בלאט 23 פון 214

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:38 pm
דורך petergrifin
יא יא נאך אפ שרײבן א שטיקל קומט אײנער מיט א לינק viewtopic...

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 1:09 pm
דורך פינגווין-בעל-כורחי
איך וויל קענען ארויסדריקען מיינע געפילען אן צו ווערען אטאקיערט
אדארוך דיע וואס ערווארטען צו מיר זעהן ווערן א מענטש,
לויט ווי אזוי עס שמעקט זיך פאר זיי, עס זאל זיי גוט נוצען

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 11:35 am
דורך חאצקעל שניידער
כבין געבוירען ביי פיינע כשערע עלטערען פרום און ערליך אין פיין און מיר פרובין צו גיין אין זייערע וועגן און אין די וועגן פון די הייליגע תורה בדרך ישראל סבא עבגוא״צ

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 9:19 pm
דורך מזל
איך האב מיך געדרייט דא נישט אלץ מעמבער ליינענדיג אינטרסנטע ענינים וואס האט מיך זייער געצויגן און אין געוויסע ענינים האב איך געהאט א מיינונג האב איך געוואלט אריינשרייבן וואס איך האלט און הערן וואס יענער האלט אויף וואס איך האלט און אזוי אביסל קליגער ווערן

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 9:31 pm
דורך ישמעאל הכהן
ברוכים.

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 2:54 pm
דורך מפוזרי
איך בין א איד א חלק פון כלל ישראל. איך געהער צום אידישען פאלק,און איך גלייב אז יעדער איד געהערט צום אידישען פאלק. איך האף און ווארט אז משיח זאל קומען אויסלייזן מיין גאנצער פארשפרייטער פאלק. נישט נאר א קליין הייפל אידן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:28 pm
דורך גבעת זאב החדשה
לאור פון דעם עובדה אז דער פרוייקט "גבעת זאב החדשה" האט באקומען פראמענענץ אין דעם פורום, און זייענדיג נאנט באקאנט מיטן פרוייקט, ווי אויך מיט די איינוואוינער אין דעם הערליכער שכונה, האט דאס מיר באוואויגן זיך איינצושרייבן דאהי און איבערגעבן מידע פארן ציבור וואס איז מעוניין זיך צו באקענען מיט איר.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 2:32 pm
דורך געוואלדיג
היות דער עולם דא קען נישט עברית גוט איז וויכטיג אז די וויכטיגע מידע (אינפארמאציע) זאלסטו שרייבן מיט אידישע אויסדרוקן אז דער עולם זאל דיר פארשטיין

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 2:42 pm
דורך שמערל
פארקערט, פאר די וואס זענען אינטרעסירט אין די מידע, וועלן זיך ממילא דארפן אויסלערנען די עברית'ישע אויסדריקן...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 3:03 pm
דורך געוואלדיג
יא אבער צוביסליך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:25 pm
דורך אשר
איך האב לעצטענס באזוכט די שטיבל דא און איך בין נתפעל פונעם בית וועד לחכמים וואס דא טוט זיך, ממילא האב איך מיר גענומען א ניק כדאי אויכט צו קענען אריינרעדן אין די געוואלדיגע דיסקאביעס.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:35 pm
דורך שמעקעדיג
שלום עליכם אשר!
@געוואלדיג, וואס איז דיסקאביעס אין עברית?
@"געוואלדיגע דיסקאביעס"

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:39 pm
דורך געוואלדיג
זאג מיר וואס דאס מיינט אין אידיש וועל איך נאכדעם דאס איבער טייטשן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:49 pm
דורך נופת צופים
איך מיין ס'מיינט סומאטוכעס

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:51 pm
דורך געוואלדיג
באלאגאן אדער בלגן

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 12:01 am
דורך ישראל קאפקע
דיסקוסיעס, רבנים. פשוט פארטוישט די ס מיט א ב (זיי זענען איינע גלייך נעבן די צווייטע אויפן קיבארד).

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 12:04 am
דורך נופת צופים
ישראל קאפקע האט געשריבן:דיסקוסיעס,

ס'איז נאר געוועהן א וויץ

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 1:56 pm
דורך זייגער
I want to write and explain my stand in all aspects, subjects and matters.
I hope to bring up the place another level, two, or even three.
I hope I will be accepted nicely, and make you laugh, as it's what I am best at.

I know you have heard from me before, so I am here to join....

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 2:08 pm
דורך נופת צופים
שלום עליכם אבער איך האף אז דו גייסט נישט ארויף ברענגן די פלאץ דורך ווערן די איינציגסטער וואס לאזט זיך הערן יעדע 3 סעקונדעס, אזויווי דארט

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 2:46 pm
דורך גראדעמעכעלע
אויב ביסטו זייגער פון קרעטשמע גיי צוריק און מעק אויס יעדע מאל וואס דו האסט געשריבן ימ''ש אויף.ק''ש, עס איז דא א לאו זיך אליין צו שעלטן,

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 3:16 pm
דורך נופת צופים
ער זאגט דאך אז מ'קען אים שוין

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 10:40 pm
דורך געוואלדיג
שלום עליכם, דער זייגער רוקט זיך ב"ה, מאך זיך באקוועם מיר ווארטן צו הנאה האבן פון דיר.

נ. ב. דא דארפסטו נישט שרייבן אויף די אנדערע ימ"ש, עס איז א סאלידע פלאץ ווי עס איז דיר באקאנט.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 4:11 pm
דורך אמת
איך בין 25 יאר אלט איך האב א ווייב מיט 3 קינדער בלי עין הרע און איך בין א סאטמערער חסיד איך וואוין אין בארא פארק און איך האב זייער שטארק ליב ארויס צו זאגען מיין מיינונג ברבים במילא האב איך באשלאסען צו ווערן א מעמבער אין קאווע שטיבל