בלאט 22 פון 214

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:34 pm
דורך בארא פארק עסקן
16 יאר א יעדע מוצאי שבת בין איך געווען אויף דעם און עס איז געווען גאר אינטערעסאנט האב איך באשלאסן צו ווערן א געהעריגע מעמבער און מיטטיילן מיינע שיטות און נאך......

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:36 pm
דורך כוכב
קלאמפיצער רבי האט געשריבן:איך פארש יחוס אין היסטאריע אין איך האב ליב צוזאגען מיין דעה. עס זעט אויס אז עס איז דא אסאך גוטע ידיעות דא.

לייק איז פאר דיין נאמען אויסוואל.
ווילסטיך אפשר משדך זיין, כהאב א טאכטער.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:38 pm
דורך כוכב
@קרוץ
לייק איז פאר דיין גראמאטיק און פאר'ן צוזאמרעדן זיבן פאראגראפן שטותים אין א ש א שאס אן דארפן כאפן דעם אטעם אינדערמיט.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:39 pm
דורך ונבנתה העיר
בארא פארק עסקן האט געשריבן:16 יאר א יעדע מוצאי שבת בין איך געווען אויף דעם און עס איז געווען גאר אינטערעסאנט האב איך באשלאסן צו ווערן א געהעריגע מעמבער און מיטטיילן מיינע שיטות און נאך......

לייק איז פאר'ן קענען ספעלן ביי די 16...

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:40 pm
דורך petergrifin
שלום עליכם Y'all.

בארא פארק עסקן דו לײנסט שוין קאװע שטיבל 16 יאר אדער דו ביזט אלט 16 יאר אדער ביזט שוין אן
עסקן 16 יאר? :D

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:41 pm
דורך כוכב
בארא פארק עסקן האט געשריבן:16 יאר א יעדע מוצאי שבת בין איך געווען אויף דעם און עס איז געווען גאר אינטערעסאנט האב איך באשלאסן צו ווערן א געהעריגע מעמבער און מיטטיילן מיינע שיטות און נאך......

לייק איז פאר'ן זיין דער עמטליכער יונגסטער מיטגליד. און פאר נאכנישט האבן אויסגעוואקסן דעםעסקנישן אפעטיט ביי די זעכצן.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:50 pm
דורך ראשעקאל
לייק איז פאר'ן join'ען די חבורה!!
א גרויסע פרישע עולם!

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 12:23 am
דורך שרולי שטיין
איך גלייב אז מאנכע דא קענען מיר. פאר די וואס קענען מיר נישט:
איך בין אויפגעוואקסען אין וויליאמסבורג, געגאנגען איך שאפראנער חדר, צעהלימער ישיבה קטנה, וויזניץ-גיבערס ישיבה גדולה.
היינט בין איך א סטודענט אין קאלאמביע אוניווערסטעיט.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 12:28 am
דורך אפטעמיסט
א גוטן ישראל אברהם.

וועלקאם בעק צו קאווע שטיבל. אז דו שרייבסט דיך פון פריש איין פארשטיי איך אז דו האסט זאכן וואס דו ווילסט מיט אונז מיטיילן, נו אדרבה, מיר שטייען מיט אפענע אויערן.

יהא בואך לברכה.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 12:29 am
דורך petergrifin
שלום עליכם. גײסט אונז געבן אפשר אפאר בחנם׳דיגע לעסענס? װער װײסט אפשר װעל איך קליגער װערן
און מאכן נאך אפאר דאללער. שוין נישט אלס איז געלט.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 2:33 am
דורך שרולי שטיין
אפטעמיסט האט געשריבן:א גוטן ישראל אברהם.

וועלקאם בעק צו קאווע שטיבל. אז דו שרייבסט דיך פון פריש איין פארשטיי איך אז דו האסט זאכן וואס דו ווילסט מיט אונז מיטיילן, נו אדרבה, מיר שטייען מיט אפענע אויערן.

יהא בואך לברכה.


עליכם השלום. איך האב פארשידענע זאכן וואס איך מיטיילן. איך.האף נאר אז צווישען קלאסען, חזר'ן, און ארבעטען וועל איך טרעפען עפעס צייט צו פארברענגן דא אויכעט.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 2:52 am
דורך עזריאל
ז

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 2:00 pm
דורך חכמה
איך בין א כלל אינגערמאן, 21 יאר אלט, א טאטע פון 2, איך האב ליב ליינען יודיש, איך האב ליב דיסקוסן מוזיק, איך האב ליב טעכנאלאגיע.
I am a kollel yingerman, 21 years, father of 1, love yiddish reading, love music, love technology

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 2:03 pm
דורך לית דין בר נש
חכמה האט געשריבן:א טאטע פון 2
father of 1,

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 2:14 pm
דורך הוגה
צוויי אידישע קינדער און איין גוי'איש קינד.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 3:26 pm
דורך משבק
אדער אפשר צוויי למעשה .איינס להלכה

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 5:40 pm
דורך שלמה ברוך
איך האב עם ליב צי ליינען עם איז זייער אינטערסאנט עם באראוגט מיינע נערווען ווען איך קים אהיים נאך א טאג שווערע ארבעט אין די קינדער טאנצען מיר אויףן קאפ טי איך ממש באראוגען עס איז א געוואלדיגע פארגעניגען

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 7:42 pm
דורך איך אויך
משבק האט געשריבן:אדער אפשר צוויי למעשה .איינס להלכה

פארקערט וואלט איך נאך פארשטאנען.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 8:09 pm
דורך ישדר
איך בין א נייגעריגער מענטש בטבע, און פון וויפיהל איך האב דא ארום שפאצירט לעצטנס האב איך געזעהן אז ס'איז כסדר דא ענינים וואס איך האב וואס צו מגיב זיין כיד ה' הטובה עלי, איך געהער צו די חסידישע קרייזן און כרגע וועל איך נישט מפרסם זיין וועלכע פון זיי, איך האף אז איך און ענק וועלן הנאה האבן פון מיינע תגובות.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 8:51 pm
דורך שמעקעדיג
שלום עליכם.
מיט וועלכע נקודות לייענט מען אויס דיין נאמען?

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 10:43 pm
דורך געוואלדיג
לכאורא צוויי צייריי

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:02 pm
דורך איך אויך
ישדר לן שופרא אדער אפשר ישי דראך?

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:34 pm
דורך אויסלייזער
אויסלייזער האט געשריבן:
קעלנער האט געשריבן:אין דעם רעגיסטראציע פארם דארפן נייע מעמבערס שרייבן עטליכע ווערטער איבער זיך, ווי אזוי זיי ווילן זיך פארשטעלן פאר'ן עולם. דאס וועט דא ארויפגעשטעלט ווערן ווען דער ניק ווערט אקטיוויזירט.


צום ערשט א דאנק געבן פאר די אדמיניסטראציע פאר מיך אננעמען.

אן עלטערע חבר וואס שרייבט דא האט מיר געשטיפט זיך איינצושרייבן דא. אויף דערווייל האב איך נישט קיין אינטערנעט אינדערהיים, איך נוץ די לייברערי פרייטאג נאכמיטאג, אדער מיין שוויגער'ס קאמפיוטער ווען איך בין דארט מוצאי שבת. איך טייפ אראפ מיינע מחשבות אויף מיין לעפטאפ אינדערהיים, און האלט זיי אויף א USB שליסעל. זייענדיג פון נאטור אביסל איבערגעטריבן פונקטליך, ספעציעל ווען אויסגעשטעלט צו ווערן קריטיקירט, האב איך דערווייל נאך נישט גרייטע ארטיקלען.
איך וויל זיך פארשטעלן אלץ א געוועזענע חסידישע בחור, איך פלעג באזוכען ר' אלימלך בידערמאן, ר' צבי מאיר גינזבערג, תולדות אהרן, ר' יעקב מאיר שעכטער, ר' עקיבא ראבינאוויטש, ר' חיים הערש טייטלבוים. איך בין נאכאלץ א חסידישע אינגערמאן, אבער וויבאלד מיינע עלטערן און נאכמער מיין פרוי'ס עלטערען זענען נישט קיין רבי מענטשען, האב איך צוביסלעך נאכגעלאזט, און איך באגעניג זיך מיט מיין רב וואס פסקענט מיינע שאלות, און מיין ראש הכולל'ס מוסר דרשות.

איך לייג האפענונג אז מיינע רייד וועלן טרעפן ריכטיגע צוהערער.

Update
ברוך ה' איך ענדיג כולל, איך האב געטראפן א אפיס סארט רבעט ווי קאווע שטיבל סייט איז נישט געבלאקט.
כ'ווייס נאר נישט וויאזוי זיך א עצה געבן דא? אזוי סאך אשכול'ס. אפשר וואס איך וויל שרייבן שטייט שוין דא. גיי זוך.