בלאט 23 פון 27

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2017 6:33 pm
דורך מיר'ער בחור
IMG_20170724_060254.jpg

כ"ק אדמו"ר מזוועיהל ירושלים שליט"א מיט הגה"צ רבי אליעזר גאלדמאן שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א (וואס איז באקרוינט געווארן אלס ממשיך שושלת בית זוועיהל און אמעריקע ביים לויה פרייטאג פון זיין פעטער כ"ק אדמו"ר מזוועיהל יוניאן סיטי זצ"ל) כאפ'ן א בליק אויפ'ן טריפה'נעם כלי "סמארטפאון", ביים לויה אין ארץ ישראל.

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2017 6:37 pm
דורך diff
מיכאל מיטען סטיטשינער רבי שליט"א
בילד

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2017 6:53 pm
דורך טשעסטער
ליפא האט געשריבן:
IMG-20170621-WA0129.jpg


ווי איז דער בילד און ווער איז דער בעל שמחה?

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 12:57 pm
דורך diff
הרב עובדיה יוסף: האשכנזים מסריחים וחמורים

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=VtwOmSfoUyE[/youtube]

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 8:30 pm
דורך berlbalaguleh
diff האט געשריבן:דער ברך מיט דעם נעלאגישען רב אין בודאפעסט
בילד

פארוואס האט מען פארמעקט די בילד פון ברך משה מיט'ן נעאלאגן רב...?!

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 8:37 pm
דורך berlbalaguleh
diff האט געשריבן:הרב עובדיה יוסף: האשכנזים מסריחים וחמורים

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=VtwOmSfoUyE[/youtube]

דיףף: דער קליפ מאכטציך נישט אויף...! אבער הרב עובדיה יוסף איז גערעכט. נאר ער זאגט נישט ...האשכנזים מסריחים"... כל מי שלא מתקלח ומזיע ומסריח הוא חמור...! ער איז 100% גערעכט. זיי זענען חמורים און עמי הארצים אויכעט. דער איסור רחיצה אין די ניין טעג גייט נאר ארויף אויף רחיצה של תענוג. אבער נישט ווען מ'וואשט זיך אפ וועגן נקיות. גדול כבוד הבריות. און מ'איז נאך עובר אויף בל תשקצו אויך...! ס'איז באקאנט דער דזשאוק מיט דעם גערער בחור וואס איז געקומען קיין גור פון אמעריקע. ס'קומט פרייטיג נאכמיטאג פרעגט ער א צווייטן בחור וואו מ'וואשט זיך אפ. זאגט איהם דער בחור אז ער ווייסט אויכעט נישט. ווייל ער איז נאר דא ערשט פיהר וואכן...!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 5:19 pm
דורך סקרן
@שבת דיס וואן פאר יו
באמערקטס די קראקס

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:56 am
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:
diff האט געשריבן:דער ברך מיט דעם נעלאגישען רב אין בודאפעסט
בילד

פארוואס האט מען פארמעקט די בילד פון ברך משה מיט'ן נעאלאגן רב...?!

מ'דארף געדענקען אז די נעאלאגן קהילה אין אונגארן איז בכלל נישט געווען גלייך צו די היינטיגע רעפארמערס אדער קאנסערוואטיוון דאהי אין אמעריקע. זיי זענען געווען שומרי תורה ומצוות. נאר זייער שטארק מאדערן. א שטייגער ווי די עקסטריעם מאדערן ארטאדאקס קהילות אין אמעריקע. א פאר מדריגות שוואכער ווי די היינטיגע יאנג איזראעל קהילות. באמערק אז דער נעאלאגן רב/ראבינער האט א נארמאל קאפל אויפ'ן קאפ...!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 2:37 am
דורך שושן פורים
א סעלפי מיטן רבין

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 11:06 am
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:מ'דארף געדענקען אז די נעאלאגן קהילה אין אונגארן איז בכלל נישט געווען גלייך צו די היינטיגע רעפארמערס אדער קאנסערוואטיוון דאהי אין אמעריקע. זיי זענען געווען שומרי תורה ומצוות. נאר זייער שטארק מאדערן. א שטייגער ווי די עקסטריעם מאדערן ארטאדאקס קהילות אין אמעריקע. א פאר מדריגות שוואכער ווי די היינטיגע יאנג איזראעל קהילות. באמערק אז דער נעאלאגן רב/ראבינער האט א נארמאל קאפל אויפ'ן קאפ...!

ר' בערל במח"כ זענט איר היסטאריש נישט גערעכט, אויסער אויב ביי אייך מיינט שמירת תורה ומצוות עפעס אנדערש ווי פאלגן דעם שלחן ערוך.

דווקא די קאנסערוואטיוון אין אמעריקע האבן יא עפעס א פארנעפלטע פרינציפ פון מחויבות להלכה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:51 pm
דורך berlbalaguleh
ריכטיג: איך האב נישט גערעדט וועגן די רעפארמער/נעאלאגן און די קאנסערוואטיוו/שטאטוס קווא אין דייטשלאנד. זיי זענען געווען גויים גמורים. ביי זיי איז דער ראביי נישט געגאנגען א קאפל...!

Re: אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שטאטוס קווא איז נישט קאנסערוואטיוו. זיי זענען פונקט אזעלכע ערליכע אידען ווי יעדער. נאר איין תקנה האבען זיי נישט געפאלגט, ותו לא. עס איז דארט געווען פארשידענע מענטשען, יעדער אין זיין לעוועל, אבער אפיציעל איז עס געווען געבויט אויף א גאנצע שמירת המצוות.

שמעתי, אז אין די שטאט מאטע-סאלקע, האט דער ראה"ק פון די ארטאדאקסישע געמיינדע געהאט אן אייניקעל. פאר׳ן ברית האט ער אנגעזאגט דער מוהל "מאך וואס פארא שפיל דו ווילסט, אבער צו שניידען זאלסטו נישט וואגען". ארטאדאקס האט לאו דוקא עפעס געמיינט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 12:09 am
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:ריכטיג: איך האב נישט גערעדט וועגן די רעפארמער/נעאלאגן און די קאנסערוואטיוו/שטאטוס קווא אין דייטשלאנד. זיי זענען געווען גויים גמורים. ביי זיי איז דער ראביי נישט געגאנגען א קאפל...!

איך האב אויך נישט גערעדט פון דייטשלאנד, איך רעד טאקע פון די אונגארישע. און ניין, מען קען נישט באטראכטן די נעאלאגן אין אונגארן אלץ שומרי תורה ומצוות, אפילו אויב דער ראבינער פון די תש"מ-תש"נ יארן גייט א קאפל.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 12:22 am
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבער אפיציעל איז עס געווען געבויט...

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שטאטוס-קווא איז נישט געווען געבויט אויף גארנישט, עס האט געהאט בלויז איין 'פאליטישע' כוונה: נייטראל!

דאס איז געווען אן אפציע אנערקענט ביי די רעגירונג אלץ די וואס ווילן נישט נוטל צד זיין ציווישן די ארטאדאקסן מיט די נעאלאגן.

ווער האט אויסגענוצט דעם אפציע? די תשובה דערויף ווענט זיך וואו. געוויסע פלעצער איז עס געווען פרומע וואס די בודאפעסטע קאנצעליי איז נישט געווען גענוג פרום פאר זיי, חסידישע קהילות וואס האבן נישט געטרויעט די אשכנזישע בודאפעסט, אינערליכע שטעטלדיגע קהילה מחלוקת'ער, פרייע טראדישענעל אידן וואס די נעאלאגיע איז געווען צו שטארק אפגעפארן פאר זיי, עקסטרעמע רעפארמער וואס די נעאלאגיע איז געווען צו שטארק רעכטס פאר זיי, אאז"וו יעדער מיט זיינע חשבונות. די אלע קהילות האבן באקומען דעם נייטראלן נאמען "שטאטוס-קווא".

נשלח: פרייטאג יאנואר 12, 2018 1:04 am
דורך שמעון וואלף
שלום עליכם פאפא רב, לאמיר הערן א קליגע זאך

נשלח: פרייטאג יאנואר 12, 2018 5:45 am
דורך שבת אחים
איך האב דערהאלטן די גאנצע געהויבנע שמועס צווישן די צוויי גרויסע ׳גדולים׳.

עקסקלוסיוו צו ק״ש:
מוהר״א: כהאב מיך אייביג געוואונדערט אויף אייך. די גאס האלט אייך פאר א שטיקל נער און טיפוש, איז וויאזוי האט איר אזוי שטארק מצליח געוועהן צו באגראבן אייער יונגערע ברודער אזש אז ער האט ניטאמאל מזומן יוכ״פ ביי נעילה! וויאזוי האט איר מצליח געוועהן אינגאנצן אפצוווישן אייערע ברודערס פון די מאפע???

דער גבאי פונעם פאפער רב האט זיך גלייך אריינגעמישט און פארשטאנען אז דער רב איז נישט אזוי באהאווענט אין די ענינים און פארציילט א מוראדיגע עובדא פונעם היינטיגען פאפאער רב זז״ג

לעצטע וואך איז געפאלן א אינטש שניי אין ברוקלין. אויפן וועג צופירן דעם רב אין ביהמ״ד אריין פאר שחרית. זאגט די רב פאר מיר אז ער וויל נישט גיין היינט אין שול דאווענען ווייל סאיז געפאלן א שרעקליכע שניי-שטורעם. רופט איך מיך אן צו אים: רבי די שניי וואס איז געפאלן איז נישט אזוי געפערליך, עס איז קוים איין אינטש. די רב פארטראכט זיך פאר א קורצע וויילע און רופט זיך אן: יא עס יש טאקע נאר אין אינטש אבער אין די ברייט איז עס אסאך אסאך מעהר ווי איין אינטש.

ומי יעמוד בסוד מאדיאורס....

נשלח: פרייטאג יאנואר 12, 2018 3:17 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. אבער איך קען אפפרעגן דיין מעשה מיט'ן מופת. ווייל די פאפא רבי שליט"א וואוינט נעקסט דאאר פון ביהמ"ד...!

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2018 10:52 pm
דורך שמעון וואלף
דאווענט מנחה אין עירפארט. געטרייע חסידים האבן נישט פארגעסן מיטצוברענגן דעם רבי'שן בענקל

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2018 11:09 pm
דורך תנחום
אפילו די טישטוך האט מען נישט פארגעסן

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2018 11:23 pm
דורך אישתישבי
שבת אחים האט געשריבן:איך האב דערהאלטן די גאנצע געהויבנע שמועס צווישן די צוויי גרויסע ׳גדולים׳.

עקסקלוסיוו צו ק״ש:
מוהר״א: כהאב מיך אייביג געוואונדערט אויף אייך. די גאס האלט אייך פאר א שטיקל נער און טיפוש, איז וויאזוי האט איר אזוי שטארק מצליח געוועהן צו באגראבן אייער יונגערע ברודער אזש אז ער האט ניטאמאל מזומן יוכ״פ ביי נעילה! וויאזוי האט איר מצליח געוועהן אינגאנצן אפצוווישן אייערע ברודערס פון די מאפע???

ומי יעמוד בסוד מאדיאורס....


פארציילטס א האלבע מעשה, והעיקר שכחת.

דער פאפא רב ענטפערט, מיט "אביסעל" שכל קען מען אלעס....

ועל זה אמר ר' אהרן, ווער ס'פארשטייט פארשטייט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2018 8:26 pm
דורך פשטו ידיכם
שמעון וואלף האט געשריבן:דאווענט מנחה אין עירפארט. געטרייע חסידים האבן נישט פארגעסן מיטצוברענגן דעם רבי'שן בענקל

ס'איז צו מערקען אז רעבב אהרן האט לעצטענס ממלא כריסו געוועזעהן, וי אויך באדעקט די ברייטע גארטעל זיין גרויסע מחילת עוונות רובו ככולו ולפלא הדבר. און ווער ס'פארשטייט פארשטייט כלשון קדשו פונעם רעבין זיחרוינע לברוכע

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 10:06 am
דורך berlbalaguleh
פשטו ידיכם: איך האב אן אנדער'ן פסוק וואס רעדט פון דעם ווארט ידיכם. ..."ידיכם דמים מלאו"...דו זעהסט מיר אויס צו זיין אין אט די קאטעגאריע. דו ביסט אין גוטע קאמפאני. ווי ימים ידברו און איש את רעהו. אבער דאך. איך האב זייער שטארק ליעב מליצות און פאנס. מיט א פ"א דגושה. האביך געגעבן א שמייכל פון דיינע ..."מליצות"...אבער איך נעם אין באטראכט ווער דו ביסט... :twisted:

נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2018 1:02 am
דורך שמעון וואלף
דער האט זיך פארשאפט א געשמאקע גבאי