בלאט 23 פון 94

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:51 pm
דורך ראוונע
סקאט וואלקער

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:52 pm
דורך ראוונע
טעד קרוז

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 11:38 pm
דורך שבת אחים
BERNIE SANDERS ON THE RACHEL MADDOW SHOW 10/26/15

http://www.msnbc.com/rachel-maddow/watc ... 2439363798

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 11:51 pm
דורך mevakesh
@ראוונע פון וואו זענען די בילדער?
ס'איז עפעס נישט די ארגינעלע פענימער ניין?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 11:56 pm
דורך שבת אחים
mevakesh האט געשריבן:@ראוונע פון וואו זענען די בילדער?
ס'איז עפעס נישט די ארגינעלע פענימער ניין?

ראוונע האט געשריבן:עפעס א געוויסע וועבזייטעל האט פארעפענטליך בילדער וויאזוי יעדער פון די קאנדידאטען וואלטען אויסגעזעהן נאכען סערוווירען אכט יאר אינעם ווייסען הויז
זעהט אין האט הנאה

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:11 am
דורך ראוונע
mevakesh האט געשריבן:@ראוונע פון וואו זענען די בילדער?
ס'איז עפעס נישט די ארגינעלע פענימער ניין?

סאיז וויאזוי זיי וואלטען אויסגעזעהן נאכען זיין פרעזידענט פאר אכט יאר

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:28 am
דורך אלס ווייסער
שבת, 100% גערעכט און איך מיין עס וואלט רעכט געווען אז איר זאלט נעמען אייער גאלדענעם פעדער (קיעבארד) און איינמאל פאר אלעמאל אראפלייגן די אריגינעלע סאשעליסט שיטה, נישט קאמוניזם.

ראוונע האט געשריבן:שבת טייערע איך האב מיך בעיקר באצויגען צו די occupy Wall Street מאוומענט

צווייטענס פארלאנגען זיי זאלען צאלען גלייך ווי יעדעם איינעם (למשל לאמיר זאגען אז מלייגט ארויף א equal 30% אינקאם טעקס אויף יעדעם איינעם אין אוטאמאטיש וויבאלד זיי מאכען מער געלט קומט אויס אז זייער 30% איז מער ווי מיין 30%) איז איין זאך אבער לכתחילה הייבען זייער פערסענטעדזש אין טעקסעס איז נישט קיין יושר
אין די צייטען פון occupy Wall Street איז געווען א בושה צו זיין רייך מיט ראמני האט כסדר געדארפט באהאלטען זיין רייכקייט
ווי כאילו מיט דעם וואס איך בין רייך האב איך עפעס צוגענומען פון דיר

און יא, רוב מענטשען וואס זענען רייך ("רוב", נישט אלע) ארבייטען שווער פאר זייער געלט. האבען א שאופער אין א שיינע באקוועמער קאר מיינט נישט אז זיי ארבייטען נישט שווער נאר סאיז א תוצאה ווייל ער האט געארבייט שווער האט ער געמאכט גענוג געלט צו קענען עפפארדען א שאופער מיט א באקוועמער קאר

אין די משל וואס די ברענגסט פון די מוסדות איז wrong ווייל די עושר'ס שכר לימוד ביל איז נישט מער ווי די עוורידזש אינגערמאן (ביי ארימע איז דא אזא זאך ווי מען מאכט עס ביליגער אבער מען מאכט נישט די עושר'ס טייערער) נאר אז די עושר וויל געבט ער א שיינע נדבה צום דינער אדער איז מנדב א בנין פאר די מוסדות. די זעלבע זאך אין אמעריקע אויב א עושר א שטייגער ווי ווארען באפעט פילט אז ער וויל געבן מער אין טעקסעס צו קענען אויסהאלטען די ארימע כל הכבוד אבער קענסט נישט מחייב זיין דעם עושר צו געבן מער



נישט קיין חילוק וויאזוי דו קוקסט עס אן, למעשה איז אנגענומען אז אן עושר צאלט מער שכ"ל און אן ארימאן צאלט ווייניגער. הנחה ארויף הנחה אראפ, אויב ווילסטו אבער יא גיין אויף דעם מהלך קען מען אויך זאגן אז באמת דארף יעדער צאלן 45% טעקס אבער די ארימע/מיטל קלאס באקומען א הנחה פון 15-20-30%,
באמת האלט איך פון א נאציאנאלע סעילס טעקס (פעירטעקס) וואו מען צאלט אויף וואס מען קויפט, נישט לויט די אינקאם, איך גלייב אז עס איז שוין באשריבן ערגעץ דא אין שטיבל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 1:07 am
דורך גר ותושב
ראוונע האט געשריבן:א חלק פון די פראבלעם פון דיין פלאן צו העכערען טעקסעס אויף די רייכע איז. אז עס דארף זיין א ווילען צו אנהייבען א ביזנעס אין מאכען געלט אויב גראד ווען עס הייבט מיר אן צו גיין גוט קומט די גאווערמענט אין הייבט אן נעמען גרויסע מוציא'ס וועט עס אוועקנעמען פון די חשק פון מענטשען צו ווילען בכלל אנהייבען


https://youtu.be/mL5gid0zTvg

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:16 am
דורך ראוונע
אלס ווייסער האט געשריבן:
נישט קיין חילוק וויאזוי דו קוקסט עס אן, למעשה איז אנגענומען אז אן עושר צאלט מער שכ״ל און אן ארימאן צאלט ווייניגער. הנחה ארויף הנחה אראפ, אויב ווילסטו אבער יא גיין אויף דעם מהלך קען מען אויך זאגן אז באמת דארף יעדער צאלן 45% טעקס אבער די ארימע/מיטל קלאס באקומען א הנחה פון 15-20-30%,
באמת האלט איך פון א נאציאנאלע סעילס טעקס (פעירטעקס) וואו מען צאלט אויף וואס מען קויפט, נישט לויט די אינקאם, איך גלייב אז עס איז שוין באשריבן ערגעץ דא אין שטיבל

האסט א טעות, ווען איינער קאלט אריין אין שכר לימוד אפיס פרעגן וויפיל קאסט שכר לימוד פאר א קינד אין די מוסדות פרעגט מען אים נישט איין מינוט וויפיל געלט מאכסטו א וואך אין אויב ער מאכט ווייניג געט מען אים איין פרייז אין אויב ער מאכט אסאך גיסט מען אים א צווייטע פרייז. ניין סאיז דא איין פרייז פאר שכר לימוד אין אויב די קאלסט אריין זיך בעטן אז די קענסט עס נישט afforden וועט מען דיר אפשר געבן אן הנחה אין די מאכסט ברוך השם פרנסה וועט מען ארויפקומען צו דיר פארען דינער אין בעטן זעלבסט געבן א שיינע נתינה אדער א בנין גאר

עס דארף זיין איין פלעט טעקס רעיט פאר אלע צוגלייך ארים צו רייך אין אוטאמאטיש קומט אויס אז דער עושר מאכט מער געלט איז זיין טעקסעס מער
אבער צו מאכען א באזונדערע טעקס רעיט איז נישט קיין יושר
העכסטע נס קענסטו ארויפלייגען א גרעסערע רעיט אויף די סעילס טעקס

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 10:26 am
דורך mevakesh
NYT/CBS News poll
GOP national

Carson 26%
Trump 22
Rubio 8
Bush/Fiorina 7
Paul /Cruz/Huckabee/Kasich 4

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:20 am
דורך ראוונע
א נייע מאנמאוט אנקעטע פון אייאווע ווייזט

קלינטאן 65%
סענדערס 24%
אמאלי 5%

זעהט אויס אז אמעריקע איז נאכנישט גרייט פאר סאושעליזעם

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 1:59 pm
דורך שבת אחים
בול ש*ט, יעדע אנדערע פאול זאגט אז ס׳איז א טייט רעיס, די מאנמאוט פאול איז פעלערהאפטיג ווייל צעהן אנדערע נייעס קוועלער זאגן אנדערש! זעה די היינטיגע ניו יארק טיימס ארטיקל איבער די מאנמאוט פאול:

I haven’t had much good
news for Bernie Sanders supporters this year, so let me go out of my way to provide some today: There are very good reasons to question a new Monmouth poll that shows Hillary Rodham Clinton leading by 41 percent in Iowa.
?Most other polls have tended to show a tight race, but Monmouth shows a blowout. Why

One possibility is that Mrs. Clinton has made gains over the last few weeks, thanks to Joe Biden’s withdrawal from the race or her performance in the Benghazi hearing. But another possibility is the sampling frame of the survey. There are good reasons to believe that the Monmouth poll excludes many voters who are supporting Mr. Sanders.

http://mobile.nytimes.com/2015/10/28/up ... oogle.com/

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:16 pm
דורך mevakesh
Lora college poll today confirms almost the same results
Clinton 62
Sanders 24
Omaly 3

You sound like a trump supporter....

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:42 pm
דורך גר ותושב
ער איז נאך צוריק געשטאנען צוויי וואכן וואס דעמאלט האט געדארפט צו הייסן אז סענדערס שטייגט און די פאולס

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:12 pm
דורך ראוונע
שבת איך ווייס נישט ווי די ביזט סטאק געבליבען אבער די פאולס די לעצטע וואך צוויי סיי לאקאל אין סיי נאציאנאל ווייזען אז קלינטאן שטארקט זיך איבער סענדערס
כאפ א בליק אויף די היינטיגע ריעל קלעיר פאליטיקס עוורידזש פון מערערע אנקעטעס
דעס הייסט נישט קיין טייט רעיס ביי מיר

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:16 pm
דורך ראוונע
דא האסטו פון אייאווע

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:51 pm
דורך שבת אחים
ווענדט זיך לויט וועלכע פאול! לויט CBS איז ער דריי פוינטס אינטער הילערי לויט בלומבערג זיבן פוינטס און עס איז נאך דא מעהר ווי 90 טעג צו גיין , דעס מיינט אז אמעריקא איז נישט רעדי פאר סאושליזים אזויווי דו שרייבסט אויבן? פארוואס איז די מאנמאוט פאול שטערקער ווי CBS??

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 4:01 pm
דורך ראוונע
אמעריקע איז נישט רעדי פאר סאושעליזעם ווייל קוק אויף די national פאולס
הילערי צעדרוקט אים נאציאנאל
דרך אגב וואלט איך געבעטן די גבאים צו צעטיילען דעם אשכול דעס זאל בלייבען פאר בלויזע נייעס פונעם פרעזידענטליכע רעיס
אין מזאל עפענען א פרישע אשכול ווי מקען זיך טענה׳ן אין ווי מקען קאמפיינען פאר איין קאנדידאט איבער א צווייטען. אין ווי שבת זאל קענען לייגען זיינע אלע בערני סענדערס קליפס

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 5:11 pm
דורך אלס ווייסער
ראוונע האט געשריבן:
אלס ווייסער האט געשריבן:
נישט קיין חילוק וויאזוי דו קוקסט עס אן, למעשה איז אנגענומען אז אן עושר צאלט מער שכ״ל און אן ארימאן צאלט ווייניגער. הנחה ארויף הנחה אראפ, אויב ווילסטו אבער יא גיין אויף דעם מהלך קען מען אויך זאגן אז באמת דארף יעדער צאלן 45% טעקס אבער די ארימע/מיטל קלאס באקומען א הנחה פון 15-20-30%,
באמת האלט איך פון א נאציאנאלע סעילס טעקס (פעירטעקס) וואו מען צאלט אויף וואס מען קויפט, נישט לויט די אינקאם, איך גלייב אז עס איז שוין באשריבן ערגעץ דא אין שטיבל

האסט א טעות, ווען איינער קאלט אריין אין שכר לימוד אפיס פרעגן וויפיל קאסט שכר לימוד פאר א קינד אין די מוסדות פרעגט מען אים נישט איין מינוט וויפיל געלט מאכסטו א וואך אין אויב ער מאכט ווייניג געט מען אים איין פרייז אין אויב ער מאכט אסאך גיסט מען אים א צווייטע פרייז. ניין סאיז דא איין פרייז פאר שכר לימוד אין אויב די קאלסט אריין זיך בעטן אז די קענסט עס נישט afforden וועט מען דיר אפשר געבן אן הנחה אין די מאכסט ברוך השם פרנסה וועט מען ארויפקומען צו דיר פארען דינער אין בעטן זעלבסט געבן א שיינע נתינה אדער א בנין גאר

עס דארף זיין איין פלעט טעקס רעיט פאר אלע צוגלייך ארים צו רייך אין אוטאמאטיש קומט אויס אז דער עושר מאכט מער געלט איז זיין טעקסעס מער
אבער צו מאכען א באזונדערע טעקס רעיט איז נישט קיין יושר
העכסטע נס קענסטו ארויפלייגען א גרעסערע רעיט אויף די סעילס טעקס


לאמיר גיין אויף אן אנדערן וועג:
כדי אמעריקא זאל קענען ראנען עפישינטלי (וואדעווערדעטמיענס) וואלטן אלע ארבייטס יונגעלייט געדארפט צאלן 40% טעקס, נאר אזויווי רוב מיטל קלאס קען זיך נישט ערלויבן צו צאלן אזוי פיל האט מען עס צוטיילט לויט די אינקאם, דער ארימאן (אדער חסיד) צאלט גארנישט, דער מיטל קלאס צאלט 25-30% און דער עושר צאלט 45%,

באמת אבער האלט איך אז דאס איז אויך נישט די ריכטיגע וועג ווייל עס האט אסאך ׳לופהאלס׳ און עס איז שווער נאכצוגיין פונקטליך, די בעסטע וועג איז אז אויף ברויט צאלט מען 2% טעקס, קעיק 7%, נאש 12%, א הויז 30%, קאר 40%, לוקסוריעזע קאר, פאון און אנדערע מותרות 50-60% און אזוי ווייטער,
אויף דעם וועג צאלט קיינער נישט קיין טעקס נאר ווייל ער מאכט אביסל געלט און אויב לעבט ער א פשוטן לעבן קען ער נאך אוועקלייגן אפאר דאלער אויך און אויב איינער דארף הילף פאר די פשוטע זאכן וועט ער ווייטער באקומען פוד סטעמפס, מעדיקעיד, וויק וכו׳

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:05 pm
דורך ראוונע
אלס ווייסער האט געשריבן:לאמיר גיין אויף אן אנדערן וועג:
כדי אמעריקא זאל קענען ראנען עפישינטלי (וואדעווערדעטמיענס) וואלטן אלע ארבייטס יונגעלייט געדארפט צאלן 40% טעקס, נאר אזויווי רוב מיטל קלאס קען זיך נישט ערלויבן צו צאלן אזוי פיל האט מען עס צוטיילט לויט די אינקאם, דער ארימאן (אדער חסיד) צאלט גארנישט, דער מיטל קלאס צאלט 25-30% און דער עושר צאלט 45%,

באמת אבער האלט איך אז דאס איז אויך נישט די ריכטיגע וועג ווייל עס האט אסאך ׳לופהאלס׳ און עס איז שווער נאכצוגיין פונקטליך, די בעסטע וועג איז אז אויף ברויט צאלט מען 2% טעקס, קעיק 7%, נאש 12%, א הויז 30%, קאר 40%, לוקסוריעזע קאר, פאון און אנדערע מותרות 50-60% און אזוי ווייטער,
אויף דעם וועג צאלט קיינער נישט קיין טעקס נאר ווייל ער מאכט אביסל געלט און אויב לעבט ער א פשוטן לעבן קען ער נאך אוועקלייגן אפאר דאלער אויך און אויב איינער דארף הילף פאר די פשוטע זאכן וועט ער ווייטער באקומען פוד סטעמפס, מעדיקעיד, וויק וכו׳

קודם כל יעצט פארדרייסטו פון אינקאם טעקס צו סעילס טעקס
צווייטענס די רעדסט פון די גאווערמענט זאל ראנען עפישיענטלי. סאיז דיר אמאל בייגעפאלען אז מען קען שניידען פון די גאווערמענט אין דעס איז אויך א וועג וויאזוי די גאווערמענט זאל ראנען עפישיענטלי?
די רעדסט פון דעם אז דער ארימאן קען נישט באצאלען קיין טעקס אויף צו פאנדען מלחמות אין איך זאג אז איך האלט נישט ביים באצאלען קיין גראבע טעקסעס אז די גאווערמענט זאל קענען אויסגעבן שווערע געלטער צו בויען א וועבזייטעל וואס ארבייט נישט
צו יעדע זאך יעדע אינטערנעמונג וואס די גאווערמענט נעמט אונטער ווען די קוקסט אריין אין די בודזשעט וויפיל געלט עס דארף קאסטען וועסטו זעהן אז עס קאסט צען צו צוואנציג מאל אזויפיל וויפיל עס וואלט געקאסט פאר מיר אין דיר עס צו מאכען
צו איך האלט נישט ביים באצאלען גראבע טעקסעס אז די גאווערמענט זאל טיילען אבאמא פאון׳ס וואס אפילו לשיטתך איז עס א לוקסוס אמער די וואלסט ארויפגעלייגט אויף דעם די העכסטע טעקס
אויב ווילסטו די גאווערמענט זאל ראנען מער עפישיענטלי דארפסטו קוקען ווי מען קען סעיווען מער געלט נישט ווי מען קען ספענדען מער געלט אין זיך נאכדעם מוטשעענען וויאזוי מען באצאלט דערפאר
אין לגבי דיין סעילס טעקס פלאן קען איך נאר אזויפיל זאגען. נאך א מזל די ביזט נישט אין טשארדזש פון די זאכען

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 9:05 am
דורך שמעקעדיג
ראוונע האט געשריבן:און איך זאג אז איך האלט נישט ביים באצאלען קיין גראבע טעקסעס אז די גאווערמענט זאל קענען אויסגעבן שווערע געלטער צו בויען א וועבזייטעל וואס ארבייט נישט,

איך האלט נישט ביים באצאלען גראבע טעקסעס אז די גאווערמענט זאל טיילען אבאמא פאון'ס


דו האלטסט נישט ביים באצאלן... וועלקאם טו די קלאב! טעקסעס צאלט קיינער נישט ווייל ער האלט דערביי. אפגעזען אויף וועלכע סיבה. א מענטש וויל זיין בעה"ב אויף זיין געלט, וועמען ער זאל שטיצן. אבער וואס קען מען טאן אז עס איז נישט בידינו צו באשליסן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 9:18 am
דורך ראוונע
Looks like you missed my point

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 10:39 am
דורך שמעקעדיג
Looks like
עס איז נאר געווען א זייטיגע נ.ב., נישט אז איך דינג זיך, ודי בזה.