סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

אלגעמיין האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:קענסט מיר אפשר ברענגען בילדער פון די עצרת הספד אין באבוב? וויזניץ? סקווירא? רחמסטריווקא? פאפא?...

איך בין נאכנישט זיכער אז ס'איז נישט געווען קיין עצרת הספד אויף אים, אבער לאמיר שוין זאגן אז נישט...

אהא :טראכט , די גלייכסט הייסט צו די ראדני-קהילה צו די קהילות הנ"ל?
איך האב זיך ענדערש באצויגן צו קהילות וואס זענען מער גענויגט צו די עד"ה אין א"י ולשיטות הויואל משה, ווי תו"א, דושינסקי וכד' אבער אגב האבן זיי אויך מספיד געווען.
מ'דארף באמערקן דיין "איך בין נאכנישט זיכער" דאס ערשטע מאל אין די לעצטע 20 בלעטער
קענסט ביז דערווייל דורכטוען/ענטפערן אויף די אנדערע ענינים וואס ווארט אויף דיין תשובה נכונה

פארשטיי מיך נישט שלעכטן. הרב וואזנער איז געווען זייער א חשוב'ער פוסק וואס יעדער האט זיך גערעכנט מיט אים, אבער פארוואס עפעס זאל סאטמאר מיזן ענדערש ווי אן אנדערע קהילה אפרעכטן הספדים אויף אים? איך מיין אז האהוב סקווירא און וויזשניץ האבן אויך נישט געמאכט אן עצרת הספד אויף אים.

איך הייב נישט אהן צו פארשטיין דיין טענה אז וויבאלד סאטמאר איז דוגל בשיטת הויואל משה זאל מען דארפן אפהאלטן אן הספד אויף אים.אדרבה, די ווייסט אפשר אז זיין ישיבה פלעגט נעמען געלט פון די מדינה? די ווייסט אפשר אז א חודש נאכדעם וואס דער חזון איש איז אוועק, איז ער געגאנגען אויספילן אן אפליקאציע און כל ימיו געווען איינגעגעבן אלס א רב מטעם עיריית בני ברק און באקומען געלט פון זיי?

נאכאמאל פארשטיי מיך נישט שלעכט, הרב וואזנער איז זייער חשוב ביי יעדן איינעם, אבער איך זעה נישט פארוואס סאטמאר זאל אפרעכטן ספעציעל פאר אים הספדים ענדערש ווי אן אנדערע גדול.( און אוודאי איז איינער וואס זיין ישיבה האט כל ימיו גענומען געלט פון די מדינה, נישט מער מאסגעבנד איבער ווער עס זאל זיין רבי אין סאטמאר, און דאס איז שוין חוץ דעם וואס הרב וואזנער פלעגט אויסרימען יעדן איינעם מיט זיינע גאלדענע מידות און איז געווען זייער בידידות מיט סאטמאר מהרי"י).

רבי שמואל אויערבאך איז א צווייטע מעשה, ער האט געהאט מסירת נפש אריבערצוקומען למחצה לשליש ולרביע צו די סאטמארע שיטה, און האט געליטן פאר'ן אויפהערן צו נעמען געלט פון די מדינה, און נאך מסירות נפש און בזיונות וואס ער האט געהאט צוליב קנאות, אזא איינער פאסט טאקע אז סאטמאר זאל אים מספיד זיין.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

מפיל קינד האט געשריבן:האט מיר שוין איינער געענטפערט אויף דעם?? אלע ארוינים זענען דאך שטארק אויסגעקאכט אין הל' מרא דאתרא, זיי פארלאזן זיך נישט בלינדערהייט אויף די דיינים... קיינער קיינער??
מפיל קינד האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:גוט צו וויסן אז דו האסט נישט קיין הסבר אויף די גאנצע מערכה, דו פארלאזט זיך בלויז בלינדערהייט אויף די זאלישע דיינים...

אין א זייטיגע נאטיץ, די ארוינים פארשטייען יא זייער גוט זייער זייט....

וועסט מיר ענטפערן אויף דעם, וועל איך וויסן ווי גוט דו קענסט...
מפיל קינד האט געשריבן:אויב די גאנצע שטאט קרית יואל וויל זען דעם מרא דאתרא אינדרויסן, איז דא א וועג דאס צו טון? אדער ער מוז בלייבן רב לעולמי עד אפי' אויב קיינער דארף אים נישט פונקט ווי אין צפון קארעא?

נאכדעם וואס איז די דין אויב נאר א חלק וויל אים נישט? רוב שטאט? אויב ער ווערט א משומד רח"ל? אויב די אלטע ראשי הקהילה ווילן אים ארויסווארפן, קענען זיי? אויב דער ברך משה קומט אין חלום צוריקציען?

איז דא אן אויסנאם אדער מרא דאתרא בלייבט אייביג מרא דאתרא? ביטע קלארשטעלן וואס זענען די גדרים. א דאנק.

ניין. איך בין נישט אויסגעקאכט אין הלכות מרא דאתרא, כ'האב נישט נישט קיין תירוץ אויף די אלע היכי תמצא'ס, און חידות.

די איין איינציגסטע זאך וואס איז יא נוגע האב איך ב''ה גענטפערט מיט א קלארקייט.

אבער איך פרעג דא א עברי טייטש קשי', אויף די אלע וואס זאגן דא אז מקען זיך מאכן א עקסטרע קהילה, וואס מיינט אויב אזוי געוואלד די הלכה פון מרא דאתרא בכלל? אויב קען מען זיך גיין אפטיילן איז דאך בכלל נישט דא אזא מושג מרא דאתרא בכלל? ווען גייט אן די הלכה???

נעמטס עס נישט ווי א אטאקע, איך וויל באמת וויסן וואס ענק האלטן, עס קען זיין אז איך וועל זיין מחולק מיט דעם, אבער עפעס א הסבר לאמיר הערן.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

אלגעמיין האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:רבי לעבן, פארדרייען א קאפ קענסטו א צווייטן. סאטמאר האט קיינמאל נישט געהאלטן אז די סקול דיסטריקט איז יהרג ואל יעבור, דער ראב"ד אינעם בריוו ווי ער ציט צוריק פונעם היתר שרייבט אויך נישט אז עס איז יהרג ואל יעבור, ער שרייבט נאר אז היות מען זעהט אז מען קען היינט האבן די סערוויס אן דארפן זיכן היתרים דאן איז ממילא אז מען זאל זיך נישט פארלאזן אויפ'ן היתר.

אין אנדערע ווערטער, אז די היתר איז געווען בשעת הדחק, און אז מען דארף נישט צוקומען צו היתירים דעמאלס זאל מען זיך נישט פארלאזן דערויף.

אויב וואלט דער ראב"ד געהאלטן אז עס איז יהרוג ואל יעבור וואלט ער עס קיינמאל נישט מתיר געווען.

בני יואל טאקע וואס האלט אז עס איז יהרוג ואל יעבור, האלטן טאקע אז עס איז גענוג חמור, אז למיגדר מילתא זאל מען דאס נישט נעמען, און קהילת מהרי"י מיט'ן רבי'ן האלטן נישט אזוי. דאס וואס מען האט דאס נישט גענומען ביז די נייע אדמיניסטראטאר איז געקומען, איז ווי געזאגט געווען מכח די צופארעניש, ממילא אז איינער האט געשריגן יא נעמען האט דער צווייטער פון די הנהלה געשריגן נישט נעמען, און קיינער האט נישט גענומען קיין שום זאך דארט אין די הענט, ביז דער נייער אדמיניסטראטאר איז אנגענומען.

איך פארשטיי נישט וואס איז אייך שווער, אלעס איז זייער פשוט.

1. "סאטמאר האט קיינמאל נישט געהאלטן אז די סקול דיסטריקט איז יהרג ואל יעבור"; נעוודאי נישט, זיי האלטן בכלל נישט אז ס'איז געווען/דא א פראבלעם און פארדעם האבן זיי עס געבויעט און דורך געבלוטיגט
2. "דער ראב"ד אינעם בריוו ווי ער ציט צוריק פונעם היתר"; פון וועלכע היתר און צו וועלכע איסור גייט דאס צוריק? איין איסור פון וואס דער עולם ווייסט איז די כפירה/יהרג ואל יעבור איסור. ס'דא לעוועל'ס, אה, נישט געוויסט. דערצייל אונז...
און בכלל אויף וועלכע חלקים פון סק"ד איז יא/נישט דא די איסור/היתר...ווייל ויו"מ ניצט די טערעפי און נאך אויך פון דארט.
3. " דאס וואס מען האט דאס נישט גענומען ביז די נייע אדמיניסטראטאר איז געקומען, איז ווי געזאגט געווען מכח די צופארעניש, ממילא אז איינער האט געשריגן יא נעמען"; צדיקל, קיינער האט נישט געשריגן, פאר 4-5 יאר צוריק איז געווארן
אריינגעגעבן הונדערט+ אפליקעישאן'ס פאר באסעס הארט פארן סק"ד בודזשעט דעדליין אין June, און ש'טייטזיך די סקול טעקס זענען ארויף, און עטליכע וואכן שפעטער איז דאס געווארן געקענסלט. צו דעם זענען עדות אלע הייזער אייגענטומער פון ק"י.

אז די ווילסט דוקא פרעגן קשיות דאן פרעג ווייטער, אבער בעצם איז גארנישט שווער, איך האב דאס שיין פארענטפערט אויבן.

און די פרעגסט צו די איסור האט לעוועלס? יא עס האט. נאך אלס שווער? קוקזשע ביטע איבער וואס איך האב געשריבן און דריי נישט אויס מיינע ווערטער וועט אלעס שטימען זייער גיט.

און נאכאמאל, אפילו לשיטת רבי אברהם לייטנער, איז די איסור ווי איך האב אויבן געשריבן אויף דאס מאכן, איינמאל די זאך איז דא טוט נישט דער וואס נעמט עפעס דערפון קיין שום איסור בעצם, אויף די באסעס פאר בני יואל האט ער זיי געפסק'נט אז למיגדר מילתא זאלן זיי דאס נישט נעמען, און די סאטמארע רבנים מיט'ן רבי'ן בראש האלטן אז דאס איז נישט קיין שום פראבלעים.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

מיליאנער האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:האט מיר שוין איינער געענטפערט אויף דעם?? אלע ארוינים זענען דאך שטארק אויסגעקאכט אין הל' מרא דאתרא, זיי פארלאזן זיך נישט בלינדערהייט אויף די דיינים... קיינער קיינער??
מפיל קינד האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:גוט צו וויסן אז דו האסט נישט קיין הסבר אויף די גאנצע מערכה, דו פארלאזט זיך בלויז בלינדערהייט אויף די זאלישע דיינים...

אין א זייטיגע נאטיץ, די ארוינים פארשטייען יא זייער גוט זייער זייט....

וועסט מיר ענטפערן אויף דעם, וועל איך וויסן ווי גוט דו קענסט...
מפיל קינד האט געשריבן:אויב די גאנצע שטאט קרית יואל וויל זען דעם מרא דאתרא אינדרויסן, איז דא א וועג דאס צו טון? אדער ער מוז בלייבן רב לעולמי עד אפי' אויב קיינער דארף אים נישט פונקט ווי אין צפון קארעא?

נאכדעם וואס איז די דין אויב נאר א חלק וויל אים נישט? רוב שטאט? אויב ער ווערט א משומד רח"ל? אויב די אלטע ראשי הקהילה ווילן אים ארויסווארפן, קענען זיי? אויב דער ברך משה קומט אין חלום צוריקציען?

איז דא אן אויסנאם אדער מרא דאתרא בלייבט אייביג מרא דאתרא? ביטע קלארשטעלן וואס זענען די גדרים. א דאנק.

ניין. איך בין נישט אויסגעקאכט אין הלכות מרא דאתרא, כ'האב נישט נישט קיין תירוץ אויף די אלע היכי תמצא'ס, און חידות.

די איין איינציגסטע זאך וואס איז יא נוגע האב איך ב''ה גענטפערט מיט א קלארקייט.

אבער איך פרעג דא א עברי טייטש קשי', אויף די אלע וואס זאגן דא אז מקען זיך מאכן א עקסטרע קהילה, וואס מיינט אויב אזוי געוואלד די הלכה פון מרא דאתרא בכלל? אויב קען מען זיך גיין אפטיילן איז דאך בכלל נישט דא אזא מושג מרא דאתרא בכלל? ווען גייט אן די הלכה???

נעמטס עס נישט ווי א אטאקע, איך וויל באמת וויסן וואס ענק האלטן, עס קען זיין אז איך וועל זיין מחולק מיט דעם, אבער עפעס א הסבר לאמיר הערן.

עס זעהט אויס זייער שטארק ווי די זיכסט נישט עכט א תירוץ, אויב די לערנסט דורך די תשובות אין די לינק וואס איך האב דיר אויבן געברענגט און נאך אלס איז דיר שווער, דעמאלס זאל דיר ווייטער בלייבן שווער, אבער די קאנאנען וואס סאטמאר פארמאגט, די דיינים שרי התורה, זיי פארשטייען יא די דברים פשוטים וברורים וואס עס שטייט דארט, און אויף זיי פארלאזן זיך די צענדליגער טויזענטער סאטמארע חסידים, און וועלן זיך ווייטער פארלאזן און חתונה מאכן מיט שטאלץ אין די הערליכע עטרת מייזעלס זאלן.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

green sunday האט געשריבן:
green sunday האט געשריבן:איינער שרייבט מיר אין אישי: אז די סאטמערע דיינים אין וויליאמסבורג האבן אויך מתיר געווען פאר ר זלמן לייב צי זיין מסדר קדושין..

וועל איך אראפברענגן לש"ק פונעם ברך משה זי"ע ביי די פרשה פונעם קרית יואל סקול דיסטריקט, זענען געווען דעמאלס רבנים פון אנדערע קהילות וואס האבן זיך אריינגעמישט ווי אויך איז געווען געוויסע דיינים אין סאטמאר וואס זענען נישט געווען איינשטימיג וד"ל, איז געווען דעמאלס ביי איינע פון די מיטונגס ביים רבי'ן האט דער רבי דעמאלס געזאגט וזל"ק "דער פעטער ז"ל האט ממנה דעם דיין דא אין קרית יואל הרה"ג ר' געצל בערקאוויטש זאל זיין געזונט אז ער זאל דער דיין לדון ולהורות פאר אלעס אין קרית יואל אין ער האט דעם כח פון פעטער ז"ל אין ער איז דער פוסק אחרון פאר אלעס אין קרית יואל אין אינז האמיר דאס אינאיינם ציזאמען מיט מיין זון דער רב דארעך געטיען אין אלעס איז כשורה, אלע פון אינדרויסן זאל מען לאזן פון אינדרויסן"

איך מיין מען דארף גארנישט מוסיף זיין צי דעם, אז ווען א דיין פון וויליאמסבורג זאגט עפעס לגבי קרית יואל איז עס פונקט ווי א דיין פון סאן פאולו בארזיל

דער דיין הרה"ג ר' געציל בערקאוויטש שליט"א בעל אגלי דבש האט קלאר ארויסגעזאגט דעמאלס ככלות השבע פונעם ברך משה זי"ע ביים עצרת הספד אין גרויסן בית המדרש אין קרית יואל לפני ארון הקודש אז "רבינו שליט"א מהר"א איז דער מרא דאתרא פון עיר הצדק קרית יואל עד ביאת גואל צדק במהרה"

איך מיין סאיז קליפ אין קלאר פאר ווער עס איז עכט אינטערסירט צי וויסן דעם ריינעם אמת

שטעל דיך פאר אזא מציאות אז ר' געצל וואלט געווען אז זאלי און געזאגט (לפני ארון הקודש שטייצעך...) אז רז"ל איז מרא דאתרא אין קרית יואל, וואלט ר' אהרן נישט געווען מרא דאתרא אדער ר' געצל וואלט געווען אויס פוסק אחרון?...
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

אינטערסאנטער האט געשריבן:עס זעהט אויס זייער שטארק ווי די זיכסט נישט עכט א תירוץ, אויב די לערנסט דורך די תשובות אין די לינק וואס איך האב דיר אויבן געברענגט און נאך אלס איז דיר שווער, דעמאלס זאל דיר ווייטער בלייבן שווער, אבער די קאנאנען וואס סאטמאר פארמאגט, די דיינים שרי התורה, זיי פארשטייען יא די דברים פשוטים וברורים וואס עס שטייט דארט, און אויף זיי פארלאזן זיך די צענדליגער טויזענטער סאטמארע חסידים, און וועלן זיך ווייטער פארלאזן און חתונה מאכן מיט שטאלץ אין די הערליכע עטרת מייזעלס זאלן.

איך זעה בכלל נישט קיין תירוץ אויף מיין קשי', וואס איך זעה דארט איז שיינע הגהות אויף תשובות דברי יואל, איך ווייס נישט פון וועם, ס'קוקט אויס ווי חשובע כולל יונגעלייט, אז ''גופא דעובדא היכי הוי לא ידוע לנו'', ס'איז נאר ברור אז ס'געווען א נישט ערליכע מחוצף.... אז איך דארף צו זען עפעס אנדערש דארט, ביטע זאג מיר.

איך פארשטיי אבער נישט פארוואס דו קענסט שרייבן א גאנצע תגובה איבער וואס איך גיי זען אין דעם לינק, אבער אין צוויי ווערטער א תירוץ אויף מיין קשי' פארגינסטו מיר נישט.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

אקעי מיין פריינט, די האסט נאר געקוקט די ערשטע עמוד דארט. נישט מיין שולד.

אין צוויי ווערטער האב איך עס שוין געשריבן עטליכע מאלה, נאר אפשר האסטו עס פארזעהן, ממילא קוק איבער, די תמצית איז אז כדי א קהילה זאל האבן א רעכט זיך אפצוטיילן דארף נישט זיין קיין מורא'דיגע סיבות, און דא איז געווען גענוג און נאך סיבות פארוואס מען האט זיך בשום אופן נישט פארטראגן אינאיינעם, איז דאס שוין גענוג א סיבה זיך אפצוטיילן.

חוץ דעים ווערט דארט ארויסגעברענגט נאך פון אסאך פוסקים אז די גאנצע איסור פון מסדר קידושין זיין אן רשות פון מרא דאתרא - אפילו בשעת די באלאנגסט אין יענע קהילה - איז נאר אויב די נעמסט נישט קיין יודע בטיב גיטין וקידושין וכו' און אויך אז אויב האלט מען אז די רב פון די אנדערע קהילה איז א קל וכדומה, דאן זאגט דער חתם סופר גאר אז שויא אנפשם חתיכא דאיסורא און זיי האבן אפילו נישט קיין רעכט יענעם צו נעמען פאר סידור קידושין לכתחילה, נאר זיי דארפן נעמען זייערע אייגענע רבנים.

און נאך אסאך נקודות וואס ווערן דארט אויסגעשמועסט.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

אינטערסאנטער האט געשריבן:
און נאכאמאל, אפילו לשיטת רבי אברהם לייטנער, איז די איסור ווי איך האב אויבן געשריבן אויף דאס מאכן, איינמאל די זאך איז דא טוט נישט דער וואס נעמט עפעס דערפון קיין שום איסור בעצם, אויף די באסעס פאר בני יואל האט ער זיי געפסק'נט אז למיגדר מילתא זאלן זיי דאס נישט נעמען, און די סאטמארע רבנים מיט'ן רבי'ן בראש האלטן אז דאס איז נישט קיין שום פראבלעים.

שוין לאנג וואס איך זוך ווער ס'איז אויפגעקומען מיט אגודת ישראל'ס היתר פון "מדינה שאני", יעצט ווער איך געוואר אז ס'איז גאר פון ר' אברהם לייטנער...
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

ליב צו וויסן האט געשריבן:

איך האף זייער שטארק אז די האסט נישט די הוראה ווייל די ביסט מדמה מילתא למילתא אויף אן אינטערסאנטער וועג.

איך דארף דיך עכט נישט ענטפערן ווייל נישט איך און נישט די זענען מורה הוראות, אבער עס איז זייער פשוט די חילוק, די מדינה איז א חפצא של איסור און מען טאר נישט האבן קיין שייכות דערמיט אויף סיי וועלכע אופן, כל שכן אויפצובויען א ממשלה ביי יעדע פרישע בחירות.

פובליק סקול איז נישט בעצם קיין איסור, דאס הייסט די איסור איז נישט אז עס איז דא א פובליק סקול אויף דער וועלט, דער עיקר איסור איז בשעת'ן אינטערשרייבן אז א איד זאל זיך נישט אינטערנעמען אזעלכע זאכן.

ישמע חכם ויוסיף לקח.

א גיט שבת.

אויב ווילסטו דווקא בלייבן מיט די לעצטע ווארט דעמאלס האסטו יעצט די געלעגנהייט ווייל עס איז שוין באלד שבת ביי מיר
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

אינטערסאנטער האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:[quote="א חסיד פון ווילנא"]ריח"מ איז געווען פוסק אחרון אין גאנץ סאטמאר?

נישט דא ווער זאל לאכן

ר"י ראטה אמן ב"פ און ר"ג בערקאוויטש זענן געווען מער אנגענומענע פוסקים אין סאטמאר און אינדרויסן פון סאטמאר

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

אמאל בין איך געווען מסופק אויב דו ביסט טאקע פארנארט אדער דו מאכסט זיך נאר.

די דאזיגע תגובה באשטעטיגט אז דיין ציל איז בלויז אביסל פאן און ליצנות...

ס'זייער פארשטענדליך, דער ווילנער חסיד האלט שוין נאך 20 יאר ליינען שמואל ווידער'ס [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אין דער בלאט, די שטותים וואס ער שרייבט - איבער דער גרעסטער און עלטסטער דיין אין סאטמאר וואס אלע דיינים זענען זיינע תלמידים, אינקלודינג ר'געציל - גלייבט ער שוין נעבעך באמת.
סתם שרייען בלאט בלא בלא קען איך אויך
אין די פראטקאלן פון קהל שטייט אז מ׳ האט אויפגענומען ריח"מ שטייט אז מ׳ נעמט אויף ר"ג בערקאוויטש פאר סגן דיין (נישט פאר א תלמוד)

טיפיקל בלאט געשרייבעכטס, הייסט לשיטתך וואלט מען געדארפט אריינשרייבן אין די קאנסוס אז ר' געציל ווערט אפיציעל א תלמיד פון ר'ישראל חיים מנשה? וואס נאך וואלט מען געדארפט אריינשרייבן פאר א גיט יאר?
ר"י ראטה איז אויך זיין תלמיד? ביסט אויפן קאפ געפאלן
ביי יעדע שווערע שאלה אין סאטמאר האט דער רבי געוואלט אז ר'ישראל חיים מנשה זאל מכריע זיין, און ר' יחזקאל איז טאקע נישט קיין אפיציעלע תלמיד אזוי ווי ר'געציל וואס האט אים יארן משמש געווען, אבער ר' ישראל חיים מנשה איז געווען דער גרעסטער און שטערקסטער דיין אין סאטמאר און ר' יחזקאל איז געווען אינטער ר'ישראל חיים מנשה וואס איז געווען די הויפט און דער שטערקסטער דיין. פארלייקענען פאקטן איז טאקע פון ענקער גרעסטער עקספערטיז און פון די גרעסטע קאמפיינען ביי די ארוינימלעך, נאר מיט אזעלכע שקרים קענט עטס ענק נעבעך דערהאלטן, און איך זאג נאכאמאל, נאך צוואנציג יאר ליינען דער בלאט גלייבסטו מעגליך נעבעך אליין די שטותים וואס די שרייבסט
יעדער אין סאטמאר ווייסט פארוואס מ׳ האט אויפגענומען ריח"מ, אמת אז ער האט זיך גוט אויסגעארבעט אלס פיינער דיין (ער איז געווען מיין דיין) און אויך א גרויסער יר"ש
אבער פארגלייכן צו ר"י ראטה און ר"ג? ביידע האבן נישט געהאט זכות אבות פון א טאטע/שווער נאר אויסגעקליבן אלס די שענסטע פירות פון סאטמאר, ווי דער דבר"י האט געזאגט "נעמטס דעם שווארצן פני יהושע געדענקענדיג זיין בקיאות אין יעדע פנ"י

רעד נישט קיין נארישקייטן, מען האט נישט אויפגענומען ר'ישראל חיים מנשה אלס זכות אבות, מען האט אים אויפגענומען ווייל ער איז געווען א ריז אין תורה, אין לומדות, אין התמדה, האט נישט פארפעלט צו קענען קיין איין פארשטיפטע פרי מגדים, איז געווען בקי אין ד' חלקי ווי אפילו בטעות האט ער זיך נישט טועה געווען אין א סעיף קטן פון א ש"ך אדער טורי זהב, געגעבן שימוש פאר צענדליגער ריזיגע דיינים, איז געשווימען אין ד' חלקי מיט די ראשונים און פוסקים ווי א פיש אין וואסער, געווען א ירא שמים מרבים, א צדיק יסוד עולם, פארדעם האט דער רבי ז"ל געוואלט אז מען זאל אויפנעמען ר'ישראל חיים מנשה, און פארדעם האלט זיך ר'געציל בערקאוויטש פאר א תלמיד מובהק פון דעם שר התורה. און נאכאמאל, פארלייקענען פאקטן, איז די שפייז פון די ארוינים, אהן דעם קענט עט'ס נישט אנגיין, ס'וועט ענק אבער גארנישט העלפן, די שכל פונעם ציבור [נישט בלאט ליינערס] איז נאכנישט אינגאנצן באנקראטירט.

און אלס א זייטיגע קרישקעלע, איז איראניש ווי די ארוינים וואס האבן געווארפן שטיינער מיט פאשקווילן אויף ר'יחזקאל ראטה ווען ער איז געקומען קיין קרית יואל, בחורים פון אהרנ'ס ישיבה זענען געשטאנען מיט גרויסע סיינס און געשריגן מייקל ראטה, נאך די דעמאלסדיגע פלאמפייערדיגע דרשה פון אהרן אין ישיבה קעגן ר'יחזקאל, דא פלוצלינג ביסטו געוואר געווארן אז דער רבי האט מפליא געווען זיין בקיאות אין פני יהושע..... הפלא ופלא

עס איז געווען אפילו התנגדות פון די עליטע וואס האבן געוואלט זייערע קינדער אבער מי יבוא אחרי המלך

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
[/quote]ווען ביסטו געבוירן
לייקענסט אז ווען מ׳ האט אויפגענומען דעם פערציג יאריגן ריח"מ (נאכן פארלירן זיין פאסטן ווייל סיגעטע ישיבה האט זיך צוגעמאכט, און זייענדיג א איידעם פון ר"א ט"ב) אלס דיין, האט מען אויך אויפגענומען דעם 20 יעריגן ר"ג א זון פון א מלמד און פשוטע משפחה (א חשובער יוד און ת"ח און חשובע קינדער אבער אן קיין שום פראטעקציע) אלס סגן דיין?
און ר"י ראטה איז געווען אונטער אים? זיי האבן אים ביידע איינגעפאקט בתורה, ווייז מיר די אלע יארן איין ערנסטער פסק ביי די זאכן וואס די גדו"י האבן דן געווען. ווי זענן זיינע תשובות ווי ר"י אדער ר"ג? אויסער שיקן יעדע ערנסטע שאלה צו ר׳ פישל (ששש)
יעצט לאמיר מספר זיין בשבחו, זיין יראת שמים אוו מידות איז כמעט א יחיד במינו, זיין שיעור בגמ׳ וואס ער האט פארגעלערענט צענדליגער יארן איז געווען פקיע שמי׳ און מהנה געווען 100דעטער אידן
זייער גוט אין טאג טעגליכע שאלות (אויב מ׳ האט געקענט צוקומען פרעגן ואכמ"ל)
איך וויל ח"ו נישט מזלזל זיין בכבודו, אבער ווען מ׳ נעצט אים פאר א שטעקן צו מבטל זיין אנדערע דארף מען פארציילן דעם אמת
בד"וו ווי אלט ביסטו? געדענקסט נישט ווען זיין טיטול איז געווען דומ"צ נישט ראב""ד

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
אלגעמיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 05, 2017 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך אלגעמיין »

אינטערסאנטער האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:
און נאכאמאל, אפילו לשיטת רבי אברהם לייטנער, איז די איסור ווי איך האב אויבן געשריבן אויף דאס מאכן, איינמאל די זאך איז דא טוט נישט דער וואס נעמט עפעס דערפון קיין שום איסור בעצם, אויף די באסעס פאר בני יואל האט ער זיי געפסק'נט אז למיגדר מילתא זאלן זיי דאס נישט נעמען, און די סאטמארע רבנים מיט'ן רבי'ן בראש האלטן אז דאס איז נישט קיין שום פראבלעים.

שוין לאנג וואס איך זוך ווער ס'איז אויפגעקומען מיט אגודת ישראל'ס היתר פון "מדינה שאני", יעצט ווער איך געוואר אז ס'איז גאר פון ר' אברהם לייטנער...

איך האף זייער שטארק אז די האסט נישט די הוראה ווייל די ביסט מדמה מילתא למילתא אויף אן אינטערסאנטער וועג.

איך דארף דיך עכט נישט ענטפערן ווייל נישט איך און נישט די זענען מורה הוראות, אבער עס איז זייער פשוט די חילוק, די מדינה איז א חפצא של איסור און מען טאר נישט האבן קיין שייכות דערמיט אויף סיי וועלכע אופן, כל שכן אויפצובויען א ממשלה ביי יעדע פרישע בחירות.

פובליק סקול איז נישט בעצם קיין איסור, דאס הייסט די איסור איז נישט אז עס איז דא א פובליק סקול אויף דער וועלט, דער עיקר איסור איז בשעת'ן אינטערשרייבן אז א איד זאל זיך נישט אינטערנעמען אזעלכע זאכן.

ישמע חכם ויוסיף לקח.

א גיט שבת.

אויב ווילסטו דווקא בלייבן מיט די לעצטע ווארט דעמאלס האסטו יעצט די געלעגנהייט ווייל עס איז שוין באלד שבת ביי מיר

כ'מוז משלים זיין מיטן מציעות אז דיין וואסער-מאלעריי איז שטארק אינטערטעיניג...מדרייט אזוי לאנג פונעם טפל ביז מ'איז קלאר גערעכט. יעפ, אונז האמיר טאלאנט דא...
די חידוש פון "למיגדר מילתא" ביי די באסעס איז אויך א א שטארק חריפות'דיגער אויסטרעף וואס אפילו די מתירים ואוסרים וואלטן זיך מחי' געווען.
אשאד געווען די מיליאנען פאר די צענליגער פאשקאווילן קעגן סק"ד. מ'וואלט דאך פשוט געקענט נעמען אפאר גוים דאס מסדר צו זיין און איינמאל ס'שטייט שוין קען דאך שוין נהנה זיין בכל אופן...
כ'האף אז די מאכסט דיך נאר. אדרבא, כאפ א בליק אויף די קלארע איסורים בשעתו ווי עס שטייט קלאר איבערן בויען און נהנה זיין פון דעם טריפענען צלם בהיכל מיט די 3 הארבסטע עבירות רח"ל...
מיר דארפסטו נישט מסביר זיין די לעכערליכקייט פון די גאנצע מערכה קעגן סק"ד אבער פאר דיין קרייז איז דאס קלאר בועט געווען אין זייער מכלומר'שטע שיטה.
עכ"פ מיר זענען געוואוינט צו ענקער דרך אין אידישקייט. מ'דרייט בעסיקלי אידישקייט צו ארבעטן פאר ענקער מהלך...אונז זעה מיר דאס כסדר, מ'דארף נאר האבן געדולד ביז ס'פאלט אין פלאץ
(למשל ש"ס חבורות, אריזאנע ווייץ, בשר בהמה ועוד ועוד אה, גיב מיר נאר א טיפ איבער דעם היתר פון שיקן די ילדי צרפת קיין חינוך עצמאי...)
מ'העמיר נישט זיין איבעראשט אז אין אפאר יאר ארום וועט מען "בהורמנא פון די רבי שליט"א" גרינדן א סק"ד אין בלומינגבורג...כ'האף העסט נאך געדענקן די איצטיגע ספין
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:איך ווילל נאר דא אויסדרוקן דעתי הענייה. ריח"מ פר"מ זצ"ל. (כבודו במקומו מונח) האט צוערשט מתיר געווען שערי חמלה/סקול דיסטריקט. ווייל דאס איז געווען זיין דעת תורה. און חובת השעה. נאכדעים איז אריינגעקומען שטארקע לחץ פון בעלי נגיעות און א סאך פאליטיק. האט ער חוזר געווען. אבער ס'בלייבט ...,תפוס לשון ראשון"... והוא העיקר...!

בערל, איך האב מיך געוואלט מחולק זיין מיט דיר אבער די ענדיגסט צו מיט "והוא העיקר!" נאכדערצו מיט דריי פינטליך, הייב איך הענט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אינטערסאנטער האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:ווען איז ריח"ם פרי"מ געקרוינט געווארן אלס פוסק אחרון אין סאטמאר ?
ווען פונקטליך? הממ, עס איז דעמאלס געווען בערך צוואנציג צו זעקס
אגב ריחם פרי"מ האט קודם מתיר געווען די מוסד הק' שערי חמלה און נאכדעים געאסרט סאו ....
נו ממילא? האסט נאך קיינמאל נישט געהערט אז א רב זאל צוריקציען פון א היתר? ער שרייבט דאך דארט מילתא בטעמא אז היות כהיום איז דא אן אנדערע אויסוועג איז בעסער אויב מען קען זיך באגיין אהן צו זיכן היתרים, די ווילסט דיך קריגן מיט אים דאן קריג דיך, ער איז נישט דיין בר פלוגתא (און אגב האט דאס גארנישט מיט די באסעס וואס מען נעמט פון א זאך וואס שטייט שוין לאנג, די רעדע פון די היתר אדער איסור איז צו מען מעג אינטערשרייבן אויף די זאכן צו נישט, קיינער האלט נישט אז פון א גויאישע פובליק סקול טאר מען נישט נעמען קיין באסעס, אבער דאס איז שוין א שמועס פאר זיך)

ר' געציל איז דומץ דמתא אין קר"י און ער איז פוסק אחרון אין קר"י
זאג עס איבער איין מאל און נאכאמאל ביז עס וועט דיר אריינגיין אין קאפ און דערנאך חוזר חזרה

הייסט דאס אז דיין איבערזאגן 20 מאל אז ר' מנשה איז געווען פוסק אחרון אין סאטמאר מאכט עס אמת אדער דיין רויטע קאליר פון שרייבן דאס מאכט עס

איך מיין ואיינער האט דיר איינגערעדט אז ר' מנשה איז געווען פוסק אחרון זאג פאר יענעם ער זאל עס מער נישט טון צו דיר

אגב ר' געציל איז פאקטיש דומץ דמתא קרית יואל
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

יעדער פלאגט זיך דא צו פארענטפערן ר' מנשה'ס צוריק ציען פונעם היתר דער אמת ער האט קיינמאל עכט צוריק געצויגן פונעם היתר

אבער ביי די ביד אין ווימ"ס איז עס א נארמאלע ערשיינונג נעם א דוגמא פון הרב ר' זלמן פילאפף ווי ער האט געאסרט און גערעדט בגנות פון קאממאן קאור און נאכדעים האט ער צוריק געצויגן

די זעלבע ווען די רבי זי"ע איז געפארן קיין אר"י ביי די צווייטע גרויסע נסיעה תשנג האט הרב ר' זלמן גערעדט אקעגן דאס פארן קיין א"י און ווען רזל איז געפארן קין א"י האט הרב ר' זלמן אינגאנצן פארגעסן תורת הקנאות
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

גאנצל האט געשריבן:יעדער פלאגט זיך דא צו פארענטפערן ר' מנשה'ס צוריק ציען פונעם היתר דער אמת ער האט קיינמאל עכט צוריק געצויגן פונעם היתר

אבער ביי די ביד אין ווימ"ס איז עס א נארמאלע ערשיינונג נעם א דוגמא פון הרב ר' זלמן פילאפף ווי ער האט געאסרט און גערעדט בגנות פון קאממאן קאור און נאכדעים האט ער צוריק געצויגן

די זעלבע ווען די רבי זי"ע איז געפארן קיין אר"י ביי די צווייטע גרויסע נסיעה תשנג האט הרב ר' זלמן גערעדט אקעגן דאס פארן קיין א"י און ווען רזל איז געפארן קין א"י האט הרב ר' זלמן אינגאנצן פארגעסן תורת הקנאות

די מאכסט אש אין פארעך פון ר' מנשה און ר' זלמן ווען די שרייבסט נישט מער ווי איין ערשטע נאמען ווייל די ווייסט אז די קענסט נישט צוריק כאפן ווייל דיין רבי האט נאר איין ערשטע נאמען. אבער דאס איז נישט קיין פעיר געים.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
ווען ביסטו געבוירן
לייקענסט אז ווען מ׳ האט אויפגענומען דעם פערציג יאריגן ריח"מ (נאכן פארלירן זיין פאסטן ווייל סיגעטע ישיבה האט זיך צוגעמאכט, און זייענדיג א איידעם פון ר"א ט"ב) אלס דיין, האט מען אויך אויפגענומען דעם 20 יעריגן ר"ג א זון פון א מלמד און פשוטע משפחה (א חשובער יוד און ת"ח און חשובע קינדער אבער אן קיין שום פראטעקציע) אלס סגן דיין?
און ר"י ראטה איז געווען אונטער אים? זיי האבן אים ביידע איינגעפאקט בתורה, ווייז מיר די אלע יארן איין ערנסטער פסק ביי די זאכן וואס די גדו"י האבן דן געווען. ווי זענן זיינע תשובות ווי ר"י אדער ר"ג? אויסער שיקן יעדע ערנסטע שאלה צו ר׳ פישל (ששש)
יעצט לאמיר מספר זיין בשבחו, זיין יראת שמים אוו מידות איז כמעט א יחיד במינו, זיין שיעור בגמ׳ וואס ער האט פארגעלערענט צענדליגער יארן איז געווען פקיע שמי׳ און מהנה געווען 100דעטער אידן
זייער גוט אין טאג טעגליכע שאלות (אויב מ׳ האט געקענט צוקומען פרעגן ואכמ"ל)
איך וויל ח"ו נישט מזלזל זיין בכבודו, אבער ווען מ׳ נעצט אים פאר א שטעקן צו מבטל זיין אנדערע דארף מען פארציילן דעם אמת
בד"וו ווי אלט ביסטו? געדענקסט נישט ווען זיין טיטול איז געווען דומ"צ נישט ראב""ד

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

די שרייבסטו אז די ווילסט חלילה נישט מזלזל זיין בכבודו? איך הער גיט? איך גלייב אז די ווילסט דוקא יא מזלזל זיין בכבודו ווייל ער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו ענקער ארוינישע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]. שטעל דיך פאר ווען ער איז ווען אן ארויני, דער בלאט וואלט געהאט ריזיגע העדליינס מיט לאנגע ארטיקלען איבער זיין גדלות בתורה, און אז ער איז די פוסק אחרון ווער עס זאל זיין רב אין וויליאמסבורג ווייל דער רבי האט אים געשטעלט, עטס וואלטס געשריבן אין די לענג און די ברייט איבער זיין קלארע פסקי הלכות, איבער זיין טיפע לומדות, איבער זיין געבן שימוש פאר צענדליגער עלטערע דיינים, איבער זיין קענען יעדע סעיף קטן אין שולחן ערוך מיט אלע אחרונים, איבער זיין דורכהאקן ש"ס טיף מיט אלע ראשונים, און וואס נישט.

אבער אזוי ווי דער ראב"ד איז דאך נישט געווען אן ארויני, ממילא מיזן ענק נעבעך מיט אלע כוחות ארבעטן צו מאכן דעם אנשטעל אז ער איז נישט מער געווען ווי א מוצ"ל, עפעס א צדיק'ל, איך פארשטיי זייער גיט דיין ווייטאג, און איך זעה נעבעך ווי די ארבעטסט שווער אהערשטעלן דעם בליק. ארבעט דיך נישט איבער ווייל עס גייט דיך קיין סאך נישט העלפן.

און די פרעגסט ווי זענען זיינע תשובות, איך האב נאך אזא באמבע קשיא שוין יארן נישט געהערט, אפשר זאגסטו מיר ווי זענען די תשובות פון רבי פישעלע הערשקאוויטש וואס די טענה'סט אז צו אים האט דער ראב"ד געשיקט אלע שווערע שאלות, ווי זענען זיינע תשובות? ווי זענען די תשובות פון רבי משה ניישלאס וואס איז געווען פקיע שמי' מיט זיין גדלות בתורה?, אזוי קען מען אויסרעכענען א גאנצע ליסט פון ריזיגע גדולים בתורה וואס האבן ווייניג געשריבן.

און גראדע האט ער יא געשריבן היבש אביסל תשובות להלכה, און עס איז שוין דא דארט מפורסם געווארן פארשידענע חריפות'דיגע תשובות פונעם ראב"ד - אויב דאס איז דיין מעסטער - נישט ווי די ליקוט פון תשובה ספרים וואס רופט זיך אגלי דבש.

און בנוגע דיין פרישע שקר פון אוועקשיקן אלע שווערע שאלות צו רבי פישעלע זצ"ל, האב איך פאר דיר נייעס, אז עס איז נישטא נאך אזא איינער וואס דרייט זיך ארויס פון ענטפערן שווערע שאלות ווי ר' געציל בערקאוויטש וואס עטס זענט'ס פארנומען טאג און נאכט אים צו אויפבלאזן וויבאלד ער דינט ענקער פארטיי, יעדער אין קרית יואל ווייסט דאס, און איך רעד שוין נישט פון די אופן וויאזוי ער דרייט זיך ארויס ווען ער וויל נישט ענטפערן, ווער עס איז געווען רגיל אים צו פרעגן פארשטייט וואס איך מיין. ווען רבי יואליש מארגענשטערן איז נאך געווען כשר, און האט באקומען א געהאלט פון קהל אין קרית יואל צו ענטפערן שאלות, פלעגט ר'געציל שיקן אלע שווערע שאלות צו אים, און נאכדעים פלעגט ער סתם אזוי נישט ענטפערן.

יא ער איז א פיינער דיין און קען אסאך תשובה ספרים, און האט אסאך קבלות פון רבי ישראל חיים מנשה בעניני הוראה, אבער קומט נישט צו צום קנעכיל פון רבי ישראל חיים מנשה וואס יעדער עלטערער דיין פלעגן אים טאקע רופן זיך דורך רעדן טאקע זייערע שווערע שאלות, אנדערש ווי די ליקוט תשובות הנקרא אגלי דבש, וואס רוב שואלים זענע מגידי שיעור אין מתיבתא אין קרית יואל, אדער ר'שלמה זאבעל, אדער ר'מאיר אליעזר פרידמאן, אדער סתם א תושב אין קרית יואל.

און ווען דער רבי האט אים געשטעלט צו פסקנ'ען יונגעלייט שאלות אין קרית יואל, מיינט נישט אז דער רבי האט געגעבן א שטעמפל אויף יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון זיי מויל פיפיציג יאר שפעטער איבער די הנהגה אין קרית יואל וואס האט זיך שוין געטוישט הונדער מאל זינט מען האט אויפגענומען ר'געציל אלס מורה צדק אינעם שטעטל, בשעת היינט צוטאגס עס זענען שוין דא דארט צענדליגער מורה הוראות און תלמידי חכמים מובהקים וואס קענען אויך הלכות סידור קידושין און ווייסן אויך וואס זיי רעדן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אינטרעסאנטער: דו האסט געשריבן זייער אן אינטרעסאנטע תשובה. (מיט רוב וואס איך בין נישט מסכים.). ספעצילע דיין אוועקמאכן די געוואלדיגע בקיאות פון הר"ר געציל בערקאוויטש. און זיין ספר אגלי דבש.

אבער דו כאפסט נישט די הויפט נקודה דא ביי דעם ענין פון סידור קידושין. ס'האנדלט זיך נישט פון בקיאות און גדלות בתורה. ווייל ס'כולי עלמא מודי אז הר"ר יואליש מארגנשטערן זצ"ל איז געווען א ת"ח עצום און גדול בתורה והוראה. אבער ער איז דאך נישט געוען דער מרא דאתרא. אדער פון זיין בי"ד. און סידור קידושין (ווי אונז ווייסן מיר אין אלע שפעטער'דיגע דורות) איז די אויסשליסליכע רעכט פונ'ם מרא דאתרא...!
תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

שמעון וואלף האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:יעדער פלאגט זיך דא צו פארענטפערן ר' מנשה'ס צוריק ציען פונעם היתר דער אמת ער האט קיינמאל עכט צוריק געצויגן פונעם היתר

אבער ביי די ביד אין ווימ"ס איז עס א נארמאלע ערשיינונג נעם א דוגמא פון הרב ר' זלמן פילאפף ווי ער האט געאסרט און גערעדט בגנות פון קאממאן קאור און נאכדעים האט ער צוריק געצויגן

די זעלבע ווען די רבי זי"ע איז געפארן קיין אר"י ביי די צווייטע גרויסע נסיעה תשנג האט הרב ר' זלמן גערעדט אקעגן דאס פארן קיין א"י און ווען רזל איז געפארן קין א"י האט הרב ר' זלמן אינגאנצן פארגעסן תורת הקנאות

די מאכסט אש אין פארעך פון ר' מנשה און ר' זלמן ווען די שרייבסט נישט מער ווי איין ערשטע נאמען ווייל די ווייסט אז די קענסט נישט צוריק כאפן ווייל דיין רבי האט נאר איין ערשטע נאמען. אבער דאס איז נישט קיין פעיר געים.

:lol:
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

אינטערסאנטער האט געשריבן:אקעי מיין פריינט, די האסט נאר געקוקט די ערשטע עמוד דארט. נישט מיין שולד.

אין צוויי ווערטער האב איך עס שוין געשריבן עטליכע מאלה, נאר אפשר האסטו עס פארזעהן, ממילא קוק איבער, די תמצית איז אז כדי א קהילה זאל האבן א רעכט זיך אפצוטיילן דארף נישט זיין קיין מורא'דיגע סיבות, און דא איז געווען גענוג און נאך סיבות פארוואס מען האט זיך בשום אופן נישט פארטראגן אינאיינעם, איז דאס שוין גענוג א סיבה זיך אפצוטיילן.

חוץ דעים ווערט דארט ארויסגעברענגט נאך פון אסאך פוסקים אז די גאנצע איסור פון מסדר קידושין זיין אן רשות פון מרא דאתרא - אפילו בשעת די באלאנגסט אין יענע קהילה - איז נאר אויב די נעמסט נישט קיין יודע בטיב גיטין וקידושין וכו' און אויך אז אויב האלט מען אז די רב פון די אנדערע קהילה איז א קל וכדומה, דאן זאגט דער חתם סופר גאר אז שויא אנפשם חתיכא דאיסורא און זיי האבן אפילו נישט קיין רעכט יענעם צו נעמען פאר סידור קידושין לכתחילה, נאר זיי דארפן נעמען זייערע אייגענע רבנים.

און נאך אסאך נקודות וואס ווערן דארט אויסגעשמועסט.

דאס האב איך שוין געהערט צענדליגע מאל אז מקען זיך אפטיילן.

וואס איך האב אבער נאכנישט באקומען אן ענטפער איז, אויב אזוי וואס מיינט די הלכה פון מרא דאתרא??? אויב דארף נישט זיין קיין מורא'דיגע סיבות פאר מענטשן זיך אפצוטיילן, ווען דען, אם כן, גייט אן די הלכה אז יעדער איז אינטערגעווארפן אינטערן מרא דאתרא? דוקא ווען מקען זיך יא פארטראגן?

און לגבי דאס וואס דו זאגסט אז די גאנצע איסור פון מסדר קידושין זיין אן רשות פון מרא דאתרא איז נאר אויב די נעמסט נישט קיין יודע בטיב גיטין וקידושין וכו' וויל איך פארשטיין, וואס האט דעיס צוטון מיט מרא דאתרא? וואס טוט זיך א היכי תמצא אויף א פלאץ וואס ס'איז נישטא קיין מרא דאתרא מעג מען נעמען א אינו בקי?

און נאכדעם, פון דיינע לעצטע ווערטער קומט אויס, אז כדי צו פטור ווערן פונעם הארבן איסור, דארפן די מורדים בלויז אנהייבן האלטן אז די רב איז א קל, און דעמאלטס ווערט עס א לכתחילה, ריכטיג?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

[tag]אינטערסאנטער[/tag]

היות דער בלאט האט נישט געשריבען אויף ר' מנשה פוסק אחרון פראבירסטו איינצורעדן דעם עולם הייסט

ר' מנשה'ס תשובות איז געווען גאר שטארק רעספעקטירט ביי אלע סאטמארע דיינים דאס איז קיין ספק אבער קיין פוסק אחרון ניקס

ר' מנשה האט מתיר געווען דאס נעמען געלט פאר די פאבליק סקול אין קר"י און ער האט פון דעם קיינמאל צוריק געצויגן פארוואס ער האט געשריבען דעם פארעווען איגרות שניות אויף דעם זאגט מען המבין יבין
ר' מנשה האט אויך אנגענומען דעם סאטמאר רב שליט"א פאר מרא דאתרא קר"י און דעם קרית יואלן דיין אלס דומץ דמתא איי ס'איז פארהאנען א בריוו אנדערש אויף דעם זאגט מען אויך המבין יבין
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

מיליאנער האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:אקעי מיין פריינט, די האסט נאר געקוקט די ערשטע עמוד דארט. נישט מיין שולד.

אין צוויי ווערטער האב איך עס שוין געשריבן עטליכע מאלה, נאר אפשר האסטו עס פארזעהן, ממילא קוק איבער, די תמצית איז אז כדי א קהילה זאל האבן א רעכט זיך אפצוטיילן דארף נישט זיין קיין מורא'דיגע סיבות, און דא איז געווען גענוג און נאך סיבות פארוואס מען האט זיך בשום אופן נישט פארטראגן אינאיינעם, איז דאס שוין גענוג א סיבה זיך אפצוטיילן.

חוץ דעים ווערט דארט ארויסגעברענגט נאך פון אסאך פוסקים אז די גאנצע איסור פון מסדר קידושין זיין אן רשות פון מרא דאתרא - אפילו בשעת די באלאנגסט אין יענע קהילה - איז נאר אויב די נעמסט נישט קיין יודע בטיב גיטין וקידושין וכו' און אויך אז אויב האלט מען אז די רב פון די אנדערע קהילה איז א קל וכדומה, דאן זאגט דער חתם סופר גאר אז שויא אנפשם חתיכא דאיסורא און זיי האבן אפילו נישט קיין רעכט יענעם צו נעמען פאר סידור קידושין לכתחילה, נאר זיי דארפן נעמען זייערע אייגענע רבנים.

און נאך אסאך נקודות וואס ווערן דארט אויסגעשמועסט.

דאס האב איך שוין געהערט צענדליגע מאל אז מקען זיך אפטיילן.

וואס איך האב אבער נאכנישט באקומען אן ענטפער איז, אויב אזוי וואס מיינט די הלכה פון מרא דאתרא??? אויב דארף נישט זיין קיין מורא'דיגע סיבות פאר מענטשן זיך אפצוטיילן, ווען דען, אם כן, גייט אן די הלכה אז יעדער איז אינטערגעווארפן אינטערן מרא דאתרא? דוקא ווען מקען זיך יא פארטראגן?

און לגבי דאס וואס דו זאגסט אז די גאנצע איסור פון מסדר קידושין זיין אן רשות פון מרא דאתרא איז נאר אויב די נעמסט נישט קיין יודע בטיב גיטין וקידושין וכו' וויל איך פארשטיין, וואס האט דעיס צוטון מיט מרא דאתרא? וואס טוט זיך א היכי תמצא אויף א פלאץ וואס ס'איז נישטא קיין מרא דאתרא מעג מען נעמען א אינו בקי?

און נאכדעם, פון דיינע לעצטע ווערטער קומט אויס, אז כדי צו פטור ווערן פונעם הארבן איסור, דארפן די מורדים בלויז אנהייבן האלטן אז די רב איז א קל, און דעמאלטס ווערט עס א לכתחילה, ריכטיג?

די הלכה פון זיין אינטערגעווארפן אינטער די מרא דאתרא איז פאר א יחיד וואס געהערט צו א ציבור און מאכט א חתונה אהן רשות פון די פוסק ומורה פון די שטאט וואס איז א יודע בטיב גיטין וקידושין, און די גאנצע נידון קומט נישט אריין ווען מען רעדט פון א באזונדערע קהילה פאר זיך. גענוג קלאר ווען די ווארט מרא דאתרא קומט אריין און ווען נישט? [און יא, מען קען זיך גרינג אפטיילן, פאר כמה סיבות, און אויב קען מען זיך בשום אופן נישט פארטראגן אינאיינעם איז דאס אויך א סיבה זיך אפצוטיילן, ווי עס ווערט קלאר געברענגט פון כמה פוסקים]. די האסט געפרעגט איינמאל און נאכאמאל מיט גרויסע הפצרות אז מען זאל דיך פליז מסביר זיין די סיבת ההיתר "אין צוויי ווערטער" און דאס האב איך געטוהן.

יעצט הייבסטו אהן צו אריינגיין אין נאך פרטים וואס גראדע ווערט דאס אויסגעשמועסט אין די לינק וואס איך האב דיך געגעבן, אבער אויב די ווילסט אריינגיין אין פרטים דעמאלס ווארט מיך אין בית מדרש, איך וועל באלד דארט זיין מיט א גראבע שולחן ערוך. האסט געוואלט וויסן די היתר אין צוויי ווערטער, דאן דא האסטו דאס אין צוויי ווערטער אז עס גייט נישט אהן ביי "קהילות נפרדות" וואס האט אייגענע צרכי הקהילה און איז פאר זיך אהן נישט קיין מגע ומשא מיט די אנדערע קהילות.

לשיטתך דארף אהרן אויך נעמען רשות פון קהל ייטב לב מהרי''י ווייל זיי זענען כהיום אין קרית יואל פונקט אזא קהילה ווי די ארוינים.

איך קען באמת נישט פארשטיין אויב דו ביזט אזוי קלאר פארוואס מוזטו רעדן אזוי צופלויגן? איך טריי באמת צו פארשטיין, ווען איז מען יא אינטערגעווארפן אינטער א מרא דאתרא? פינטל. (און יעצט בין איך שוין געוואר געווארן א דריטע היתר... )

פון דיינע ווערטער ביז אהער האב איך ארויסגענומען אז די איסור איז דוקא בלויז:

1)אויב די מורדים האלטן אז די רב איז ערליך.
2) מ'פארטראגט זיך.
3) ס'איז נישט מער ווי איין מענטש. (דאס איז צוגעקומען אין א עקסטרע תגובה)

בין איך גערעכט?

אגב איז א עם הארצות לפע''ד אפצוטיילן פון מורדים ביז א עקסטרע קהילה, ווען היא גופא איז מיין
קשי' וויאזוי קען מען זיך אפטיילן אויב איז מען אינטערגעווארפן?

און נאכמער.... הייסט אז אויב איז מען בלויז מסדר קידשין אן רשות, איז געפערליך. אבער אויב אין צוגאב, עפנט מען אויך א ביהמ''ד מיט א שחיטה שלא ברשות, ווערט עס א לכתחילה? אתמהה

און בשעת איך פרעג דיך ווען איז מען אינטערגעווארפן, זאגסט מיר אז אויב איז מען אפגעטיילט איז מען נישט אינטערגעווארפן, הייסט מ'איז נאר אינטערגעווארפן אויב מאיז נישט אפגעטיילט? ס'איז אביסל פוריםדיג, ניין?

און ביטע ווער נישט אנגעצויגן. אז דו פילסט אז נאך דיינע ענטפערס, וואלט איך שוין געדארפט זיין קלאר אין דעם, דארפסטו מיך נישט ענטפערן.

איך וואלט מיך אבער דאך געפרייט ווען דו מאכסט מיך מער קלארער, דו ווייסט דאך סייווי די ענטפער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מיליאנער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

טאקע א פלא ווי דער "פוסק אחרון" האט אזוי פיל געפליפ פלאפ'ט מיט ערנסטע פסקים, ווי אמונה ודעות,
און די פליפ-פלאפ האט פערצופאל פאסירט דער זעלבער זמן וואס די ארוני-זאלוני מחלוקה האט אויסגעבראכן.

עפעס א מין סייעתא דשמיא
פארשפארט