בלאט 22 פון 22

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 11:53 pm
דורך צוויי
נישט דוקא הערן גוט מארגן, נאר זעהן די קוש פון די מאמע פאר די קינדער, און אויך באמערקן די סטייל האר-שייטל, און די קליידונג פון זיי...

איך האב יעצט א תאווה צו זעהן ווער עס זענען די דושינסקי שוועסטער...

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 12:16 am
דורך מנחם מנדל
צוויי האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:53 pm נישט דוקא הערן גוט מארגן, נאר זעהן די קוש פון די מאמע פאר די קינדער, און אויך באמערקן די סטייל האר-שייטל, און די קליידונג פון זיי...

איך האב יעצט א תאווה צו זעהן ווער עס זענען די דושינסקי שוועסטער...
פאר דיר וואלט געווען די בעסטע צו וואוינען אין איראן אדער אפגאניסטאן.. דארט גייט יעדער מיט הידזשאבס אין שווארץ באקליידעדט פין קאפ ביז פיס נאר די אויגן שטעקן זיך ארויס,

אזוי וואלסטו קיינמאל געהאט קיין פראבלעמען, נישט פין די מאמעס וואס קישן דאס קליין קינד ביים באס, נישט פין די לעכער פין די ווייבער שוהל וואס מען קען אדורכזעהן די קאליר פין די רעבעצינ'ס טורבאן. לייף וואָלד בי סא איזי...

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 11:45 am
דורך אייביג פרייליך
איך האב א גוטע עצה ווי נישט מכשיל זיין די באס דרייווערס מיט קוקען אויף די הייליגע דושינסקי שוועסטערס אין ח״ו קריגען שלעכטע מחשבות ביים זעהן ווי א מאמע קושט איר קינד, די רבנים אין ווילי זאלען אסרן מענער באס דרייוערס , מען קען דינגען א פרוי באס דרייווער אין הכל יבא בשלום בלי שום מכשול

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 1:39 pm
דורך א גוט יאר
אייביג פרייליך האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 11:45 am איך האב א גוטע עצה ווי נישט מכשיל זיין די באס דרייווערס מיט קוקען אויף די הייליגע דושינסקי שוועסטערס אין ח״ו קריגען שלעכטע מחשבות ביים זעהן ווי א מאמע קושט איר קינד, די רבנים אין ווילי זאלען אסרן מענער באס דרייוערס , מען קען דינגען א פרוי באס דרייווער אין הכל יבא בשלום בלי שום מכשול
אבער וואס וועט זיין מיט די "דושינסקיא ברודער" וואס לייגן די קינדער אויפן באס ווען ס'אידענע קען נישט?

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 2:53 pm
דורך בקע לגלגולת
א גוט יאר האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:39 pm
אייביג פרייליך האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 11:45 am איך האב א גוטע עצה ווי נישט מכשיל זיין די באס דרייווערס מיט קוקען אויף די הייליגע דושינסקי שוועסטערס אין ח״ו קריגען שלעכטע מחשבות ביים זעהן ווי א מאמע קושט איר קינד, די רבנים אין ווילי זאלען אסרן מענער באס דרייוערס , מען קען דינגען א פרוי באס דרייווער אין הכל יבא בשלום בלי שום מכשול
אבער וואס וועט זיין מיט די "דושינסקיא ברודער" וואס לייגן די קינדער אויפן באס ווען ס'אידענע קען נישט?
לכאורה איז שאכמאט. איך זעה נישט קיין וועג ארויס

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 6:03 pm
דורך מנחם מנדל
אייביג פרייליך האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 11:45 am איך האב א גוטע עצה ווי נישט מכשיל זיין די באס דרייווערס מיט קוקען אויף די הייליגע דושינסקי שוועסטערס אין ח״ו קריגען שלעכטע מחשבות ביים זעהן ווי א מאמע קושט איר קינד, די רבנים אין ווילי זאלען אסרן מענער באס דרייוערס , מען קען דינגען א פרוי באס דרייווער אין הכל יבא בשלום בלי שום מכשול
Screenshot_20240604_180143_X.jpg
ער מעג דיר ווען קרעדיטירן..

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 12:31 am
דורך yesiknow
המלוכה והממשלה האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 10:31 am
צוויי האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:53 pm
איך האב יעצט א תאווה צו זעהן ווער עס זענען די דושינסקי שוועסטער...
ס'מיינט מסתמא אלע פרויען וואס וואוינען אין די דושינסקי הייזער אין ווילאמסברוג
א שאד א שאד אזויפיל קאפעלס האבען זיך פשוט נישט ליב אין האבען כמעט נישט קיין שייכות.
די נשים זענען ביזי שאפען באקען קאכען מאכען פסחדיק שעלאכמנות מאכען אשר יצר קישען די מזוזה אין די מאן גייט נעבעך אראפ פון זינען.אבער אין קאנטרי מיז זי למען השם גיין אזוי ציען זיך די דורות זי מיינט אז זי קויפט אינטער גאט מיט איר הנהגה מיןווייל ווערט איר מאן עראיזט אפילו פון א קאטץ אדער הינט אדער די דושינסקי שוסטר סיק סוסייעטי

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 12:53 am
דורך שמעקעדיג
הרב יעס איי קנאו - קען זיין דו ווייסט (קנאו) אבער אז דו וועסט שרייבן תגובות מיט נח מיט 28 גרייזן וועל איך בלייבן unknown.
קענסט ביטע פאררעכטן דיין תגובה? ווייל איך פארשטיי נישט

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 9:20 am
דורך yesiknow
טייערע שמעקעדיק עס איז אזוי געשריבען אז נאר די וואס זענען זוכה זאלען עס קענען אפטייטשען אין פארשטיין כדי להרחיק את האדם שאנה ראוי לו ואתכם הסליחה

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 9:43 am
דורך שמעקעדיג
אקעי, יעצט פארשטיי איך.... :lol:

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2024 6:06 pm
דורך מרדכי מרדכי
מען קען מאכן 2 באסעס
1 פאר די דושינסקי שוועסטער מיט פרויען דרייווערס
2 פאר די דושינסקי ברודיר מיט מענער דרייווערס.

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 12:22 pm
דורך מחונך
אדער זאל מען לאזן די מענער דרייווען נאר זיי זאלן אנטוען אויף די אויגן א דיקע שטיק סחורה אזוי ווי טייל רבי'שע כלות ביי מצוה טאנץ

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 2:34 pm
דורך א גוט יאר
ווער די מענער...?