בלאט 23 פון 37
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 4:44 pm
דורך געוואלדיג
דער בחור אליין איז אפשר נארמאל געווארן אין תפיסה און אפשר נישט, אבער די אלע תמימות'דיגע בחורים'לעך וואס ליינען די עד און זעהען ווי אזוי עס טייטשט זיך לקדש שם שמים זיי זענען זיכער א בכיה לדורות, א"מ חמול על עוללינו וכו'.
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 4:46 pm
דורך מנשה לוסטיג
הם אמרו פן ירבה ואנו אומרים כן ירבו
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 6:38 pm
דורך קאצקע ציקער
מנשה צו הער (ליין) איך גיט? שטאלצירסטו טאקע מיט שאולי אקט?
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 6:44 pm
דורך מנשה לוסטיג
האסטו א ספק דערין, צו ווייסטו נישט פון דעם אז איך שטיי עהם צו די רעכטע האנט?
און אויב ווילסטו וויסן פארוואס, וועסטו מיר אויסהערן, און גלייבן וואס איך ווייס ממקור ראשון, דאן וועסטו גוט פארשטיין, 'אויב דיין קאפ איז נישט פארדרייעט מיט פרעמדע ווינטן, פארוואס איך האלט, אז דידן נצח.
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 7:00 pm
דורך קאסטנער
מנשה לוסטיג האט געשריבן:, פארוואס איך האלט, אז דידן נצח.
זייער פשוט פארוואס, ער איז שוין אנגעקימען צי די לעצטע סטאפ ווי אלע סקווירא קימען אן- אין תפיסה....
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 7:16 pm
דורך מנשה לוסטיג
ער וועט ארויסקומען איין טאג, און די אפעראציע איז וועל דאן געלונגען, דער דבר אחר און זיין קליקע האבן אפגעקראכן פונעם שטח, ושלום על ישראל.
יעדע אפעראציע קאסט אביסל, אבער די ווארצל דארף מען מעביר זיין, און ברוך השם מ'הערט נישט קיין מוק פון די שמוציגע.. קיין פיפס הערט מען נישט זינט דאן
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 7:38 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
מנשה
האסט שוין איבער געצויגן דער שטריק ווען די רעדסט אזוינע שטותים
איך ריף מיר געווענליך נישט אן איך פארשטיי באופן עיקרוני ביידע צדדים
אבער אזוי צו זאגן עד כאן..................
טרייבסט איבער....
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 7:46 pm
דורך חקרן
ער טרייבט גארנישט איבער, ער ברענגט ארויס א גוטע נקודה, אפשר אביסל צו שארף געשריבן.
ער זאגט סך-הכל, אז למעשה האט מען אזוי ארויסדערזען ראטנבערג און זיינע חברים פון שטעטל, און דאס האט זיך געלוינט, אפילו פארן פרייז פון א בחור וואס זאל גיין זיצן אין תפיסה.
נישט אז איך האלט מיט מנשה, נאר דאס איז וואס ער זאגט, ער ברענגט עס נאר ארויס אביסל צו שארף, דערפאר פארשטייט מען נישט וואס ער זאגט.
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 8:05 pm
דורך אפטעמיסט
מנשה, כ'האף אז מיין סארקאזם דיטעקטאר איז צעבראכן.
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 8:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זייער פיין אז מ'זעט פרצופם האמיתי פון די חברה וואס 'זייער קעפ איז נאך נישט פארדרייט פון פרעמדע רוחות'.
פרעמד מיינט תורה ומצוות מיט מענטשליכקייט און דרך ארץ.
טאמער דער שפיצער האט נישט געלערנט לקח אין טורמע, האב איך טאקע קיין רחמנות אויף איהם. ווי דער מדרש זאגט 'קשה יום, הרי מחתרת חתורה לפניך איך לא נמלטת על נפשך?'
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 9:17 pm
דורך מפוזרי
איך פארשטיי אז מיט "מגדולי מקדשי ה' '' מיינען זיי דאס וואס ער האט זיך גלייך דערקלערט שולדיג אין אלע'ם, כדי מ'זאל נישט קענען רופן דעם רבי'ן אין קארט. נישט דעם עצם מעשה שריפה.
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 10:51 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 11:29 pm
דורך [NAMELESS]
דא על כל פנים באשרייבן זיי נישט לשבח ולתהלה די מעשה רציחה זיינעם, א דרגה ווייניגער ווי דער מזל טוב אינעם "בחצר בקודש" זייערע. ס'איז אבער נאך אלץ זייער שמוציג צו נעמען א רוצח און מאכן פאר א גאנצע הירא ווען יעדער איינער ווייסט אז זיין גדלות באשטייט פון זיין עבר האלטענדיג דעם חשוב'ען פאסטן פון תליין החצר.
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 11:47 pm
דורך משולם שטיינפעלד
די באריכט איז אויך אינעם בחצר הקודש
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:22 am
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:23 am
דורך מבקר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זייער פיין אז מ'זעט פרצופם האמיתי פון די חברה וואס 'זייער קעפ איז נאך נישט פארדרייט פון פרעמדע רוחות'.
פרעמד מיינט תורה ומצוות מיט מענטשליכקייט און דרך ארץ.
טאמער דער שפיצער האט נישט געלערנט לקח אין טורמע, האב איך טאקע קיין רחמנות אויף איהם. ווי דער מדרש זאגט 'קשה יום, הרי מחתרת חתורה לפניך איך לא נמלטת על נפשך?'
פארוואס העלפסטו מנשה פארקויפן זיינע שטותים? די גלייבסט יעדע פיפס פון זיין פענע?
ווער ס׳איז אפילו נאר איינמאל געווען באזוכן דעם בחור אין תפיסה ווייסט אז ער איז שוין לאנג נישט אינטערעסירט און גיהאד, קנאות, וכו׳.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:30 am
דורך [NAMELESS]
אז דאס קומט אן צו פעילד מסייע אדער איינער פון די אנדערע שקצים וועט עס אים זיין א קליינע הילף ארויס צו קומען פריער.
נאר וואס דען די זעלבע שקצים וואס איז נישט אנגעגאנגן אז ער גייט זיצן, און האבן אים קלאר געווארפן אונטער די באס, זיי האבן געקענט מונע זיין תפיסה זיבן יאר, סאיז געוועהן א דיעל אויפן טיש נאר סהאט נישט געפאסט פאר די שקצים אז די רבי זאל רעדן וואס מ׳האט געבעטן ער זאל זאגן, פאר די זעלבע גייט יעצט אויך נישט אן קיין כי הוא זה אז מגייט דארפן ווייזן פאר א ריכטער אז ער האט זיך שוין געלערנט א לעססאן, אזאנע פירסומים אויב ס׳קומט אן צו די ריכטער וועט עס זיין א קלארע שטער אים ארויס צו זעהן פריער
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:50 am
דורך שטילע אינגערמאן
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אויב איינער האט א ספדוואס שאולי האלט היינט, זאל ער זיך מטריח זיין, אן עהם גיין באזוכן, און אלע וועט איר הערן יקליפ און קלאר אז ער איז א שטאלץ פאר סקווירא.
נאך אביסל, הפענטליך נאך שנעלער, וועט ער ארויסקומען, און ס'וועט נאך זיין בעסער פון בעסער, ער האט געמאכט א גוד דזשאב, און די איבריגע סוררים זענען נעלם, און די פארבליבענע שטיל און פארשטעקט אין זייערע זויער לעכער.
איין זאך שטייט נישט אין 'בחצר', גיי ווייס פארוואס. אז ס'געווען א הוק'אפ פון תפיסה, ווי ער האט גערעדט צו זיינע חברים און אלע אמת'ע חסידים, זיך צו האלטן פעסט און זיך נישט שרעקן פון די ערב רב וואס זענען פארהאנען בכל דור ודור.
מנשה כהאב קיינמאל נישט פארשטאנען פאאוואס די האלסט זיך פאר א לץ, פאר א בדחן. יעצט אבער איז געווען די ערשטע מאל כהאב געלאכט פון דיינע ווערטער,
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 4:40 am
דורך בשםואין
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אויב איינער האט א ספק וואס שאולי האלט היינט, זאל ער זיך מטריח זיין, אן עהם גיין באזוכן, און אלע וועט איר הערן קליפ און קלאר אז ער איז א שטאלץ פאר סקווירא.
נאך אביסל, הפענטליך נאך שנעלער, וועט ער ארויסקומען, און ס'וועט נאך זיין בעסער פון בעסער, ער האט געמאכט א גוד דזשאב, און די איבריגע סוררים זענען נעלם, און די פארבליבענע שטיל און פארשטעקט אין זייערע זויער לעכער.
איין זאך שטייט נישט אין 'בחצר', גיי ווייס פארוואס. אז ס'געווען א הוק'אפ פון תפיסה, ווי ער האט גערעדט צו זיינע חברים און אלע אמת'ע חסידים, זיך צו האלטן פעסט און זיך נישט שרעקן פון די ערב רב וואס זענען פארהאנען בכל דור ודור.
גערעדט דורך א הוק-אפ? פארוואס?
ער איז למעשה געגאנגן זיצן אין טורמע?
מנשה'לע דו האסט דאך געשריגען אז עצת השם היא תקום, שפיצער וועטט נישט זיצן און ראטענבערג וועט נישט מוציא שנתו זיין.
קוקט אויס אז נישט אלעמאל ווייסטו וואס דו רעדסט...
ווען איך זעה דיינע נארישע געשרייבעכצער פיל מיט רשעות און עקסטרעמע פאנאטישקייט דערמאנסטו מיך פון די אידישע קאפאוס וועלכע האבן געפייניגט זייערע אייגענע ברודער און שוועסטער כדי צו געפעלן פארן דייטש צו ראטעווען זייער אייגענע הויט פון די קרעמטאריומס, די גלייבסט נישט פאר א סעקונדע די ווערטער וואס די פרעדיגסט דא אויפן פארום, דאס איז איינע פון דיינע כאראקטערס וואס די שפילסט כדי זיך צו ראטעווען פון די בלוטיגע נעגל פון די ניו סקווירא קאמיוניסטישע רעזשים.
די באהערדע דארט אין ניו סקווער זענען זייער נישט צופרידן פון דיינע התנהגות, ספעציעל נאכן טאנצן מיט שאפינג בעגס ביים משמח זיין א צובראכענע נשמה... וד"ל
דיינע סידי'ס זענען פארבאטן צו ווערן פארקויפט אינערהאלב די גרעניצן פונעם העיליגען שטעטל, די מיינסט אז מיטן קושן אחוריים דא אויפן פארום וועלן זיי דיך צורו לאזן...
ווארט נאר ווארט, ס'וועט קומען א טאג וואס זיי וועלן דיך אויך אונטערברענגן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:15 am
דורך [NAMELESS]
איין טאג וועסטו נאך זיין פון די נשרפים
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 6:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מבקר, דאס אז ער איז נישט אינטרעסירט אין דזשיהאד איז נישט דער ישועה. פונ'ם זיין אין תפיסה האט ער געדארפט לערנען אז ס'איז דא א סאך מענטשען אין דער וועלט, און ס'קען נישט אזוי אנגייען אז איש כל הישר בעיניו יעשה. דאס נוצען דער כח האגרוף און אז דער מטרה פארהייליגט אלע מיטלען איז אין קעגענזאץ צו לעבען אין דער וועלט. מ'זוכט נישט אז ער זאל דארט לערנען וואס פארא באשעפעניש זיין רעבע איז. פאר דעם דארף ער דורכגייען א קירוב פראגרא''ם. אבער קנאות איז נישט געווען דער פראבלעם.
און לגבי דער גוף הענין. נאכ'ן אביסל לערנען דער סוגיא. טאמער א. דער תקנה וואלט געווען געמאכט בהסכמת כל אנשי העיר (נישט רוב און נישט נאר דער רעבע), ב. א ב''ד געוועלט פונ'ם שטאט אדער באי כחם וואלט געפסקנ'ט אז ס'קומט חא''ר אזא עונש, און ג. זיי וואלטען פעסט געשטאנען אונטער די פסק, וואלט אפשר געווען אויסגעהאלטען דער מעשה. נאר ווייל מ'האט עס געטוהן באופן טעמפע''ר טאנטרו''ם נישט אויסגעהאלטענעהייט, איז דאס אזוי געפערליך. און טאקע דער לקח דארף ער לערנען אין תפיסה.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:06 am
דורך מבקר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מבקר, דאס אז ער איז נישט אינטרעסירט אין דזשיהאד איז נישט דער ישועה. פונ'ם זיין אין תפיסה האט ער געדארפט לערנען אז ס'איז דא א סאך מענטשען אין דער וועלט, און ס'קען נישט אזוי אנגייען אז איש כל הישר בעיניו יעשה. דאס נוצען דער כח האגרוף און אז דער מטרה פארהייליגט אלע מיטלען איז אין קעגענזאץ צו לעבען אין דער וועלט. מ'זוכט נישט אז ער זאל דארט לערנען וואס פארא באשעפעניש זיין רעבע איז. פאר דעם דארף ער דורכגייען א קירוב פראגרא''ם. אבער קנאות איז נישט געווען דער פראבלעם.
די טייטש פון קנאות איז פונקטליך דאס וואס דו זאגסט אז ער'ט זיך געדארפט אויסלערנען.
קען זיין דו האסט אויפגעוועקט דיין בודאפעסטע אפשטאם, און זיך פארדעם צומישט צוויישן קנאות און אנטי מדינת ישראל, אבער און די ליטווישע וועלט איז דאס זיכער צוויי דינים

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:56 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קנאות מיינט עקסטרעם. אז ער וויל האלטען אז דער סקווערער קוגעל טיילער המכונה האדמו''ר איז גאט'ס רעכטע האנט, זאל ער גלויבען,הגם ס'איז עקסטרעם. ער מוז אבער וויסען אז א צווייטע איז פונקט אזא מענטש ווי איהם, און ער מעג האלטען אנדעריש. דער טעות פון די וואס פאסטען היינט מיט ויחל איז עקסטרעמיזם, נישט דער נישט קענען לעבען מיט א צווייטען. קאפיש?