בלאט 23 פון 23

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 6:00 pm
דורך cictim

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 2:24 am
דורך יענקוש

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 2:32 am
דורך עמרם
דעס אז די רבי האט גענומען א אגדתא גמ' (וואס ווערט נישט געברענגט להלכה) און געמאכט פאר א הלכה קען מען נאך פארשטיין,
און אז עס איז גאר פון די ג' חמירות און כפירה ממש, איז שוין שווער צו פארשטיין
אבער למען השם, זאגן אז אויב איינער קריגט איז גאר יענער א אפיקורס?¿? וויאזוי איז מען צודעם אנגעקומען ???

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 12:25 pm
דורך אייניקעל
עמרם האט געשריבן: פרייטאג מערץ 08, 2024 2:32 am דעס אז די רבי האט גענומען א אגדתא גמ' (וואס ווערט נישט געברענגט להלכה) און געמאכט פאר א הלכה קען מען נאך פארשטיין,
און אז עס איז גאר פון די ג' חמירות און כפירה ממש, איז שוין שווער צו פארשטיין
אבער למען השם, זאגן אז אויב איינער קריגט איז גאר יענער א אפיקורס?¿? וויאזוי איז מען צודעם אנגעקומען ???
כי כבר נתבאר שאין באלו השבועות ענין של הלכה (ויואל משה מאמר ג' שבועות סימן פ’)

והנה ודאי שאלו השבועות המה הלכות קבועות בלי שום חולק... אלא כולי עלמא מודי בהו דהלכתא רבתא נינהו בעונש חמור ומר רח"ל, מה שלא מצינו עונש קשה כזה בשום עבירה שבכל התורה כולה (ויואל משה הקדמה דף יא)

איך בין צומישט?!

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 12:41 pm
דורך berlbalaguleh
אייניקל: ס'איז זייער פשוט. די (גאנצע) וועלט האט געהאלטן אז די מאמרי חז"ל וועלכע רעדן איבער די עניינים פון גלות און גאולה זענען נאר דברי אגדה און נישט נוגע להלכה ולמעשה. און סאטמאר רב האט געהאלטן אז די זאכן זענען יא נוגע להלכה און למעשה. און די עונשים פאר די וועלכע זענען עובר אויף דעם זענען זייער הארב. כמבואר בפנים הספר.

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 12:20 am
דורך אייניקעל
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג מערץ 08, 2024 12:41 pm אייניקל: ס'איז זייער פשוט. די (גאנצע) וועלט האט געהאלטן אז די מאמרי חז"ל וועלכע רעדן איבער די עניינים פון גלות און גאולה זענען נאר דברי אגדה און נישט נוגע להלכה ולמעשה. און סאטמאר רב האט געהאלטן אז די זאכן זענען יא נוגע להלכה און למעשה. און די עונשים פאר די וועלכע זענען עובר אויף דעם זענען זייער הארב. כמבואר בפנים הספר.
חוץ פון דעם וואס איך זעה נישט דיין פשט אין זיינע ווערטער קומט אויס לדעתך אז דא קלארט אונז אויף דער ויואל משה אליין אז ער איז אן אמת'ע דעת יחיד? און בכלל אויב האט די גאנצע וועלט פארשטאנען אז עס נישט להלכה פון די דעמאלטס האט דער ויואל משה גענומען צו זאגן אנדערש?

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 12:29 am
דורך berlbalaguleh
דו קענסט איהם גיין פרעגן: ס'שטייט נישט א פאליס ביי די טיר מיט א שטעקן און ער זאגט דו מוזסט האלטן ווי ער. דו קענסט אנעמען וועמענ'ס שיטה דו ווילסט.

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 1:41 am
דורך מילך טראק
אייניקעל האט געשריבן: פרייטאג מערץ 08, 2024 12:25 pm quote]

כי כבר נתבאר שאין באלו השבועות ענין של הלכה (ויואל משה מאמר ג' שבועות סימן פ’)

והנה ודאי שאלו השבועות המה הלכות קבועות בלי שום חולק... אלא כולי עלמא מודי בהו דהלכתא רבתא נינהו בעונש חמור ומר רח"ל, מה שלא מצינו עונש קשה כזה בשום עבירה שבכל התורה כולה (ויואל משה הקדמה דף יא)

איך בין צומישט?!
סהאט נישט קיין דין שבועה , אבער הלכה בלא שבועה, ער איז חולק אויף די אבני נזר

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 7:03 pm
דורך אבימלך
אויף די אומפאפולערע אידישע וועבזייטל "אידטיש" האט א סאטמארע חסיד געעפנט אן אשכול, עיונים וביאורים בספר ויואל משה מהרה''ק מסאטמאר זי''ע

פאלגענד איז זיין ערשטע תגובה, ווי ער שטעלט זיך אויף די הנחה אז עובר זיין אויף די שלש שבועות איז כפירה און ביהרג ואל יעבור, (עיקר יסוד שיטת סאטמאר) וואס די רבי ברענגט פון די מהר''ל, אז אין מהר''ל שטייט גאר עפעס אנדערש
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:30 pm אין מאמר שלש שבועות סימן כ' ברענגט די רבי אראפ א מהר''ל אין נצח ישראל פרק כ''ד, וואס לויט ווי די רבי לייגט עס אראפ זעהן מיר פון מהר''ל אז די איסור פון די שלש שבועות איז ביהרוג ועל יעבר.
די רבי ברענגט דארט פון מהר''ל אז אפי' אויב זאלן די אומות העולם צווינגען דאס אידישע פאלק צו עובר זיין די שבועות, און אפי' אויב גייען זיי אזוי ווייט און סטראשענען אז ווער עס איז נישט עובר איז נידון למיתה ח''ו, עכ''ז איז דאס ביהרוג ועל יעבר און מען טאר אויף די שלש שבועות נישט עובר זיין.
די רבי ברענגט דאס אויך אין סימן ע''ו וואו ער שרייבט זייער קלאר אז לויט די מהר''ל איז די איסור שלש שבועות ביהרוג ועל יעבור. און אזוי אויך שפעטער אין סימן פ''ג, און סימן פ''ח.

אין סימן ל''ג מיטשעט זיך די רבי צו פארשטיין וואו די מקור לדברי המהר''ל איז, און ווי אויך וואס איז די טעם הדברים. די רבי שרייבט דארט אז פון מדרש אליינס איז נישט משמע אז שהשביען בדורו של שמד מיינט צו זאגן אז די הארבקייט פון העברה על השבועות איז כשמד ווואס אויף דעם איז יהרוג ועל יעבור. און ווי אויך האבן מיר דאך דעם כלל אז נאר אויף די דריי עבירות איז די פסק אז יהרוג ועל יעבור, משא''כ בכל התורה כולה איז יעבור ועל יהרוג איז מה נשתנה השבועות.

אין סימן ע''ז איז די רבי מבאר אז די סיבה פארוואס די מהר''ל שרייבט אז די שלש שבועות איז ביהרוג ועל יעבור, איז וויבאלד דאס איז א כפירה און כפירה איז ביהרוג ועל יעבור. שפעטער אין סימן ע''ח מיטשעט זיך די רבי פארוואס מען דארף בכלל האבן די שבועות, אויב איז עס ממילא א כפירה גמורה. און די רבי שרייבט דארט אז דאס איז אלץ די חומר העונש פון אני מתיר ר''ל.

למעשה ווען מען קוקט אריין אין מהר''ל אין נצח ישראל זעהט מען אז דער מהר''ל זאגט אינגאנצען עפעס אנדערש, און האט נישט קיין שייכות צו דאס וואס די רבי זעהט פון זיינע ווערטער. און באמת אז די רבי אליינס מערקט דאס שוין אן בין הדברים אין סימן ל''ג.


דער מהר''ל איז מסביר דארט כדרכו בקודש אז די סיבה פארוואס דער אויבערשטער האט געדארפט משביע זיין כלל ישראל מיט די שלש שבועות איז וויבאלד אין די טבע הבריאה איז נישטא אזא זאך אז אידישע קינדער זאלן זיין אין גלות. און דערפאר האט דער אויבערשטער געדאפרט משביע זיין א גלות.
דער מהר''ל איז מבאר די פארשינדענע שבועות אין וואס חז''ל קריגען זיך דארט ארום, און וואס יעדער לייגט צו מער פונעם פאריגען.

1) דאס וואס ר' אלעזר זאגט אז השביעם בשמים וארץ. וואס דאס איז א שבועה לגלות בדרך הטבע.
2) איז די שיטה פון ר' יהודה בר סימון וואס ער זאגט השביעם באבות. און דאס מיינט אז אפי' שלא כדרך הטבע פונקט ווי די אבות הקדושים האבן געדינט דעם אויבערשטען קעגן די טבע. און ווי די מהר''ל איז מבאר איז נישטא קיין גלות אויב איז נישטא קיין שבועה אויף שלא כטבע.
3) די שבועה פון ר' חנינא און דאס איז השביעם במילה. דאס מיינט אז די גלות זאל זיין אפי' אויף אן אופן וואס די אומות העולם וועלן פארגיסען אידיש בלוט זאל די גלות זיין פונקט ווי די מצות מילה וואס פארגיסט בלוט.
4) איז די שבועה פון די רבנן אז השביעם בדורו של שמד. דאס מיינט אז די גלות זאל זיין אפי' אויב מען וועט הרג'ענען און פייניגען מיט יסוריים ועניום קשים זאל אויך די גלות זיין גלות.

קיין ווארט זאגט נישט די מהר''ל אז אויב וועלן די אומות העולם צווינגען דאס אידישע פאלק צו עובר זיין אויף די שבועות איז דאס ביהרוג ועל יעבור. בסך הכל זאגט ער אז די גזירות הגלות איז אפי' ווען גוים הרג'ענען אידן מיט מיתות משונות ר''ל, דארף די גלות ווייטער אנגיין. עס איז אבער נישט אויסגעשלאסען מדברי מהר''ל אז אויב זאלן די אומות העולם בכפיה הייסען די אידן גיין אויף א''י איז דאס אויך יעבור ועל יהרוג כשאר המצות לאפוקי פון די שלש החמורות.

דארף מען פארשטיין צוויי זאכן. 1) וואו האט די רבי געזעהן בדברי מהר''ל אז די שלש שבועות איז ביהרוג ועל יעבור. 2) וואו האט די רבי געזעהן אז די איסור שלש שבועות איז א כפירה בתורה.

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 9:48 pm
דורך הכנה דרבה
זייער שיין, א דאנק פאר'ן אהערברענגען. איך האב מיך טאקע אלץ געוואונדערט אויף דעם מהר"ל ווייל נאך אלעם איז עס גאר א מאדנע געדאנק אפילו אויב ס'זאל זיין אמת. איך האב מיך טאקע אמאל גענומען דורצוטון דעם ויואל משה אבער איך האב מיך אפגעשטעלט נאך צוויי בלעטער איינזעהענדיג מיט וועם איך האנדל און צו דעם מהר"ל בין איך קיינמאל נישט אנגעקומען.

יוי, איך געדענק עס נאך ווי היינט. ס'געוועהן ווען די גליון קדושת ציון האט אנגעפאנגען ארויסצוקומען און איך האב באשלאסן אז מ'גייט דורכטוהן די סוגיא איינמאל פאר אלעמאל. איך בין געוועהן א מירער בחור און ביינאכט פלעג איך אין יענע תקופה לערנען אין שטיבלאך בית ישראל אויבן, האב איך איין נאכט זיך אוועקגעזעצט און אנגעפאנגען מאמר יישוב ארץ ישראל וואו דער רבי ברענגט דארט די גמרא אין גיטין, איך האב נאכגעקוקט די גמרא און ראשונים, דאכצעכמער אז ס'דא א תוספתא דארט אויך. בקיצור, פון די סוגיא איז אויסגעקומען פונקט פארקערט ווי דעם רבינ'ס מסקנא, איך האב נישט געוואוסט וואס צו טוהן מיט זיך, כ'בין איבערגעגאנגען איינמאל און נאכאמאל, פרובירט צו קוועטשן אהער און אהין, נאכגעקוקט אלע מיני מפרשים צו זעהן צו אפשר האט נאך איינער אזוי פארשטאנען און איז זיך בעסער מסביר, און פארשטייט זיך אז ווי מער איך האב געקוועטשט אלץ זיכערער בין איך געווארן אז כי ניים ושכיב רב אמר להא שמעתתא. מיטאמאל רוקט זיך אן מיין קאזין אויך א שטיקל יודע ספר און איך זאג איהם איבער די גאנצע סוגיא און איך פרעג איהם פשט, ער איז פשוט אויפגעציטערט געווארן און געזאגט אז ס'קען נישט זיין, האב איך איהם געזאגט אדרבה קוק אליין אריין, אבער ער האט זיך געיאגט צו מנחה צו וואו אבער איין זאך איז ער זיכער געוועהן אז ס'קען נישט זיין אז דער רבי האט געמאכט א טעות. בכל אופן, זייט דעמאלטס האב איך מער צו דעם ספר נישט צוגערירט, מיט די צייט בין איך געווארן ממש א פלאמפייערדיגער ציוני און ס'האט אנגעהאלטן אזוי לאנג ווי מיין חרדישע אמונה האט אנגעהאלטן. איי, געשמאקע צייטן געוועהן.

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 10:19 pm
דורך יאסל ראקאווער
איך פארשטיין נישט ווי אזוי ס'קען זיין א געצוויגענע מרידה באומות דורך די אומות? ס'איז א oxymoron. ס'איז אזוי ווי איינער וועט זאגן אז מ'טאר זיין קיין מחוצף צו א טאטע אפילו אויב צווינגט ער דיך צו זיין א מחוצף. 1) אז ער צווינגט דיר איז עס נישט קיין חוצפה (אפשר מראית עין פון חוצפה) 2) אז די פאלגסט אים נישט ביזטו דעמאלט א מחוצף!!

אז די אומות צווינגט דיר צו נעמען די לאנד איז דאס נישט נעמען א מרידה באומות און די יא נעמען נישט קיין מרידה.

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2024 12:44 am
דורך געדאנקן
יאסל ראקאווער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 10:19 pm איך פארשטיין נישט ווי אזוי ס'קען זיין א געצוויגענע מרידה באומות דורך די אומות? ס'איז א oxymoron. ס'איז אזוי ווי איינער וועט זאגן אז מ'טאר זיין קיין מחוצף צו א טאטע אפילו אויב צווינגט ער דיך צו זיין א מחוצף. 1) אז ער צווינגט דיר איז עס נישט קיין חוצפה (אפשר מראית עין פון חוצפה) 2) אז די פאלגסט אים נישט ביזטו דעמאלט א מחוצף!!

אז די אומות צווינגט דיר צו נעמען די לאנד איז דאס נישט נעמען א מרידה באומות און די יא נעמען נישט קיין מרידה.
א מרידה באומות מיינט די אומות וואס וואוינען אויף יענע מקום, און זיי האבן דאך נישט מסכים געווען.

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2024 1:26 am
דורך berlbalaguleh
געדאנקן: צא ולמד. ביטע גיי לערן א ביסל (אמת'ע) היסטארי.

די "אומה" די אזוי-גערופענע פאלעסטינער וועלכע האבן געוואוינט אין ארץ ישראל זענען רובם ככולם אימיגראנטן וואס די אטאמאנישע טערקישע רעגירונג און די בריטישע מאנדאט רעגירונג האט אריינגעברענגט קיין ארץ ישראל. א גרויסער טייל זענען געקומען פון עגיפטן. דער הויפט מחותן פון דעם פאלעסטינער קאמף אקעגן די אידן אין ארץ ישראל יאסיר אראפאט איז געבוירן אין עגיפטן. אנדערע אזוי-גערופענע פאלעסטינער זענען געקומען פון סיריע און איראק. א טייל זענען געקומען פון טשערקאסיע. אין מזרח אייראפע.

ס'איז קיינמאל נישט געווען א פאלק פאלעסטינער וואס האבן געוואוינט אין ארץ ישראל.

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2024 6:54 am
דורך יאסל ראקאווער
געדאנקן האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 12:44 am
יאסל ראקאווער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 10:19 pm איך פארשטיין נישט ווי אזוי ס'קען זיין א געצוויגענע מרידה באומות דורך די אומות? ס'איז א oxymoron. ס'איז אזוי ווי איינער וועט זאגן אז מ'טאר זיין קיין מחוצף צו א טאטע אפילו אויב צווינגט ער דיך צו זיין א מחוצף. 1) אז ער צווינגט דיר איז עס נישט קיין חוצפה (אפשר מראית עין פון חוצפה) 2) אז די פאלגסט אים נישט ביזטו דעמאלט א מחוצף!!

אז די אומות צווינגט דיר צו נעמען די לאנד איז דאס נישט נעמען א מרידה באומות און די יא נעמען נישט קיין מרידה.


א מרידה באומות מיינט די אומות וואס וואוינען אויף יענע מקום, און זיי האבן דאך נישט מסכים געווען.
יא אבער וויאזוי ארבייט די יהרג ואל יעבור?

אויב אונגארן האלט מלחמה מיט פאלעסטינע און זיי שיקן א מיליאן אונגארישע קיין ארץ ישראל צו פייטן פאר זיי. טאר א איד, א אונגארישע בירגער! נישט מלחמה האלטן פאר זיי? איז דאס די איסור? ער מוז זיך לאזן הרג'נען אין אונגארן נישט צו נעמען א חלק אין די מלחמה? ער מוז מורד זיין באומה פון אונגארן און נישט א טייל נעמען אין זייער מלחמה אנטקעגען פאלעסטינע? די שבועה איז אויף די לאקאלע אומה דווקא?

חוץ וואס איז נישט דא קיין מציאות פון ווערן געצווינגען צו "מורד זיין" ווייל מרידה מיינט איך בין מורד נישט איינער נוצט מיין גוף מורד צו זיין. איז אויך דא די נקודה, ווי berlbalaguleh@ שרייבט שוין, די פאלעסטינע זענען נישט בגדר אומה נאר א לאקאלע מאפיא מיט חוקי סדום. נישט פון די אומה האט די תורה אונז משביע געווען. נישט מעגליך אזא געדאנק אז יעדע פאר באנדיטן קענען צוריק האלטן אונזער גאולה אפילו ווען אלע פעלקער האבן שוין מסכים געווען. ענגלאנד האט אונז דאס געגעבן. וואס? אפאר שבטישע באנדיטן זענען צורר עלינו ? פארדעם זענען דא די שומרים די צבא הגנה לישראל וואס האלטן מלחמות מצווה אונז צו האלטן safe and secured. (יא, זייט די מדינה שטייט זענען אלע זייערע אקטיוויטעטן נאר פאר הגנה נישט פאר מלחמות רשות. אפילו מלחמות ששת הימים איז אויך געווען להגנה)

אגב, איך האב אַ שטיקל ראיה צו @berlbalaguleh פון יום טוב ערליך, ער ברענגט נישט די פאלעסטינע אלץ אַ פאלק וואס גאט האט גע'אפערט די תורה פאר עס געבן פאר די אידן..

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2024 11:33 am
דורך סקעפטיקער
יאסל ראקאווער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 10:19 pm איך פארשטיין נישט ווי אזוי ס'קען זיין א געצוויגענע מרידה באומות דורך די אומות? ס'איז א oxymoron. ס'איז אזוי ווי איינער וועט זאגן אז מ'טאר זיין קיין מחוצף צו א טאטע אפילו אויב צווינגט ער דיך צו זיין א מחוצף. 1) אז ער צווינגט דיר איז עס נישט קיין חוצפה (אפשר מראית עין פון חוצפה) 2) אז די פאלגסט אים נישט ביזטו דעמאלט א מחוצף!!

אז די אומות צווינגט דיר צו נעמען די לאנד איז דאס נישט נעמען א מרידה באומות און די יא נעמען נישט קיין מרידה.
מ'רעדט פון דחיקת הקץ, נישט מרידה באומות