Re: דער אייוועלט אשכול
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:00 pm
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=70543יש משהו האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:51 pm הער איך נעכטן א מין אינטערעסאנטע מעשה, יענער האט עס מיר פארציילט בתור מעשה שהיה, ביי אונז אין לאנדאן, מיט אזא 2 חדשים צוריק.
כ'העל עס שרייבן דברים כהווייתן, וויאזוי איך האב עס געהערט, כאטש איך גלייב אז ס'פעלט אויס אסאך דיטעילס קלאר ארויסצוהאבן פינקטלעך וואס איז פארגעגאנגען.
וכך היה המעשה:
א טאטע ביים שבת סעודה, האט עפעס באשטראפט זיין 7 יעריגער יונגעלע מיט א קליינע עונש'ל נאך וואס די יונגל האט זיך עפעס פארזינדיגט פארן טאטע...
די יונגל איז ארויס פון סאלון און זיך אריין אין צימער, ווייל ער איז יעצט באליידיגט אויף טאטי.
מ'ענדיקט די סעודה, טאטי מאמי גייען טשעקן וואס גיי פאר מיט זייער צדיק'ל, און זעען אז די בחור האט זיך פארשפארט אין זייערע צימער, טאטי'ס מאמי'ס צימער.
זיי האבן אים געבעטן און געסטראשעט אבער ער ריקט זיך נישט ארויס, ער איז דא פאר די נאכט.
ס'האט גארנישט געהאלפן, די יונגל האט זיך געלייגט שלאפן אינעם טאטעס בעט, און גוט שבת.
די טאטע מאמע האבן געדארפט גיין אין סאלון אויפן קאוטש, ווי ס'איז ליכטיג, און דארט פארוויילן אויפדערנאכט.
אינדערפרי, זייער יונגל קומט ארויס, כאילו לא היה.
עד כאן המעשה.
יעצט, ס'קלאר אז ס'פעלט פארשידענע גאר וויכטיגע דיטעילס.
- וואס האט די יונגל געטון אז ער זאל באקומען א עונש.
- וואס האט אים די טאטע גע'קנס'עט. (ווייל איך האב פארשטאנען רעדט מען יא פון ממש א קליינע זאך, ווי אז ער טאר נישט טרינקען קאלע אדער אזא מין געדאנק)
- ווער איז די טאטע וכו'
- איז די יונגל א נארמאלע געזונט קינד וכו'
אבער וואס איז קלאר, אז נאכאלעם איז עס גאר א אינטערעסאנטע מעשה.
יענער האט עס פארציילט מער, ארויסצוברענגען ווי שטארק די חוצפה יסגי האלט היינט.
כאטש אז איך האלט אז עס האט גארנישט מיט חוצפה, אדער דארף די יונגל 2 געזונטע פעטש, אדער איז אפילו מער נוטה צו זאגן אז די טאטע דארף 2 געזונטע פעטש.....
תכלית, וואס ס'מיר בעיקר אינטערעסאנט צו וויסן, וואס וואלסטו געטון ווען דיין יונגל פארשפארט זיך אין דיין צימער, האלטסו אז די וואלט יא מצליח געווען אים ארויסצונעמען בעפאר ער לייגט זיך אריין אין בעט, (וואס דעמאלט שלאפט ער גלייך איין)? און טאמער נישט, וואס וואלסטו געטון אינדערפרי ווען ער שטייט אויף, נאכן באגיין די געפערליכע עוולה?