בלאט 23 פון 29

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 4:42 pm
דורך מנחם ציון
חמלה גדולה האט געשריבן:

https://www.youtube.com/watch?v=E-gmdAP7XEk

איך האב ליטערלי פארלאזט טרערן ביי דער שטיקל אין שינדלער'ס ליסט

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 5:49 am
דורך טאמבל סאס
https://en.wikipedia.org/wiki/C%27est_l ... prov=sfla1
ה' מלך ה' מלך פון גד ובני אלבז

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2021 7:57 am
דורך טאמבל סאס
https://en.wikipedia.org/wiki/Get_Low_% ... prov=sfla1
די פזמון ^
מיט די אינטרו פון חיים שלמה מייעס' מלמעלה ללמטה.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 9:17 am
דורך דערוועקט
מידד טסה - אוי נא לנו

m.youtube.com/watch?v=iTBveYEg0S4

stelios rokkos - emeina edo

m.youtube.com/watch?v=CmjYwgm9nrI

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 2:39 pm
דורך כלבאשבוע
תרומה האט געשריבן:כ'האב יארן צוריק געהערט א ניגון א ווארימע פונעם זינגער 'מענדי וואלד', אויף די הריגה פון רבי חנינא בן תרדיון זצוק''ל ווי מ'פירט עהם צום פייער. ממש א הארציגע ליד.

און דא מאך איך ריסורדזש אויף א ענליכע ניגון וואס כ'האב געפונען, נישט עפעס אנדערש ווי דאס זעלבע מעלאדיע, זינגט עס 'לוזיע ספירידאן' אין א קירכע, מיט'ן נאמען 'די יסורים וועג פון יאשקע' וואס שילדערט ווי מ'פירט עהם צום תלי'...
כ'ווייס נישט צו לאכן צו .....

https://www.youtube.com/watch?v=RZAX0Eg ... hd6_a0QLrU

נאך א זוך, און אט איז די אפציעלע קליפ פונעם ליד. https://www.youtube.com/watch?v=VYbJINxRz6o
[ווער האט עס גענומען פון וועמען? די קריסטן פון מענדי וואלד? חחחח]


OMG, א געפינס!

כהאב שטארק ליב געהאט די ניגון בשעתו, סדערמאנט זכרונות, א באנדע גנבים

דא איז מענדי וואלדס די קדושה לעבט
https://www.youtube.com/watch?v=XOSpiK4wjT4

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 3:22 pm
דורך כלבאשבוע
תרומה האט געשריבן:כ'האב יארן צוריק געהערט א ניגון א ווארימע פונעם זינגער 'מענדי וואלד', אויף די הריגה פון רבי חנינא בן תרדיון זצוק''ל ווי מ'פירט עהם צום פייער. ממש א הארציגע ליד.

און דא מאך איך ריסורדזש אויף א ענליכע ניגון וואס כ'האב געפונען, נישט עפעס אנדערש ווי דאס זעלבע מעלאדיע, זינגט עס 'לוזיע ספירידאן' אין א קירכע, מיט'ן נאמען 'די יסורים וועג פון יאשקע' וואס שילדערט ווי מ'פירט עהם צום תלי'...
כ'ווייס נישט צו לאכן צו .....

https://www.youtube.com/watch?v=RZAX0Eg ... hd6_a0QLrU

נאך א זוך, און אט איז די אפציעלע קליפ פונעם ליד. https://www.youtube.com/watch?v=VYbJINxRz6o
[ווער האט עס גענומען פון וועמען? די קריסטן פון מענדי וואלד? חחחח]


[tag]תרומה[/tag], דא איז מען שוין מעורר דערוועגן
https://www.theyeshivaworld.com/coffeer ... m-aleichem

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 1:49 am
דורך תוהו ובוהו
ווייסט אפשר איינער דעם מקור צום פאפאלערן 'סימן טוב ומזל טוב'??

https://m.youtube.com/watch?v=yhIlVLyjEhQ

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 5:27 am
דורך berlbalaguleh
תוהו ובוהו: ס'איז זייער שווער אנצווייזן אויף סיי וועלכן ספעציפישן ניגון פון וואו ס'שטאמט. און ווער ס'האט עס גענומען פון וועם. אבער בכלליות קענמען זאגן אז זייער א סאך אידישע, לעבעדיגע ניגונים זענען זייער שטארק ענליך צו דעם זשאנער וואס רופט זיך ..."ציגיינער מוזיק"... געזונגען דורך די רומענישע און אונגארישע ציגיינער. נאר מ'קען נישט וויסן. אין פארלויף פון הונדערטער יארן ווער ס'האט עס גענומען פון וועם. ס'גייט ביידע וועגן. למשל היינט זענען דא גויים וועלכע האבן זיך אויסגעלערנט צו זינגען פאפולערע אידישע ניגונים. זיי זינגען עס זייער גוט. אפילו קאך ארבעטערס פון ספאנישן און קאריבעאנער אדער אפריקנער אפשטאם. ווייל זיי הערן אט די ניגונים אזויפיהל מאל האבן זיך גוט אויסגעלערנט. ווען זיי זאללן וועללן שפילן אין אן ארקעסטרא וואלט מען געקענט זאגן אז דאס זענען גוי'אישע ניגונים. אבער אין פאקט האבן זיי דאס גענומען פון אידן...!

ביי אונז אידן איז דא א חולשה (קאמפלעקס) אז אלע אונזערע ניגונים זענען געגנב'עט פון די גויים. און אלע קלוגע מאמרים. אפילו פון חז"ל אדער תורה שבכתב איז געגנב'עט פון די גויים. פארוואס זאלל דאס אזוי זיין...?!

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 1:33 am
דורך קויפער
דער באקאנטער שבת׳דיגער ניגון ״שבענו מטובך״ וואס איז מיוחס צו ר׳ נחמן מברסלב, פארמאגט א שיינע תנועה אן ווערטער וואס מען זינגט איידער די הויעכע פאל פון ״והנחילינו ד׳ אלוקיך״, אט די תנועה ערשיינט כמעט אקוראט אויף אן אלטען אידיש לידל מיט׳ן נאמען ״קינדערלעך געווען״.
עס איז שטארק מעגליך אז דער שבענו ניגון איז געווען פאפולער און ווייט פארשפרייט, ממילא ערשיינט עס אויפ׳ן אידישען לידל אלץ נאסטאלאגיע, עס קען אויך זיין פארקערט.

אפשר קענען די מוזיק היסטאריקער בתוככי קאווע שטיבל, פותר זיין די שאלה.

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 5:07 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז דא צווייטע זאך וואס באדערט מיך.

א יעדער איז באקאנט מיט דעם זיסן, באחנ'טן ניגון...." א סוכהלע א קליינע, פון ברעטעלעך געמיינע...האביך מיר א סוכהל'ע געמאכט"...!

זענען געקומען מענטשן, וועלכע זענען פראדוקטן פון דעם היינטיגן חינוך הקלוקל. אשר לא קראו ולא שנו. און זיי וויללן זיין ..."פאליטיקלי קארעקט"... לויט די היינטיגע פארדרייטע אזויגערופענע חסיד'ישע אדער חרד'ישע סטענדערדס. און זיי האבן עס געוואלט ..."אויסרייניגן"... האבן זיי אויפגעטוישט דאס ווארט ..."געמיינע"...מיט דעם ווארט..."שיינע"...!

אלס רעזולטאט האט דער זיסער, באחנ'טער, נאסטאלגישער לידל פארלוירן 90% פון זיין חן...! זיי. די איגנאראנטן הייבן נישט אן צו וויסן וואס די מיינונג אין אמאליגן פוילן און רוסלאנד איז געווען פון דעם ווארט ..."געמיין" . זיי מיינען אז דאס האט א נעגאטיווע מיין. און זיי וויללן נישט אז די קינדער זאללן (ח"ו) זיך אויסלערנען א נישט איידל ווארט...!

זיי הייבן נישט אן צו פארשטיין דעם זיסן חן וואס ליגט אין דעם ווארט. אז א איד אן ארעמאן וועלכער האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן טייערע ברעטער האט זיך צוזאמגעקלאפט א סוכה'לע פון ברעטער וואס אנדערע האבן אוועקגעווארפן...!

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 5:11 pm
דורך תרמב
רעב בערל ברוך שכוונת! האסט צוגעטראפן צו אן ארטיקל אין איינע פון די לעצטיגע וועקערס, וואס ברענגט זייער שטארק ארויס די נקודה וואס דו שרייבסט דא.

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 7:18 pm
דורך איך אויך
דער הייליגער בעלזער רב ז''ל פלעגט כסדר זאגן פאר בעלי שמחה מען זאל זעהן צו ליידענען 'געמיינע אידן' ,אין גאליציע האט דאס געמיינט ארימעלייט.

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 9:12 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך: יא. דאס איז געווען דער אויסדרוק וואס מ'האט גענוצט אמאל. אזוי ווי סוחרים אמאל פלעגן זאגן..."דאס איז געמיינע סחורה"...! האט געמיינט אז דאס איז ביליגע סחורה...!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 11:57 pm
דורך פאלאצ'ינטא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:The homesickness march

ויקרא שמו בישראל 'מארש מנוחה ושמחה'

ווי האט נאר ר' יוחנן סטאלינער געזאגט: "אלע אונזערע ניגונים האבן א מקור אין קדושה..." ומי יעמוד בסוד קדושים...


אין די דיסקריפשאן פון די ניגון איז דא א לינק וואס באשרייבט די ניגון. עס איז אין רוסיש מען קען מיט גוגל טרענסלעיט דאס לייענען. זיי שרייבען אז זיי וויסען נישט ווער דער קאמפאזיטער פון דעם מארש איז. די סטולינר ווייסען יא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 12:07 am
דורך רביה''ק זי''ע
דאס וואס די סטאלינע טענה׳ן אז זיי ״ווייסן״ ווער ס׳האט פארפאסט דעם מארש איז נישט קיין ראיה, כ׳מיין אז אויף די חבד׳סקע יעלה ״ווייסן״ סיי די חבד׳סקע און סיי די סטאלינע ווער ס׳האט עס פארפאסט מ׳דינגט זיך נאר ווער ס׳איז, על כרחך אז איינער חלומ׳ט, אדער חלומ׳ען ביידע.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 10:09 pm
דורך דוראק
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאס וואס די סטאלינע טענה׳ן אז זיי ״ווייסן״ ווער ס׳האט פארפאסט דעם מארש איז נישט קיין ראיה, כ׳מיין אז אויף די חבד׳סקע יעלה ״ווייסן״ סיי די חבד׳סקע און סיי די סטאלינע ווער ס׳האט עס פארפאסט מ׳דינגט זיך נאר ווער ס׳איז, על כרחך אז איינער חלומ׳ט, אדער חלומ׳ען ביידע.

איר מיינט דעם ניגון אויף וועלכן אברהמל פריד האָט צוגעפּאַסט די ווערטער טאַטעניו? דוכט זיך אַז אין חב״ד ווייס מען ניט אָנצואווײזן אויף קיין מחבר.

ס׳איז דאָ נאָך איין ניגון יעלה באַ אונז, וואָס איז כמעט אינגאַנצן אומבאַקאַנט אפילו אין חב״ד (געוויסע פאַלן פון דעם ניגון איז יע באַקאַנט – אָבער געענדערט בבחינת פנים חדשות באו לכאן, והעיקר קיינער קען עס ניט אַלס „יעלה”) – דער מחבר פון דעם ניגון איז אָבער גוט באַקאַנט און פעסטגעשטעלט – דאָס איז אַ חאַריטאָנאָוו ניגון.

אָדער אפשר מיינט איר גאָר אַ דריטן ניגון?

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

נשלח: מיטוואך אוגוסט 25, 2021 4:32 am
דורך טאמבל סאס
https://youtu.be/G9toO1UExP0
די theme אין מרדכי בן דוד'ס crack of dawn אין משיח קוקט אויס גגנבט פון הענדל'ס האניבאל.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 1:33 pm
דורך סאנטיאגא
טאמבל סאס האט געשריבן:https://youtu.be/G9toO1UExP0
די theme אין מרדכי בן דוד'ס crack of dawn אין משיח קוקט אויס גגנבט פון הענדל'ס האניבאל.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

איך הער עס נישט. ס'איז מער קארדס ווי א מעלאדיע. משא"כ crack of dawn

קארדס איז אסאך גרינגער צו טייטלען פינגער, ווייל א קארד פראגרעשן נעמט על פי רוב אריין פיל ווייניגער אינדיווידואלע קארדס אין א ניגון ווי נאוטס. אדער בעסער געזאגט א succession of notes לדעתי דארף מען צוטיילן קארדס פון מעלאדיע לגבי ענליכע צו גע'גנב'עט תנועות אז מ'וועט גיין דארט האט עס ממש נישט קיין שיעור... קענסט שוין אוועקפס'לען אלע אידישע פולע מיינער ניגונים נאך פאר מ'רעדט א ווארט... ווייל ס'איז בערך זעלבע 4-5 קארדס, און האט נישט עפעס א פארווארפענע דזשעז קארד וואס מ'דארף שפילן מיט 6 אהאלב פינגערס...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 1:34 pm
דורך סאנטיאגא
כ'בין אריינגעפארן אין טעאריע. איז דא א באזונדערע אשכול פאר דעם? דאס וואלט ווארשיינליך געווען אינהאלטסרייך דורכצובלעטערן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 3:24 pm
דורך berlbalaguleh
סאנטיאגא האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:https://youtu.be/G9toO1UExP0
די theme אין מרדכי בן דוד'ס crack of dawn אין משיח קוקט אויס גגנבט פון הענדל'ס האניבאל.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

איך הער עס נישט. ס'איז מער קארדס ווי א מעלאדיע. משא"כ crack of dawn

קארדס איז אסאך גרינגער צו טייטלען פינגער, ווייל א קארד פראגרעשן נעמט על פי רוב אריין פיל ווייניגער אינדיווידואלע קארדס אין א ניגון ווי נאוטס. אדער בעסער געזאגט א succession of notes לדעתי דארף מען צוטיילן קארדס פון מעלאדיע לגבי ענליכע צו גע'גנב'עט תנועות אז מ'וועט גיין דארט האט עס ממש נישט קיין שיעור... קענסט שוין אוועקפס'לען אלע אידישע פולע מיינער ניגונים נאך פאר מ'רעדט א ווארט... ווייל ס'איז בערך זעלבע 4-5 קארדס, און האט נישט עפעס א פארווארפענע דזשעז קארד וואס מ'דארף שפילן מיט 6 אהאלב פינגערס...

סאנטיאגא: דו האסט שוין געהערט אמאל (ס'איז רעטאריש) קאנטרי, אדער אפאלאטשיאן מוזיק געשפילט אויף גיטארס און פידלען...?! ס'איז דאך אזוי מתיקות'דיג (די מערסטע פון זיי.) געזינגען פון הארץ.

אבער פארוואס זאלסטו האלטן אז אונז (אידן) זעמיר אזוי באגרעניצט. און דאס ביסל האמיר אויך געגנב'עט פון אנדערע.

ס'איז אויך דא א גאנצע רעפערטואר פון ..."ציגיינער מיוזיק"... וואס איז שטארק ענליך צו אונזערע ניגונים. געזינגען דורך עכטע ציגיינער, וואס געט מיר גרויס הנאה. נאר דארט ביניך זיכער אז אונז האמיר עס געלקחנ'ט פון זיי...!

נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 10:53 pm
דורך ישעיה
אפשר קען מיך איינער ארויסהעלפן,
די אנהייב פון לאונרד כהן'ס Dance Me to the End of Love ניגון - בין איך כמעט זיכער אז איינער פון די היימישע בעלי מנגנים האבן עס געבארגט ערגעץ וואו, אבער איך קען מיך נישט דערמאנען ווער און וואו?...

לינק צום ניגון הנ"ל
https://youtu.be/NGorjBVag0I

Mamko Moja משלוח מנות פון סלאוואקיי

נשלח: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 1:10 am
דורך יואליש
רבש"ע האב שוין אויף אונז רחמנות, שיק שוין משיח און לייז אונז אויס פון גלות, שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות...

אין די פאלקס ניגון פון סלאוואקיי, Mamko Moja "מיין מאמע," קלאגט טאכטער צו מאמע איז איר ליבע גייט צו די חופה מיט א צווייטן.

הער:
https://www.youtube.com/watch?v=KC4-wsdNwhc

ליין:

https://en.wikipedia.org/wiki/Mamko_Moja

נשלח: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 1:25 am
דורך יואליש
ישעיה האט געשריבן:אפשר קען מיך איינער ארויסהעלפן,
די אנהייב פון לאונרד כהן'ס Dance Me to the End of Love ניגון - בין איך כמעט זיכער אז איינער פון די היימישע בעלי מנגנים האבן עס געבארגט ערגעץ וואו, אבער איך קען מיך נישט דערמאנען ווער און וואו?...

לינק צום ניגון הנ"ל
https://youtu.be/NGorjBVag0I


כ'האב אויך אזוי אלעמאל געקלערט. אפשר 'קול נדרי' פון פינקי וועלכע שניצלער זאגט אויף נשמה פלאם 2?

[tag]ישעיה[/tag]

https://youtu.be/Ikn0SoZtH7U?t=150