בלאט 22 פון 28
נשלח: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:44 am
דורך עפל סיידער
יעצט געהערט ערשט-האנטיג פון א משפחה וואס האלט אויף איינע פון די פליטי לב טהור, עס איז א שרעק זייער צושטאנד.
נשלח: פרייטאג מערץ 14, 2014 2:00 pm
דורך elter-zeide
א יוד פין מאנטריאל האט מיר יעצט דערציילט אויף דע פאהן, אז דע רעגירונג זיכט היימישע שטיבער וואס ווילן אריינעמען קינדער פין "לב טהור", אין זיי טרעפן געניג וואס נעמען אריין, ווייל דע מאנטריאלער יודען ווייסען דעם אמת, אין האבען רחמנות אויף דע קינדער.
נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 3:39 am
דורך כנישתא חדא
אלעזר מאשקאוויטש פארציילט די מעשה פין נתן העלבראנץ, ביי א טיי אווענט אין מאנטריאל,
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=IPVlS5BPtYA[/youtube]
נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 3:40 am
דורך כנישתא חדא
ס'איז לכאורה קלאר אז שלמה העלבראנץ איז א גרעסערע רשע ווי היטלער, ער האט נאר נישט אזוי פיהל power
דער באשעפער זאל העלפען אז ער זאל האבען א סוף אזוי ווי המן, אמן
נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 8:48 am
דורך טיטאניק
ארור המן ארור ארז
וגם רבי אלעזר מאשקאוויטש זכור לטוב
נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 11:56 am
דורך משולם שטיינפעלד
פאר סאם ריזען דערמאנט מיר די דרשה ביים טיי אווענט, פון די דרשות וואס יהדות ניו יארק האט געהערט אין די אנפאנג תש"נ יארן, די נושא דאן איז געווען די פאטער פון נתן...
נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 12:02 pm
דורך דער שכן
כנישתא חדא האט געשריבן:אלעזר מאשקאוויטש פארציילט די מעשה פין נתן העלבראנץ, ביי א טיי אווענט אין מאנטריאל,
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=IPVlS5BPtYA[/youtube]
יישר כחכם. ס׳פאסט צו שרייבן ״ר׳״ מקודם די אנגעגעבענע נעמען.
מיר דארפן נאך אזעלעכע קליפים. דאס איז א געוואלדיגע באווייז וואס עס טוט זיך דארט אפ נעבעך. ס׳געפעלט מיר וויאזוי זיי באנוצן זיך מיט זייערס א ״בית-דין״.., און אויך מיט מאפיא. זעהט אויס אז דער ר׳ נתן האט געוואוסט אז זיי זענען דאס אומשטאנד צו טוהן. א באנדע רוצחים בלבוש דאכענכס. רשעות איז נישט דאס ווארט. ״רשעות״איז נאך צי שיין געזאגט.
א כשר׳ן פסח!
נשלח: זונטאג מערץ 16, 2014 10:56 pm
דורך (1 נייע הודעה)
משפחה מחלוקתער איז דא כמעט אין יעדע משפחה. א טיפש איז דער וואס נעמט א צד ווען ער האט נאר געהערט איין צד. א רשע איז דער וואס טיט מעשים אקעגן די אנדער צד ווען ער האט זיי נאך אפילו נישט אויסגעהערט.
נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 2:03 am
דורך דער שכן
(1 נייע הודעה) האט געשריבן:משפחה מחלוקתער איז דא כמעט אין יעדע משפחה. א טיפש איז דער וואס נעמט א צד ווען ער האט נאר געהערט איין צד. א רשע איז דער וואס טיט מעשים אקעגן די אנדער צד ווען ער האט זיי נאך אפילו נישט אויסגעהערט.
א טיפש איז דער וואס לאזט זיך פארפירן פון דיר. א רשע איז ארז-הלברנץ וכת דילי׳.
נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 9:35 am
דורך (1 נייע הודעה)
אויסברעכן די עסן פין מאגן איז בכלל נישט קיין געשמאקע מעשה אבער ברעכן פין ליידיגן מאגן איז יסורים. אז מברעכט שוין יא זאל כאטש זיין וואס צו ברעכן. מאנכע שרייבן תגובות אנגעפילט מיט שנאת חנם אין ראסיזם אז סקימט צים ברעכן אבער זיי שרייבן כאטש עפעס. אמאל ווארפט עס א פרישע ליכט צים ענין אמאל איז עס א שטארקע טענה. אין איין ווארט: עס האט די כח צי משנה זיין דאס וואס שוין געווען באוויסט ביז יעצט. ווידער זענען דא וואס שרייבן שנאת חנם לשמה נישטא וואס צי ליינן נישטא וואס צי טראכטן נישטא וואס צי ענטפערן די בעסטע איז מען פארשטאפט די נאז אין מגייט ווייטער ווייל אויב מען טרעט אריין דערינן קען מען אנפילן נאך 12 בלעטער אין איין טאג אין גארנישט זאל נישט נתחדש ווערן.
נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 10:04 am
דורך Ben-Shishim
(1 נייע הודעה) האט געשריבן:משפחה מחלוקתער איז דא כמעט אין יעדע משפחה. א טיפש איז דער וואס נעמט א צד ווען ער האט נאר געהערט איין צד. א רשע איז דער וואס טיט מעשים אקעגן די אנדער צד ווען ער האט זיי נאך אפילו נישט אויסגעהערט.
הער אויף מיט דיינע נערישע בויך סבארה'ס
נתן איז א ערוואקסנער מענטש, ער האט א רעכט צי גיין ווי ער וויל אין וואינען ווי ער וויל ווען ער וויל
קיינער "נאכאמאהל קיינער" האט נישט קיין רעכט אין דעם אריין צירעדען
איינמאל ער האט חתונה געהאט קען ער מיט זיין ווייב באשליסען ווי ער וויל גיין
בכלל , דע אלע טאטעס וואס מישען זיך אריין אין דע חתונה געהאטע קינדער'ס לעבען, זייען אן חורבנות.
נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 10:33 am
דורך (1 נייע הודעה)
Ben-Shishim האט געשריבן:הער אויף מיט דיינע נערישע בויך סבארה'ס
נתן איז א ערוואקסנער מענטש, ער האט א רעכט צי גיין ווי ער וויל אין וואינען ווי ער וויל ווען ער וויל
קיינער "נאכאמאהל קיינער" האט נישט קיין רעכט אין דעם אריין צירעדען
איינמאל ער האט חתונה געהאט קען ער מיט זיין ווייב באשליסען ווי ער וויל גיין
גערעכט. אבער זיין ווייב קען אויך באשליסן צי זי וויל גיין מיט אים אדער דאס שוין נישט? אפשר איז נתן עביוזיוו אין זי וויל נישט זיין מיט אים? מאן יימר אז מאסקאוויטש מעשיות איז בכלל אמת? האסט שוין בכלל געליינט זייער צד? אויף
זייער וועבסייט שטעלט זיך ארויס א גאנץ אנדערע בילד אויף די מעשה. איך קען נישט וויסן ווער זאגט אמת. דאס איז איממעגליך צי מחליט זיין בלויז אויף בייאסדיגע השערות. אפשר נאכן קאורט ווען מוועט אדארכליינן אלע פאפירן וועט מען קענן רעדן. דאס איז אבער זיכער אמת "א טיפש איז דער וואס נעמט א צד ווען ער האט נאר געהערט איין צד. א רשע איז דער וואס טיט מעשים אקעגן די אנדער צד ווען ער האט זיי נאך אפילו נישט אויסגעהערט".
Lev Tahor Children Say They Don’t Want To Return To Canada
נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 2:30 pm
דורך BLOOMINGBURG NY
נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 6:37 pm
דורך מאראנצןזאפט
נתן איז א ליגנער, דער אנדערער יונגערמאן האט בי. פי. די. (זייער א זעלטענע מחלה) ישי איז א ליגנער, הרב מאשקאוויטש א פרעמדער ציווילער פערזאן שנכרים דברי אמת א ליגנער, נאר גאלדמאן פון נעווי סיעל טיעם סיקס זאגט אמת, און שלמה העלבראנז איז דער אמת לאמיתו.
1 נייע הודעה, געב דיך אכט פון די מוסד, זיי פייגערן צו וויסן דיין אידענטיטעט, און סגייט זיי בנפשם צו אינפולטירן א פרענקישע קולטיסטישע גרופע ערגעץ פארווארפן אין די קאנאדער הרי אררט.
נעבעך אויף די קינדערלעך, על אלה אני בוכיה.
נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 7:31 pm
דורך (1 נייע הודעה)
מאראנצןזאפט האט געשריבן:1 נייע הודעה, געב דיך אכט פון די מוסד, זיי פייגערן צו וויסן דיין אידענטיטעט, און סגייט זיי בנפשם צו אינפולטירן א פרענקישע קולטיסטישע גרופע ערגעץ פארווארפן אין די קאנאדער הרי אררט.
שלום עליכם. איך האב שוין כמ"פ געשריבן אין איך וועל נאכאמאל. איך האב גארנישט קיין שייכות מיט לב טהור איך האב נאך זיי קיינמאל אפילו גיזעהן. קענסט מיר פיינט האבן אלס מיין ליבעראלע כאראקטער ביז דער טאג ווען די וועסט מיר דארפן האבן. איך פארטיידיג נישט די מעשים פון לב טהור פאר די זעלבע סיבה וואס איך פארטיידיג נישט די מעשים פין וויזניץ אין גור. ווייל עס איז אימעגליך. אבער דאס האלטן אנדערש ווי יענעם איז קיינמאל קיין סיבה צי פיינט האבן יענעם אין אוודאי נישט פין פיזיקלי פייניגן.
פאר די אנדערע זאכן האב איך דיר געלייקט.
געילע שטערנס, הינגער סטרייק, יוא'לי העלבראנס
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 4:53 am
דורך דער שכן
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 5:38 pm
דורך גנדי
דער שכן האט געשריבן:http://www.youtube.com/watch?v=gJXFGK8iRfQ
איז דער יואלי העלבראנץ א זוהן פון ארז שלמה העלבראנץ אליינס?
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 5:46 pm
דורך בעל הבית
וואס דען ? א נעפוי
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 6:04 pm
דורך דער שכן
בעל הבית האט געשריבן:וואס דען ? א נעפוי
קען זיין ער איז אן אייניקל אדער גאר אן אור-אייניקל... לויט ווי יונג מען האט דארט חתונה... ה׳ ישמרנו!
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 6:12 pm
דורך ראש הישיבה
דער שכן האט געשריבן:קען זיין ער איז אן אייניקל אדער גאר אן אור-אייניקל... לויט ווי יונג מען האט דארט חתונה... ה׳ ישמרנו!
פון וואס זאל דיר דער רבש"ע היטן? פון חתונה האבן יונג? דו ביסט אפשר נאכנישט קיין אכצן?

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 6:39 pm
דורך דער שכן
ראש הישיבה האט געשריבן:דער שכן האט געשריבן:קען זיין ער איז אן אייניקל אדער גאר אן אור-אייניקל... לויט ווי יונג מען האט דארט חתונה... ה׳ ישמרנו!
פון וואס זאל דיר דער רבש"ע היטן? פון חתונה האבן יונג? דו ביסט אפשר נאכנישט קיין אכצן?

האסט פארגעסן אז מ׳קען האבן קינדער און אייניקלעך און אויך אור-אייניקלעך... אויף זיי האב איך גאר ווייניגער בחירה!.. דעריבער דארף איך בעטען אז באשעפער זאל באהיטן.

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 10:54 pm
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 12:12 am
דורך טיטאניק
תושבי מאנטריראל שטייטס נישט אין די ד אמות פון די רשעים בדמות רבנים