בלאט 23 פון 63

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 8:52 pm
דורך היימישער ליטוואק
אוהב ספרים האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב פון דעם רעדט [tag]אוהב ספרים[/tag] , אבער איך האב געהערט אז א מלמד האט מסביר געווען פאר די קינדער אז אזוי זעהט מען אויס ווען מען לויפט נאך געלט א גאנץ לעבען, ער האט געמאכט א פענסי בר מצוה און וואס איז יעצט געבליבען פון די פענסי בר מצוה, וכו'. אקיצער ער האט כמעט ווי געגעבן גערעכט פאר די רציחה פון דעם יונגערמאן.


טאקע דאס מיין איך, ער האט מיאוס אונטער געברענגט דעם יונגערמאן נאך לויף נאך גשמיות און געלט, און אויסגעפירט ווואס קען מען שוין ערווארטען פון אזא מהלך החיים
קודם כל וואס דאס איז שקר, אבער אפילו אז נישט דאס זאגט מען פאר 12 יעריגע תשב"ר אשר לא טעמו, די קינדער זענען אהיים געקומען כאילו עס איז נישט אזוי געפערליך וואס איז געשעהן

וואס קומט אריין אויפן געדאנק איז דער מאמר חז"ל: תלמיד חכם שאין בו דעת נבילה טובה הימנו

קאמענטארען זענען איבעריג


איין קליינע קאררעקשן. עם הארץ שאין בו דעת.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 8:54 pm
דורך gami
אפטעמיסט האט געשריבן:ביטע ערקלער

אויב ס'איז דא אפילו א מיליאן 1'ערס און איין 2'ער איז די עווערדז שוין נישט 1, נאר העכער

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 8:55 pm
דורך shem-tov
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:יא אבער דאס מאכט נישט אויס א פינפטעל פון ''וועלטס'' מידיע!


א צענטעל ביסטו יא מודה. מאך א גוגעל סוירטש ווען די האסט צייט זאל כאטש דער עולם וויסן מיט וועמן מען גייט אין מלחמה

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 8:59 pm
דורך לשוא הכיתי
gami האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:ביטע ערקלער

אויב ס'איז דא אפילו א מיליאן 1'ערס און איין 2'ער איז די עווערדז שוין נישט 1, נאר העכער

גערעכט, אבער ווען די רעיטינגס האבן נאר איין דעצימעל איז יעדע עווערידזש אונטער א האלבע דעצימעל גערעכנט פאר נאר איין שטערן.
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Rounding

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 10:56 pm
דורך פיש כאפער
די גאנצע ׳רעיטינג׳ געטועכץ דערמאנט מיר שטארק פונעם אנליין פעטיציע צו אבאמא ארויסצולאזן רובאשקין. ס׳קומט פאר ווי קינדעריש און ווי זייער אומוויסנד. אפשר זאל מען האבן טישלעך אין די בתי מדרשים וואו מ׳גייט עפענען ניו יארק פאוסט עפפס פאר די אלע וואס טוען יא אלץ הארכן צו די רבנים אין האבן נישט קיין סמארטפאונס.…

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:00 pm
דורך רויטע וואנצעס
נידערמאן רופט צאם די מידיא, און רעגט זיך ווען מ'פרעגט געוויסע פראגן...

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=x_ux0UMXdrQ[/youtube]

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:02 pm
דורך אפטעמיסט
דעילי ניוז באריכטעט אז פערלמוטער שטייט מעגליך אונטערן מארד פון שטארק

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:09 pm
דורך [NAMELESS]
נידערמאן שרייט קולות. ס'מאכט נישט קיין סענס

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:10 pm
דורך דער (פינטעל) איד
נידערמאן איז נישט איבעראל א גוטער ווארטזאגער , מ'האט געדארפט האבן דארט איינער וואס קען בעסער רעדן

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:11 pm
דורך בן תמליון
געווארן א משוגע'נע פרענזיע פון די טאבלוידן צו איבערשטייגן איינער דעם צווייטן מיט פארריקטע העדליינס. דאס באריכט האט קיין ידים ורגלים, פארוואס זאל ער עס טוהן? זיי פרובירן זאגן אז שטארק איז געהרג'ט געווארן בטעות וואס איז א נייע נארישע שפעקולאציע.

די פראגע איז פארוואס די פאליציי פיטערט די טאבלוידן מיט די אלע ביליגע אינפארמאציע? עס שמעקט פון א ערנסטן קאוועראפ דא. עס שטינקט געפערליך. די פאליציי וויל נישט נאכגיין די שולדיגע.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:12 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אפטעמיסט האט געשריבן:דעילי ניוז באריכטעט אז פערלמוטער שטייט מעגליך אונטערן מארד פון שטארק

ערגעץ האט דא געשריבן איינער אז דע פאליי אליין איז מעגליך געווען אריינגעמישט דא ווייל שטארק האט עפעס געהאט צו טון מיט פאליציי. איז א שאלה ווי באגלייבט זענען זיי אליינס?

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:16 pm
דורך דעת תורה
אפטעמיסט האט געשריבן:דעילי ניוז באריכטעט אז פערלמוטער שטייט מעגליך אונטערן מארד פון שטארק


און דאס איז שוין ווען די ברוקלינער - באקאנט מיטן היימישן ציבור - פאליציי פירט די אויספארשונג. שטעלט אייך פאר וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט ווען נעסאו קאונטי פירט עס ווען.

אונז האמיר שוין דריי גאר מעגליכע ליעד'ס, גענומען ערנסט דורך די מידיא.

1) חב"ד (ליובאבאוויטש...) שטייט אונטער דעם...

2) דער נפטר האט געהאט אן אפעיר...

3) דער שותף (וועלכער איז נישט צו פרייליך ארויסצוגעבן נישט - אזאלכע גלאטע ביזנעס אנגעלעגנהייטן).

אבער די לענדער'ס פון גרויס געלט? וואס פאלט דיך איין אז עס קען זיין זיי? פערלמוטער נוצט זיי בלויז פאר א וועג ארויס...

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:25 pm
דורך רויטע וואנצעס
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:דעילי ניוז באריכטעט אז פערלמוטער שטייט מעגליך אונטערן מארד פון שטארק

ערגעץ האט דא געשריבן איינער אז דע פאליי אליין איז מעגליך געווען אריינגעמישט דא ווייל שטארק האט עפעס געהאט צו טון מיט פאליציי. איז א שאלה ווי באגלייבט זענען זיי אליינס?


רויטע וואנצעס האט געשריבן:די פאסטס ארטיקל ווי יעדער ווייסט איז צאמגעשטעלט פון אזויגערופענע פאליציי'עשע ליקס. במשכ'ן טאג האבן מאנכע געזוכט סיבות פארוואס געוויסע פאליצאנטן האבן אים פארשמירט, צו צוליב אים מאכן שלעכט אויסזעהן, אז ס'זאל נישט זיין עק וועלט אז די פארשונג ריקט זיך נישט, וכדומה. יעצט זעה איך אין דעילי ניוס אז א x פאליציי האט געהאט געשעפטן/געפעכטן מיט אים. די פאליצייעשע קאמיוניטי איז ווי א גרויסע משפחה, ס'קען זיין נאך א סיבה פאר זייער השמצ'דיגע ליקס.


קוק דא נאך איבער די פאליציי: http://jpupdates.com/2014/01/06/editori ... ion-stark/

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:26 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'בין סתם נייגעריג, וויאזוי איז משה סטרולעוויטש א שוואגער. ביטע.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:26 pm
דורך טאמבל סאס
אנטשולדיגט, כ'וויל נישט חלילה ליצנות מאכן אין אזעלכע ערנסטע מאמענטן.
ס'קומט מיר אבער שטארק צום לאכן זעהענדיג ראביי נידערמאן פארפירן ווי כאילו ער איז דא ביי רעבין זי"ע שלש סעודות תורה'ס. נע, כ'האב געמיינט ער איז א בעסערע דיפלאמאט.
סיי יעצט, און אזוי אויך די ערשטע פרעסע קאנפרענץ. כ'ווייס נישט פארוואס, אבער ווען איך זע עמיצן שרייען מיט דעי וויינעדיגע הז"ל טאן, און מאכן הווית מיט די הענט און פיס, הויבט מיר עס אן מאכן מער א רושם ווי א פריטשינג (מיט א כוונה צו באהאלטן עפעס אונטערן דעקע), ווי איידער א הארציגע אויפפארדערונג.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:28 pm
דורך איך אויך
בן תמליון האט געשריבן:זיי פרובירן זאגן אז שטארק איז געהרג'ט געווארן בטעות וואס איז א נייע נארישע שפעקולאציע.

איך האב אזוי געהאלטן פון די ערשטע מינוט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:29 pm
דורך מצטמק ויפה
ווארט נאר ווארט נאר,,, געב עס אפאהר מינוט, און נחום וכל כד דליה גייען שרייען אז עס איז טאקע פערעלמוטער ווער עס שטייט אונטער די גאנצע זאך מיט קלארע ריאות.

רחמנא ליצלן אין וואספארא דור מיר זענען.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:30 pm
דורך אפטעמיסט
גם אני מצטרף לטאמבל, ראשעקאל ופינטעל. נידערמאן פארפירט ווי א קינד, ענטפערט נישט די שאלות, לאזט נישט אויסרעדן, שרייט קולות וברקים און... קען נישט קיין ענגליש. איך האף ער האט נישט צופיל קאליע געמאכט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:30 pm
דורך זלמן זאפיר
די חילול השם איז איום ונורא

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:31 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך אויך האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:זיי פרובירן זאגן אז שטארק איז געהרג'ט געווארן בטעות וואס איז א נייע נארישע שפעקולאציע.

איך האב אזוי געהאלטן פון די ערשטע מינוט.

וואס הייסט א טעות ? זיי האבן געוואלט איינעם אנדערש?

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:32 pm
דורך רויטע וואנצעס
די גרויסע שיפע ווינדשילד גלעזער מאכט מיר מער נערוועז ווי די שרייען.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:32 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך וואלט דווקא יא געענטפערט א טייל פון זייערע שאלות
אז אפילו ס'זאל זיין וועלכע טענה אויף עהם, איז אבער מארדען נישט קיין תירוץ.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:34 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אפטעמיסט האט געשריבן:גם אני מצטרף לטאמבל, ראשעקאל ופינטעל. נידערמאן פארפירט ווי א קינד, ענטפערט נישט די שאלות, לאזט נישט אויסרעדן, שרייט קולות וברקים און... קען נישט קיין ענגליש. איך האף ער האט נישט צופיל קאליע געמאכט.

אביסל זיך אנצונעמען פאר עם ווען איך האב געזען ווי דע רעפארטערס האלטן אין איין פרעגן וועגן דעם אנגייענדע אויספארשונג האט נידערמאן געדארפט זאגן אז ער איז נישט קעלי און זיי וואלטן געדארפט וויסן בעסער אז מ'פרעגט נישט פאליציי פראגעס דא. אזוי ווי לעווין האט טאקע שפעטער געזאגט אז דאס באלאנגט צו פרעגן פון פאליציי. אבער נידערמאן האט אזוי הויעך געשריגן יעדער איז דאך צובראכן.