו רעדאגירן די בריוון צום געשמאק פונעם ציבור. מיט די אויסגעהאלטענע באגרעניצטע צוטריט וואס המספיק שטאב האבן צום אינטערנעט קענען מיר נישט נאכקוקן אלעס וואס ווערט אריינגעשיקט, און אודאי טוען מיר חלילה נישט רעקאמענדירן פאר קיינעם צו גיין אויפ'ן אינטערנעט זאל עס זיין פאר רוחניות אדער גשמיות. אבער, ווי געשמועסט, דער גאזעט נעמט נישט פערזענליך קיין שטעלונג.
עס איז מיר געווען גאר אינטרעסאנט אז המספיק, א סטעיט-או-די-ארט גאווערמענט-באזירטע ארגעניזאציע, זאל זיך מאכן בא'טעמ'ט אז זי האבן "באגרעניצטע צוטריט ... צום אינטערנעט".
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 2:50 pm
דורך איך אויך
כנראה אז פאר זייערע שטירן מוזן זיי אזוי פארקויפן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2016 9:23 am
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2016 4:56 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:כנראה אז פאר זייערע שטירן מוזן זיי אזוי פארקויפן.
איך אויך. און שלום על ישראל: זיי. דער המספיק גאזעט זענען זייער אייגנארטיג מיט דעם אז אפילו ווען זיי ענטפערן אויף פשוט'ע מעדיצינישע שאלות אדער ווען זיי שרייבן סתם א מעדיצינישן ארטיקל, (חוץ, פארשטייצעך ווען זיי באשרייבן ביי א רייכע סעודה מיט די רעגירונג'ס מענטשן זייערע אויפטוען) אז זיי זאללן נישט אריינמישן זייער שטארקע קנאות און אנטי-ציונות...! און אויב דער סטייל איז אקעיגן אינטערנעט. (דאמאלץ איז נאכנישט געווען דער חרון אף אזוי שטארק אויסגעגאסן אויף די טעכנאלאגישע כלים און וואטסעפפ, ווייל די רבי שליט"א האט נאכנישט גערעדט איבער די נושא) וועט מען אומדירעקט ארויסהייבן וואספארא ערליכע אידן און אויכעט ענוים זיי זענען...!