בלאט 23 פון 110

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:45 pm
דורך רויטע וואנצעס
קאווע טרינקער האט געשריבן:דער אשכול שלאפט


כ'מיין דער אשכול איז טויט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 11:27 am
דורך שמעקעדיג
איך הער יעצט א בשורה המחרידה אז א איד אין א"י האט געהאט א שוידערליכע עקסידענט די נאכט (ער איז איינגעשלאפן ביים דרייוון), און האט איבערגעלאזט 13 יתומים, רח"ל.
עפעס מער פרטים איינער?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 11:37 am
דורך שמו יגער
ער הייסט הרב יוסף ויזל ז״ל (45) ער איז געווען אויפן וועג צוריק פון די דזיקוב לעלוב חתונה מיט פיר קינדער אין די קאר. ער איז געפארן צום שדה תעופה אז זיין ווייב זאל גיין קיין שווייץ. דערנאך, האט ער געמאכט נאך א סטאפ אין אשדוד ווי איינע פון זיינע זין לערנען אין די ארטיגע ישיבה קטנה טשערנוביל. פון דארט איז ער אהיים געפארן קיין רחובות אין אויפ׳ן וועג האט ער ל"ע אריינגעהאקט אין א טרקטור-טרעילער ביי א רעד לייט ונסתלק לבית עולמו. אין זיינע קינדער וואס זענען געווען אין די קאר מיט אים האט מען אפגעפירט אין די שפיטעלער.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 11:45 am
דורך סאשי פיש
ברוך דיין האמת
ר׳ יוסף וויזעל א טאטע פון 13 קינדער 45 יאר אלט איז נעכטען אויפען וועג אהיים פון א חתונה געווען פארמישט אין אן עקסדענט אין איז ליידער נפטר געווארען 4 קינדער וואס זענען געווען אין די קאר זענען אויך פארוואונדערט געווארען

די טאטע ע״ה
image.jpg
image.jpg (59.94 KiB) געזען געווארן 2865 מאל

די קאר
image.jpg
image.jpg (85.84 KiB) געזען געווארן 2865 מאל

image.jpg
image.jpg (102.28 KiB) געזען געווארן 2865 מאל

אין די טרעלער
image.jpg
image.jpg (28.4 KiB) געזען געווארן 2865 מאל

שמויגער האקט == אבער עס דארט צייט פאר א גרינטליכע אנליז מיט בילדער פון סאשי פיש

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 11:48 am
דורך סאשי פיש
@s: Israel: U/D Tefillos needed for the 4 injured kids Ester Bas Frida, Rivka Gandel Bas Frida, Rochel Bas Frida, Shimon Ben Frida

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:35 pm
דורך סאשי פיש
די לוויה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:23 pm
דורך סאשי פיש
די לוויה ביי וויזשניץ בהמ״ד

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:15 am
דורך זר זהב

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 10:23 pm
דורך שעפטל
ברוך דיין האמת:
ר' מנחם שמואל יעקב גאטליב ע"ה, פון וויליאמסבורג
זיך נעבעך אפגעמיטשעט בערך צוואנציג יאר צו מער נאכן ליידן פון א מאסיוון סטראוק.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 11:05 pm
דורך בעל הבית
מרס אסתר גרינוואלד ע"ה אלמנת הרב ר'דוד מאיר ז"ל שוועסטער פין ר' יהושע אין ר' אביגדור יאקאבאוויטש

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 7:15 am
דורך לאליפאפ
יעצט אוועק אין בארא פארק הרבנית מביסטריץ ע״ה שוויגער פונעם סאטמאר רבי׳ן מהרז״ל

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2013 9:57 pm
דורך דולה ומשקה
בד"ה, פלוצלינגדיגע פטירה פון הרב החסיד ר' מענדל מארגענשטערן ז"ל, נפטר געווארען א' ד'ראש השנה, די לויה איז פארגעקומען ליל ב' דראש השנה פארענט פון באבוב (48) ביהמ"ד.
דער אינטרעסאנטער זאך וואס האט געכאפט מיין אויג, היות איך באלאנג נישט אין באבוב ווייס איך נישט וועלעכע באבוב'ער געהערט צו וועלעכע פון די צוויי פראקציעס, אבער איין זאך ווייס איך יא אז הגה"צ רבי יהושע רובין געהערט צו צד 45, ואעפי"כ האב איך איהם געזעהן בין המלוים. ווען איך האב אנגעפרעגט איינעם, איז די אנטווארט געקומען אז דער מנוח ז"ל האט מוחל געוועהן זיין חלק חוב פאר כ"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב, נאכדעם וואס ער איז נתמנה געווארען אלב רב במקום אביו כ"ק המהר"ש מבאבוב, ע"כ האט ער איינגענומען די בושות, אריין אין לייבענס גרוב, צו איך ווייס וואס, וכדומה, אין געקומען מלוה זיין.
א שיינע שריט פון זיין זייט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:36 pm
דורך בעל הבית
שטאט איז היינט געווען אביערגעדרייט,א גרוסע לוויה פין ר'שלמה זאקהיים ע''ה , האט איינער שון געהערט פין אזא איד?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:42 pm
דורך אביגדור
בעל הבית האט געשריבן:שטאט איז היינט געווען אביערגעדרייט,א גרוסע לוויה פין ר'שלמה זאקהיים ע''ה , האט איינער שון געהערט פין אזא איד?

דער עוכר ישראל שמריהו האט געהאט גאר א נעגעטיווע אפשאצונג איבער איהם. עפרא לפומיה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:47 pm
דורך בעל הבית
אבי נישט אויף ר'מענדל ע''ה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 9:16 am
דורך שעפטל
שעפטל האט געשריבן:עס באלאנגט טאקע נישטא, אבער אלס 'נהפך מאבל ליום טוב', לייג איג איך עס נאכן ריפארטן די שלעכטע נייעס:

מזל טוב!!!

הגה"צ חו"פ רבי שלמה רובין שליט"א משפיע רוחני במבצר הישיבות ד'סאטמאר בק"י ורב דביהמ"ד דברי שמחה ד'ציעשנוב בקרית יואל לרגל הולדות הבת למז"ט!

זאל ער זוכה זיין צו זעהן אסאך אידיש נחת פון די קינד און פון אלע קינדערלעך און קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער, אמן!

ברוך דיין האמת!
דאס קינד (געבוירן ט"ו חשון תשע"ג) האט נעבעך היינט צופרי צוריקגעגעבן איר ריינע נשמה צום באשעפער, נאכן ליידן די זעלבע ווי אירע ברודער'ס.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 10:37 am
דורך שמעקעדיג
שוידערליך! וויפיל קען איין מענטש דערהייבן?
טאטע! רחמנות!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 10:56 am
דורך שרייבער
שמעקעדיג האט געשריבן:שוידערליך! וויפיל קען איין מענטש דערהייבן?
טאטע! רחמנות!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 11:03 am
דורך [NAMELESS]
שרעקליך!!! אוי באשעפער

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:43 pm
דורך שרייבער
יעצט דא א הוק אפ פון די לוי' אויף קול סאטמאר


האדמו"ר מהר"א מסאטמאר יעצט מספיד, ובזכות שלשת בנים

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:47 pm
דורך שרייבער
מאנטריאלער רב יעצט מספיד

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:51 pm
דורך שרייבער
ציעשנובער רב יעצט מספיד

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:53 pm
דורך אבי גערעדט
ווי איז די לויה?