בלאט 23 פון 113

From nws :Map of chance of more than 4 inches

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 11:57 pm
דורך וועטערבאריכט
.

א חשבון פון שנייען אין ברוקלין ביז יעצט

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 1:08 am
דורך וועטערבאריכט
Winter of 2014-2015
11/26/14 - 0.1"
12/10/14 - 0.3"
1/6/15 - 1.2"
1/9/15 - 1.7"
1/24/15 - 2.8"
1/26-27/15 - 10.7"
2/1-2/15 - 6.1"
2/14/15 - 0.3"
2/17/15 - 4.0"
2/21/15 - 4.0"
3/1/15 - 3.5"
____________
TOTAL: 34.8"

נייער european model.

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 1:17 am
דורך וועטערבאריכט
דער european מאדעל איז יעצט אריינגעקומען מיט 4-8 אינטשעס פאר דער שטאט, אפשר 6-10 לעיקוואוד, 4 אפסטיעט. שוין צייט צו גיין שלאפען, א גיטע נאכט.

דינסטאג צופרי אפדעיט

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 7:04 am
דורך וועטערבאריכט
א גוט מארגען, א קאלטען טאג קומט מיט שניי נאכמיטאג וואס טוישט איבער צו אייז אין רעגען שפעט ביינאכט, ביז איין אינטש פון שניי אין אייז אין לעיקוואוד,1-2 אינטשעס אין שטאט ,אין 2-4 אפסטעיט פאר עס טוישט איבער. מארגען רעגען אינדערפרי, פארוואלקענט נאכמיטאג. דערנאך קומט א שנייעדיגער פורים, עס זעט אויס ווי רעגען געמישט מיט שניי פאנגט זיך אהן פורים נאכט אין טוישט צו heavy snow איבערנאכט, צווישען 6 אין 12 אינטשעס זעט אויס זייער מעגליך איבעראל אין די היימישע פלעצער די העכערע אמונטס זעט יעצט אויס פאר סיי ברוקלין אין אויך לעיקוואוד. איך וועל ארויפלייגען א מעפ מיט פונקטליכערע נאמבערס היינט אווענט מיט׳ן וועטער באריכט אי״ה.

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 7:38 am
דורך ישראל קאפקע
וואוו, כמעט אלע שנייען דאס יאר האט ברוקלין און לעיקוואוד באקומען מער שניי ווי מאנסי קרית יואל.

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 10:09 am
דורך צדיק נסתר
ישראל קאפקע האט געשריבן:וואוו, כמעט אלע שנייען דאס יאר האט ברוקלין און לעיקוואוד באקומען מער שניי ווי מאנסי קרית יואל.

נישט אמת, מאנסי און מאנרוי האבן שוין באקומען אלעס צוזאמען א גוטע 50 אינטשעס אויב נישט מער;

אפדעיט

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 3:05 pm
דורך וועטערבאריכט
לייכטע שניי רוקט זיך ציביסעליך אריין אין ברוקלין יעצט, עס וועט ווערען heavier אין א שעה צוויי. עס איז ארויף ביז 32 יעצט אין בארא פארק אבער אזוי ווי אין פריערדיגע שטורמס דער טעמפעראטור וועט פאלען איינמאל דער שניי פאנגט אהן ערענסט צו פאלען, דאס מאל אבער וועט זיך די שניי איבערטוישען גאנץ שנעל צו האגעל איך וואלט געזאגט ביי 6 אזייגער. מיר קענען זען ביז דעמאלטס איין צו אפשר צוויי אינטשעס.

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 4:26 pm
דורך געוואלדיג
אין מאנסי שנייט העפטיג

א גרויסע דאנק קאוועבאריכט!

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 4:45 pm
דורך פישלע העררינג
יעדע שטיק צייט איז אין פלאץ נאכאמאהל צו באדאנקען בשם כל הקהל הקודש אונזער גוטע פריינט "[tag]וועטערבאריכט[/tag]" וועלכער בארייכערט אונזער שטיבל כאטש עס קאסט איהם אפ פיל צייט. והיה שכרך כפול מן השמים וואס דו פארמיידסט אידישע קינדער פון זיך איינהערן צום טריפה'נעם ראדיא און די פאסקודנע אדווערטייזמענטס נאר צו הערן די וועטער.

יישר כח!!

דינסטאג אווענט - וועטער באריכט

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 6:21 pm
דורך וועטערבאריכט
א גיטען אווענט, א ווינטערדיגע פורים נאך א ווינטערדיגע יאר זעט אויס ווי דאס גייט טאקע געשען. היינט נאכט טוישט זיך די אייז אין שניי צו סתם רעגען אין עס וועט נישט זיין צו קיל. מארגען וועט נאך זיין רעגענדיג אין מילד, אבער שפעט פורים נאכט ,לאמיר זאגען נאך 1-2 אזייגער וועט דער רעגען איבערטוישען אויף שניי אין שטאט. טעפרוטערס קראכען פין לעבען 40 צו די נידיריגע 20s איבערנאכט אין צום מגילה לייענען שחרית קען מען שוין זען 2-4 פרישע אינטשעס. פורים אליינס זעט אויס צו זיין ווינטיג אין קאלט מיט שניי דורכאויס דער טאג. עס קען זיין ״אין ערגסטען פאל״ פון 6 ביז 10 אינטשעס ביי פורים שפעט נאכמיטאג אין שטאט, 8-12 אין לעיקוואוד, 4-8 מאנסי , 3-6 מאנרא. דערווייל איז נאך אביסעל אומקלאר פונקט ווען עס טוישט איבער , אויב מער האגעל פאלט אדער אויב דער שטארקערע שניי קומט נישט ארויף אזוי ווייט , דעריבער איז מיין forecast amounts ווייניגער ווי דאס אויף דערווייל. דאנערשטאג נאכט וועט דער שניי זיך ענדיגען אין ווערען שטארק קאלט. פרייטאג וועט בלייבען קאלט אין דערנאך פון שבת ביז דינסטאג ווערט די וועטער פיינעלי בעסער, זיניג אין טעפרעטורס וועלען זיך אנווארעמען צו נארמאל כאטש.

וועטער ברוקלין- winterstorm watch for wednesday night and thursday

דינסטאג נאכט- שניי אין האגעל טוישט אויף רעגען איבערנאכט ,ארום 32 דעגריס אין אווענט טעפרעטורס וועלען ארויפגיין איבערנאכט. א קאטינג פון האגעל אין די אווענט.
מיטוואך- לייכטע רעגען מעגליך , קיל ,ארום 40.
מיטוואך נאכט-פורים נאכט- רעגען אין האגעל אין אווענט טוישט אויף שניי איבערנאכט , 25 דעגריס . 2-4 אינטשעס מעגליך.
פורים- שניי מעגליך heavy , קאלט אין ווינטיג ,ארום 28. 6-8 אינטשעס מעגליך סך הכל.
דאנערשטאג נאכט- שניי ענדיגט זיך דערנאך קלאר , ווינטיג אין אסאך קעלטער ביינאכט , 10. Wind chills 5 below zero.
פרייטאג -שושן פורים- זיניג אין קאלט , 28 בייטאג, ארום 18 ביינאכט.
שבת ביז דינסטאג - זיניג אין קיל, 35-45 בייטאג, 25-30 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד - winterstorm watch for wednesday night and thursday

דינסטאג נאכט- פריזינג רעגען אין האגעל טוישט אויף רעגען איבערנאכט ,ארום 32 דעגריס אין אווענט ,טעפרעטורס וועלען ארויפגיין איבערנאכט.
מיטוואך- לייכטע רעגען מעגליך , קיל ,ארום 42.
מיטוואך נאכט-פורים נאכט- רעגען אין האגעל איבערנאכט טוישט אויף שניי צופרי , 28 דעגריס .
1-3 אינטשעס מעגליך.
פורים- שניי מעגליך heavy , קאלט אין ווינטיג ,ארום 30. 6-10 אינטשעס מעגליך סך הכל.
דאנערשטאג נאכט- שניי ענדיגט זיך דערנאך קלאר , ווינטיג אין אסאך קעלטער ביינאכט , 8.
Wind chills 10 below zero.
פרייטאג -שושן פורים- זיניג אין קאלט , 26 בייטאג, ארום 15 ביינאכט.
שבת ביז דינסטאג - זיניג אין קיל, 35-45 בייטאג, 25-30 ביינאכט.


וועטער מאנסי-

דינסטאג נאכט- שניי אין האגעל טוישט אויף רעגען איבערנאכט ,ארום 30 דעגריס אין אווענט טעפרעטורס וועלען ארויפגיין איבערנאכט. 2-4 אינטשעס פאר עס טוישט איבער.
מיטוואך- לייכטע רעגען מעגליך , קיל ,ארום 40.
מיטוואך נאכט-פורים נאכט- רעגען אין האגעל אין אווענט טוישט אויף שניי איבערנאכט , 20 דעגריס . 1-3 אינטשעס מעגליך.
פורים- שניי מעגליך , קאלט אין ווינטיג ,ארום 25. 4-6 אינטשעס מעגליך סך הכל.
דאנערשטאג נאכט- שניי ענדיגט זיך דערנאך קלאר , ווינטיג אין אסאך קעלטער ביינאכט , 6.
Wind chills 5 below zero.
פרייטאג -שושן פורים- זיניג אין קאלט , 25 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.
שבת ביז דינסטאג - זיניג אין קיל, 35-40 בייטאג, 20-25 ביינאכט.

וועטער מאנרא-


דינסטאג נאכט- שניי אין האגעל טוישט אויף פריזינג רעין איבערנאכט דערנאך רעגען ציפרי ,ארום 28 דעגריס אין אווענט טעפרעטורס וועלען ארויפגיין איבערנאכט. 2-4 אינטשעס פאר עס טוישט איבער.
מיטוואך- לייכטע רעגען מעגליך , קיל ,ארום 40.
מיטוואך נאכט-פורים נאכט- שניי אין האגעל אין אווענט טוישט אויף שניי אין אווענט , 18 דעגריס . 1-3 אינטשעס מעגליך.
פורים- לייכטע שניי מעגליך , קאלט אין ווינטיג ,ארום 22. 3-5 אינטשעס מעגליך סך הכל.
דאנערשטאג נאכט- שניי ענדיגט זיך דערנאך קלאר , ווינטיג אין אסאך קעלטער ביינאכט , 3.
Wind chills 10 below zero.
פרייטאג -שושן פורים- זיניג אין קאלט , 22 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.
שבת ביז דינסטאג - זיניג אין קיל, 35-40 בייטאג, ארום 20 ביינאכט.



אפדעיט אויב עס איז דא any changes , נעסקטע וועטער באריכט מיטוואך נאכמיטאג אי״ה. א גיטע נאכט.

אפדעיט 8pm

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 8:01 pm
דורך וועטערבאריכט
עס ווערט ווארעמער אין עס פאלט יעצט רעגען אין בארא פארק אין אין לעיקוואוד, עס איז פונקטליך ביים פריזינג פונקט 32. עס וועט ציביסעליך ארופגיין דורך די מיטעלע 30s איבערנאכט אין ביידע פלעצער. אין מאנסי אין מאנרא איז נאך א סאך קעלטער אין די מיטעלע 20s דארט וועט נאך זיין האגעל אין פריזינג רעין ביז שפעט ביינאכט , דארט וועלען טעפרעטורס אויך פריבירען ארופציגיין צום פריזינג פונקט ביי midnight. מארגען דורך דער טאג איז א גיטע צייט צו אפרייניגען אלטע הויפענס פון שניי מאכטס פלאץ פאר די נעקסטע אין האפענדיג דאס לעצטע שניי שטורם פון תשע״ה.

ערשטע שניי אמאונט מעפ פאר פורים שניי 10 pm דינסטאג

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 9:57 pm
דורך וועטערבאריכט
.

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 10:53 pm
דורך געוואלדיג
לעצטע שעה רעגנט שוין אין מאנסי

אפדעיט תענית אסתר צופרי אין נייע שניי מעפ.

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 5:34 am
דורך וועטערבאריכט
איבער נאכט זענען די טעמפרעטורס טאקע ארויף ציביסילעך, אין לעיקוואוד איז יעצט שוין 37, בארא פארק 36, מאנסי איז אפילו above freezing מיט 33, קרית יוא-ל איז נאך ביי 32. רעגען פאלט יעצט אבער מערסטענס נארט פון די שטאט, היינט וועט זיין רעגענדיג פון צייט צו צייט אין טעפרעטורס וועלען זיין פון 35 אפסטעיט ביז נאנט צו 40 אין ברוקלין אין לעיקוואוד. היינט אווענט וועט נישט זיין געפערליך ,רעגענדיג געמישט מיט אביסעל האגעל אדער שניי , אין די 30s. די קעלט אין שניי קומט צירוק נאך 1-2 am פורים נאכט. א גיטען טאג ,אין א גרינגער תענית.

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 5:39 am
דורך וועטערבאריכט
פישלע העררינג האט געשריבן:יעדע שטיק צייט איז אין פלאץ נאכאמאהל צו באדאנקען בשם כל הקהל הקודש אונזער גוטע פריינט "[tag]וועטערבאריכט[/tag]" וועלכער בארייכערט אונזער שטיבל כאטש עס קאסט איהם אפ פיל צייט. והיה שכרך כפול מן השמים וואס דו פארמיידסט אידישע קינדער פון זיך איינהערן צום טריפה'נעם ראדיא און די פאסקודנע אדווערטייזמענטס נאר צו הערן די וועטער.

יישר כח!!

יישר כח פאר די קאמפלימענט, איך האף נאר צו קענען באלד שרייבען די וועטער באריכטען אין 3 מינוט: ״זיניג אין ווארעם די וואך , 60s בייטאג , 50s ביינאכט״ למשל....

וועטער באריכט- מיטוואך נאכמיטאג

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 3:39 pm
דורך וועטערבאריכט
עס איז נישט דא א סאך ציצולייגען אין די צייט איז קורץ, בעסיקלי א פאר שטורמס לויפען ארויף אויף א קאלד פראנט דער פראנט וועט דערווייל אדורכקומען די היימישע געגענטער איבערנאכט פון נארט ביז סאוט, עס איז נאך נישט באשטימט פונקטליך ווען עס טוישט איבער אדער ווי ווייט די שווערע שניי קומט ארויף. אבער פורים זעט אויס קאלט אין שנייעדיג. דערווייל האלט איך מיט מיינע פריערדיגע מעפ אין שניי אמאונטס.

וועטער ברוקלין-
Winterstorm warning for late tonight and Thursday

היינט נאכמיטאג - לייכטע רעגען מעגליך , קיל ,ארום 42.
מיטוואך נאכט-פורים נאכט- רעגען אין דער אווענט , ווערט אויסגעמישט מיט האגעל נאך 12 אזייגער, טוישט אויף שניי נאך 3 אזייגער , טעמפרעטורס וועלען פאלען ביז 26 דעגריס אינדערפרי
1-3 אינטשעס מעגליך.
פורים- שניי דורכען טאג מעגליך heavy at times , קאלט אין ווינטיג ,ארום 26. 4-7 אינטשעס מעגליך סך הכל.
דאנערשטאג נאכט- שניי ענדיגט זיך דערנאך קלאר , ווינטיג אין אסאך קעלטער ביינאכט , 12.
Wind chills 5 below zero.
פרייטאג -שושן פורים- זיניג אין קאלט , 25 בייטאג, ארום 18 ביינאכט.
שבת ביז דינסטאג - זיניג אין קיל, 35-45 בייטאג, 25-30 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -
Winterstorm Warning for late tonight and Thursday

היינט נאכמיטאג - לייכטע רעגען מעגליך , קיל ,ארום 45.
היינט נאכט-פורים נאכט- רעגען אין דער אווענט , ווערט אויסגעמישט מיט האגעל נאך 1 אזייגער, טוישט אויף שניי נאך 4 אזייגער , טעמפרעטורס וועלען פאלען ביז 26 דעגריס אינדערפרי
1 אינטש מעגליך.
פורים- שניי דורכען טאג מעגליך heavy at times , קאלט אין ווינטיג ,ארום 28. 6-9 אינטשעס מעגליך סך הכל.
דאנערשטאג נאכט- שניי ענדיגט זיך דערנאך קלאר , ווינטיג אין אסאך קעלטער ביינאכט , 8.
Wind chills 5 below zero.
פרייטאג -שושן פורים- זיניג אין קאלט , 27 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.
שבת ביז דינסטאג - זיניג אין קיל, 35-45 בייטאג, 20-25 ביינאכט

וועטער מאנסי-

היינט נאכמיטאג- לייכטע רעגען מעגליך , קיל ,ארום 42.
היינט נאכט-פורים נאכט- רעגען אין האגעל אין דער אווענט טוישט אויף שניי איבערנאכט ,טעמפרעטורס וועלען פאלען ביז 22 דעגריס אינדערפרי. 1-3 אינטשעס מעגליך.
פורים- שניי מעגליך ביז נאכמיטאג , קאלט אין ווינטיג ,ארום 23. 3-5 אינטשעס מעגליך סך הכל.
דאנערשטאג נאכט- קלאר , ווינטיג אין אסאך קעלטער ביינאכט , 6.
Wind chills 5 below zero.
פרייטאג -שושן פורים- זיניג אין קאלט , 23 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.
שבת ביז דינסטאג - זיניג אין קיל, 37-42 בייטאג, 20-25 ביינאכט.

וועטער מאנרא-

היינט נאכמיטאג- לייכטע רעגען מעגליך , קיל ,ארום 40.
היינט נאכט-פורים נאכט- רעגען ,האגעל אין שניי אין דער אווענט טוישט אויף שניי איבערנאכט ,טעמפרעטורס וועלען פאלען ביז 18 דעגריס אינדערפרי. 1-2 אינטשעס מעגליך.
פורים- שניי מעגליך ביז נאכמיטאג , קאלט אין ווינטיג ,ארום 22. 2-3 אינטשעס מעגליך סך הכל.
דאנערשטאג נאכט- קלאר , ווינטיג אין אסאך קעלטער ביינאכט , 3.
Wind chills 5 below zero.
פרייטאג -שושן פורים- זיניג אין קאלט , 22 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.
שבת ביז דינסטאג - זיניג אין קיל, 35-40 בייטאג, ארום 20 ביינאכט.


נעסקטע וועטער באריכט שפעט מארגען ביינאכט אדער שושן פורים אינדערפרי אי״ה .איך וועל זיין אין לעיקוואוד בעזרת ה׳ אויף פורים אין איך וועל פרובירען צו אפדעיטען אביסעל ווי מעגליך. א פרייליכען פורים!

אפדעיט - פורים צופרי

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 7:07 am
דורך וועטערבאריכט
א גיט מארגען, דער קאלטער לופט אין אויך די טויש צו שניי איז געקומען א שיינע שעה שפעטער ווי עקספעקטעט. טראץ דעם איז דער שטורם אן טרעק די שניי מעפ וואס איך האב ארויפגעלייגט מיטוואך אינדערפרי איז נאך גוט. דער שניי איז נאך נאסע שניי מיט טעפרעטורס נאנט צו 32 אין בארא פארק אין לעיקוואוד, אין ארום 30 אין מאנסי אין מאנרא. אין די נעקסטע פאר שעה וועט די שניי ווערען heavy אין דער שטאט אין לעיקוואוד אין די טעמפרעטורס וועלען אריינפאלען אין די 20s. עס וועט ווערען ערגער סיי אין די שניי באדעקטע גאסען אין סיי לגבי די קעלט אין ווינט דורך דער טאג, אז איר קענט נעמט קער פון ארויסטיילען די משלוח מנות אינדערפרי ווי מעגליך. א פרייליכען לעכטיגען פורים אידען!

אפדעיט 11 אזייגער פורים אינדערפרי

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 11:23 am
דורך וועטערבאריכט
א פרייליכען פורים, איך בין דא אין לעיקוואוד עס שנייט heavy עס האלט שוין ביי 3 אינטשעס דא, אין ברוקלין ווייס איך נישט פונקטליך וויפיל לויט וויאזוי עס זעט אויס פון קעמראס זעט אויס ווי 2-3 אינטשעס. רבותי אויב איינער איז אין ברוקלין, מאנסי אדער מאנרא , פליז שיקט אריין א שנעלע פאוסט מיט וואס טוט זיך דארט. ווי עס זעט אויס פון די רעדאר פיקטשור פאלען די heaviest bands איבער סענטראל new jersey, איבער די שטאט איז מערסטענס light to moderate snow. עס גייט נאך שנייען ביז כאטש 3 אזייגער אין שטאט , דערנאך וועט די שניי ווערען אדער זייער לייכט אדער זיך ענדיגען פון 4-7 אינטשעס אין שטאט, 6-9 אין לעיקוואוד, 3-6 מאנסי אין 2-4 אין מאנרא. ווען עס איז דערנאך. עס ווערט כסדר קעלטער , בארא פארק איז שוין אראפ צו 27, לעיקוואוד 29, מאנרא אין מאנסי נאנט צו 20.
איך וועל אריינשרייבען אפדעיטס היינט פון צייט צו צייט.

אפדעיט 1 אזייגער

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 1:17 pm
דורך וועטערבאריכט
א heavy band פון שניי קומט יעצט אריין אין New York City דאס קען אראפלייגען ביז 2 אינטשעס פער שעה. עס איז קאלט יעצט נאר 22 אין עס האלט אין איין ווערען קעלטער. דער בענד וועט אדורכגיין ציביסעליך אין די נעקסטע שעה צוויי.

אפדעיט 2 אזייגער פורים נאכמיטאג

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 2:29 pm
דורך וועטערבאריכט
דער heavy band פון שניי רוקט זיך יעצט זייער שטאטליך ארויס פון נאו יארק סיטי , לייכטערע שניי וועט נאך פאלען פאר א פאר שעה עס ליגט שוין אויפן ערד בערך 5-6 אינטשעס סאו מיט נאך א אינטש אדער צוויי וועט עס אינז ברענגען צו די 6-8 אינטש טאטעלס. נארט פון די סיטי שנייט לייכטער אין זיי וועלען שוין נישט זען סאך מער פון וואס ליגט שוין יעצט אויפ׳ן גראונד. אין לעיקוואוד איז דא ארום 6 אינטשעס אין עס שנייט פעסט איך האלט אז מיר וועלען אויך אנקומען אויף די high end פון 8-9 צו אפשר 10 אינטשעס פאר עס ענדיגט זיך אין דער אווענט דא, דער קאלטער טרוקענער לופט שטופט דער שניי בענדס ציביסעליך סאוט אין איסט . היינט נאכט וועט זיין גאר קאלט אין ווינטיג מיט blowing and drifting snow. זייער א זעלטענע וועטער באריכט פאר נאו יארק פאר פורים. זייט באווארענט די ווינט chills זענען שוין יעצט נאנט צו די single digits אין אלקעהאל מאכט א מענטש מער סענסיטיוו צו דעם.

Final amounts for the storm

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 8:12 pm
דורך וועטערבאריכט
.

דאנערשטאג נאכט וועטער באריכט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 8:55 pm
דורך וועטערבאריכט
א פרייליכען פורים, דער שטורם איז פארביי אין יעצט גייט זיין א פאר קאלטע טעג ביז נאך שבת, אבער נעקסטע וואך קען איך מיט גרויס פרייד זאגען אז עס גייט באמת פיינעלי זיין א ברעיק אין דער קאלטער שנייעדיגער וועטער פאטטערן. פרייטאג וועט טאקע זיין אין די 20s, שבת אין די 30s , אבער זינטאג ביז מיטוואך אין די 40s אין נעקסטע דאנערשטיג קען זיין אין די 50s! עס קען זיין אז ביי נעקסטע וואך אין דער צייט וועט דער שניי הויפענעס זיין א old memory.
איך וועל אי״ה ארויפלייגען א וועטער באריכט מארגען. א גיטע נאכט.

שושן פורים אינדערפרי- וועטער באריכט

נשלח: פרייטאג מערץ 06, 2015 6:46 am
דורך וועטערבאריכט
א גוט מארגען ,א גיטען ערב שבת קודש. איר וועט הנאה האבען פון דעם וועטער געריכט היינט רבותי! :lol: פיינעלי זעט מען זין אין טעמפרעטורס וואס גייען ארויף א יעדען טאג ! איך זאג נישט צו אז ווינטער איז גענעצליך over, אבער עס זעט אויס ווי א שיינער ברעיק כאטש.

וועטער ברוקלין- זייער קאלט היינט צופרי 13 דעגריס יעצט.

פרייטאג -שושן פורים- זיניג אין קאלט , 25 בייטאג, קלאר אין קאלט ,ארום 16 ביינאכט.
שבת -טיילווייז זיניג אין נישט אזוי קאלט, 35. מוצאי שבת- פארוואלקענט אין קיל, 28.
זינטאג ביז דינסטאג - זיניג אין מילד, 40-45 בייטאג, 25-30 ביינאכט.
מיטוואך אין דאנערשטאג- זיניג אין ווארעמער 47-52 בייטאג, 30-35 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד - זייער קאלט היינט צופרי 9 דעגריס יעצט.

פרייטאג -שושן פורים- זיניג אין קאלט , 25 בייטאג, קלאר אין קאלט ,ארום 12 ביינאכט.
שבת -טיילווייז זיניג אין נישט אזוי קאלט, 38. מוצאי שבת- פארוואלקענט אין קיל, 27.
זינטאג ביז דינסטאג - זיניג אין מילד, 40-45 בייטאג, 25-30 ביינאכט.
מיטוואך אין דאנערשטאג- זיניג אין ווארעמער 48-54 בייטאג, 30-35 ביינאכט.

וועטער מאנסי- זייער קאלט היינט צופרי 7 דעגריס יעצט.

פרייטאג -שושן פורים- זיניג אין קאלט , 24 בייטאג, קלאר אין קאלט ,ארום 10 ביינאכט.
שבת -טיילווייז זיניג אין נישט אזוי קאלט, 32. מוצאי שבת- פארוואלקענט אין קיל, 26.
זינטאג ביז דינסטאג - זיניג אין מילד, 40-45 בייטאג, 20-25 ביינאכט.
מיטוואך אין דאנערשטאג- זיניג אין ווארעמער 45-50 בייטאג, 28-33 ביינאכט.

וועטער מאנרא-גאר קאלט היינט צופרי נאר 1 דעגרי יעצט.

פרייטאג -שושן פורים- זיניג אין קאלט , 22 בייטאג, קלאר אין קאלט ,ארום 8 ביינאכט.
שבת -טיילווייז זיניג אין נישט אזוי קאלט א פאר פלאריס מעגליך נאכמיטאג, 32. מוצאי שבת- פארוואלקענט אין קיל, 25.
זינטאג ביז דינסטאג - זיניג אין מילד, 37-42 בייטאג, 18-23 ביינאכט.
מיטוואך אין דאנערשטאג- זיניג אין ווארעמער 43-48 בייטאג, 25-30 ביינאכט.


נעסקטע וועטער באריכט מוצאי שבת אי״ה . א גוט שבת.