בלאט 23 פון 43

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2016 6:00 pm
דורך פליקער
בן אדם האט געשריבן:.

די קינה איז שקר און פוסטע דעמעגאגיע, איך האלט ווי די מאן דאמר אז עס איז יא א גיטע זאך.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 13, 2016 11:01 pm
דורך וואלווי
פליקער האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:.

די קינה איז שקר און פוסטע דעמעגאגיע, איך האלט ווי די מאן דאמר אז עס איז יא א גיטע זאך.

ועל כולם דער באבובער רב אויף וועם דער קונן פאר רופט זיך איז געווען היבש א קלוגער מנהיג און וואלט ממאס געווען אין די גאנצע זאך, אדער עכ"פ אנדערש געהאנדעלט.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 13, 2016 11:28 pm
דורך ליפא
נאך פאר על גאור איז געבוירן האט שוין סאטמאר געהאט אינטערנאט, זאגאר פאר בחורים

rps20160813_232643.jpg

rps20160813_232624.jpg

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2016 2:15 am
דורך יהושע חיים
ושניהם לדבר אחד מוכשר וד"ל

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:12 am
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז דאס לעצטיגע משוגעת מיט א.ג. 'שומרים' קארטלעך וואס מען טיילט פאר די יונגווארג?

@רימון אלערט
#שוין צייט צו שליסן שומרים

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=31296

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 7:34 am
דורך פליקער
שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז דאס לעצטיגע משוגעת מיט א.ג. 'שומרים' קארטלעך וואס מען טיילט פאר די יונגווארג?

@רימון אלערט
#שוין צייט צו שליסן שומרים

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=31296

שמעקי טייערע פארוואס האסטו געלינקט אהין, איך האב געליינט אין ס'בליט איז מיר פארגאסן געווארן, כמעט שלא פרצא נשמתי, די האיך מעשרין שאלה, און די רשעותדיגע תירוצים, און אלעס אויף אייוועלט, פארשטייט זיך פאר פרנסה, נאר קדשב''ה קען אויסהיטן זיין שכינתיה

Sent from my VS987 using Tapatalk

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 8:15 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיין ווערטער ממש. איך האב געמיינט איך האב שוין געזען שאול תחתית, קומט א פרשת לך לך אין אייוועלט און ווייזט וואס מיינט דאס מעמיקין לו גיהנם, אז דער שאול תחתית איז נאך טיפער ווי געראכטען מיט אזא עקעלדיגע מיינונג

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 8:24 am
דורך mevakesh
איך פלעג אמאל האלטן אזוי ווי רוב דא אז די מלחמה איז א נערישער און עס וועט ממילא נישט מצליח זיין אבער איך האב איינגעזעהן אז איך האב מיר ביטער גענערט
יעדער נער ווילאנג ער ציהט אויף רעכטס איז ער הייליג און אנגענומען אויב ציהסטו אביסעל אויף לינקס מעגסטו זיין קליג ווי קורח און פרום ווי טאשער רבי וועסטו נישט זיין לעגיטים
איך געדענק פאר די כינוס כלל ישראל האב איך געשמועסט מיט א חשובער רב א היבש גראדער מענטש ער האט געברענט פאר אויפרעגעניש וואס מען טוט מיט אונז
מיט די צייט האט ער געזעהן ווי דער ווינט בלאזט און ער האט אנגעהויבען זינגען אנדערש
היינט האלט ער פייערדיגע דרשות פאר אלע סארט פרומע תקנות
איך האב נישט קיין טענות אויף איהם ער האט אוודאי פארשטענען אז אנדערש האט ער נישט קיין עתיד אבער דער רחמנות איז אויף אונז

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 11:27 am
דורך שמעקעדיג
דער איד

.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:51 pm
דורך ביבער
פארפירערישע העדליין, ווי צו ווארענען די בהמות כאילו דער גאווערמענט שטייט אונטער און שטיצט די מוסדות מיט די תקנות און דערוואגן זאל זיך איינער צו קעגנשטעלן ווארום ער שלאגט זיך מיט די פעדעראל גאווערמענט. אבער דער אמת איז אז דער פסק האט דא גארנישט מחדש געווען, אז א רעליגיע זאל קענען ענפארסן סיי וועלכע תקנה אויף זייער אייגענע פראפערטי (ווילאנג ס'ווייאלעיט נישט יומען רייטס) איז דא אסאך שטערעקערע פסקים ווי דעם. דער פסק זאגט גארנישט איבער תקנות פון א מוסד אויף דעם תלמיד'ס אייגענע שטוב אדער איבעריגע משפחה מיטגלידער וואס דאס איז דער עיקר וואס אונזערע מוסדות טוען.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:14 pm
דורך פרייוויליג
נשתוממתי אז מען האט אנגעהויבן צו שעלטן אידישע קינדער, איבערהויפט מען פארקויפט שקרים אין נאמען פון גדולי ישראל.

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:32 pm
דורך mevakesh
פארוואס ביסטו איבערצייגט אז עס איז שקר?
אה זעהט אויס האסט נאך מער אמונת חכמים ווי מיר

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:54 pm
דורך פרייוויליג
עס איז לא יאומן אז א גדול ומרביץ תורה זאל שעלטן א איד.

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:58 pm
דורך mevakesh
אויף ר' חיים וועט מיר כמעט גארנישט זיין א חידוש

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 9:02 am
דורך [NAMELESS]
אסור להאמין

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 9:58 pm
דורך מור וקציעה
שלט בבית הגר"ח קנייבסקי: אין כניסה עם אייפון
בימים האחרונים פורסמה מודעה בכניסה לביתו של הגר"ח קנייבסקי עם הוראה ברורה על כך שאין כניסה לבית הרב עם "אייפון טמא ודומיו"
משה ויסברג יום שלישי ג' אלול תשע"ו 21:25 06/09/2016
בילד

השלט בפתח ביתו של הגר השלט בפתח ביתו של הגר"ח קנייבסקי
בימים האחרונים נתלו בהוראתו הישירה של שר התורה הגר"ח קנייבסקי הוצבו בכל הכניסות לביתו ברחוב רשב"ם 23 בבני ברק שלטים האוסרים באיסור חמור להכנס לביתו עם מכשיר טרף, אף כשהוא מונח בכיס, בנוסח שנמסר בהוראתו הברורה של הגר"ח.

בשלטים נכתב: "הודעה בהוראת מרן הרב שליט"א: אסור להכניס לפתח הבית את מכשיר האייפון הטמא ודומיו בשום פנים ואופן ללא יוצא מן הכלל. וכל העובר על זה עובר באיסור גזל ועוד עבירות חמורות. על החתום: בני הבית בהוראת ובקשת מרן רבינו שליט"א".
בילד
בילד
בילד

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:12 am
דורך [NAMELESS]
וויאזוי פונקטליך איז דאס גזל? און וואס איז די עוד עבירות חמורות?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:18 am
דורך [NAMELESS]
בילד

זעהט אויס ווי א נייע טאקטיק פון די טעכנאלאגיע דזשיהאדיסטן צו צילן אויף די וואס דארפן אנקומען צום ציבור לצורך פרנסה.

דאס איז שוין בעצם א אלטע מהלך צו ניצן די פובליק ארבעטער אויף א מערכה וואס דער ברייטער ציבור איז נישט מסכים מיטצוגיין. ר' אהרן ט''ב האט אנגעהויבן זיין מערכה קעגן טעלעפאנס מיט די שוחטים און מלמדים וואס זייער פרנסה איז תלוי אין זיין ווארט, אין כמה קהילות איז די ערשטע ציל געווען די כולל אינגעלייט וואס עיניהם צופיות אויף דעם מאגערען כולל טשעק.

ווען עס גייט נישט די מערכה, מוז מען אויסוועלן די גרינגע צילן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:32 am
דורך חכם עתיק
איז עפעס יעצט געווען וואס האט געטריגערט די צעטל.....

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 6:25 pm
דורך מתושלח
גראדעמעכעלע האט געשריבן: ר' אהרן ט''ב האט אנגעהויבן זיין מערכה קעגן טעלעפאנס מיט די שוחטים און מלמדים וואס זייער פרנסה איז תלוי אין זיין ווארט, אין כמה קהילות איז די ערשטע ציל געווען די כולל אינגעלייט וואס עיניהם צופיות אויף דעם מאגערען כולל טשעק.

ווען עס גייט נישט די מערכה, מוז מען אויסוועלן די גרינגע צילן.


ער האט אנגעהויבען נאך פריער. אנגעהויבען מיט די שארט קאטס און יעצט האלט ער שוין ביי די מעין ראודס.

כלשונו הזהב. והמבין יבין...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:30 am
דורך דריידל
גראדעמעכעלע האט געשריבן:וויאזוי פונקטליך איז דאס גזל? און וואס איז די עוד עבירות חמורות?


קען זיין אז מ'גנב'ט ווייפיי

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 9:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קאוועשטיבעל איז גאר א ברייטע פלאץ, ווי פיהל שיטות ווערען אריינגערעכענט אינ'ם רובריק פון תורה געטריי אידישקייט. אבער דער מינות וכפירה, דער שאנדפולער מסוכנ'דיגע גלויבונג קען מען נישט צולאזען. אלס האט א שיעור. ענדעריש רעדען פון זעלבסטמארד און פשעווארסק, פון עוואלוציע און בייבל קריטיק, אבער דאס קרומקייט, דאס פאסקודנע טראכטונג אז גניבה וגזילה איז אן עבירה, און נישט נאר אן עבירה זאגאר אן 'עבירה חמורה', דאס ברענגט אונטער דאס גאנצע אידישקייט, מענטשליכקייט און קארבאן באזירטע לעבען פארם'קייט.

רבותי, ס'איז אלול. מ'דארף תשובה טוהן!!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 2:56 pm
דורך טרויבן88
בילד

א פראטעסט היינט אין ירושלים אקעגן א סעל סטאר