בלאט 23 פון 24

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:57 am
דורך Djיאמי
טאמבל סאס האט געשריבן:א נאמען ווייזט אסאך אויף דער מענטש.

א פראפייל פוקטשער אויך



Sent from my C6743 using Tapatalk

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 10:51 am
דורך א איד
mevakesh האט געשריבן:Dj123go איז שוין היינט א פאסיגע ניק...

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=351703#p351703

ווען איז עס נישט געווען?

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 08, 2016 8:28 pm
דורך ווייל אזוי
וועלעכע ישיבה הייסט DJ ?

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 08, 2016 8:43 pm
דורך Djיאמי
פארוואס דארף א ישיבה צו הייסן dj

Sent from my C6743 using Tapatalk

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 08, 2016 8:50 pm
דורך mevakesh
א איד האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:Dj123go איז שוין היינט א פאסיגע ניק...

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=351703#p351703

ווען איז עס נישט געווען?


דא

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=331720#p331720

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 08, 2016 9:42 pm
דורך ווייל אזוי
Djיאמי האט געשריבן:פארוואס דארף א ישיבה צו הייסן dj

Sent from my C6743 using Tapatalk



ווער ס'פארשטייט פארשטייט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:57 pm
דורך אסף המזכיר
דער ראש ישיבה זאל זיך ביטע איינשרייבען מיט אן אנדערע ניק, מיר האבן שוין א ראש ישיבה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 7:42 pm
דורך שבת אחים
אסף המזכיר האט געשריבן:דער ראש ישיבה זאל זיך ביטע איינשרייבען מיט אן אנדערע ניק, מיר האבן שוין א ראש ישיבה.



העי, אויב נישט ראש ישיבה אפשר זאל מען אים רופן ׳ראש כבש׳ דאכצעך דעס האבן מיר נאכנישט, שנהי׳ לראש ולא לזנב?, אפשר גאר ׳ראש ממשלה׳ וואלט זיך צוגעפאסט פאר אים אויב ער איז נישט פון די סאקמורים.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 8:00 pm
דורך וואלווי
אסף המזכיר האט געשריבן:דער ראש ישיבה זאל זיך ביטע איינשרייבען מיט אן אנדערע ניק, מיר האבן שוין א ראש ישיבה.


ליטוואקען האבן מיר נישט גענוג אבער דאך מער ווי גענוג...

נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:09 pm
דורך אסף המזכיר
יוקל איז נישט קיין פאסיגע ניק.

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 6:29 pm
דורך מפוזרי
אויף צו זיין רב אין גאנץ וואלאווע פאסט עס, אבער פאר א קאווע אין שטיבל נישט?

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 11:22 pm
דורך אסף המזכיר
אהרן בן יעקב זאל זיך ביטע איינשרייבען מיט אן אנדערע ניק, מיר האבן שוין אן אהרן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 11:26 pm
דורך בן אדם
אהרן בן יעקב?
אה יא, איך קען עם

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:00 pm
דורך שטויבעלעך
איך האב א שטיקל שאלה:

כ'האב מיך צום ערשט פרובירט צו רעגיסטרירן מיטן ניק 'ההוא גברא', איז מיר אקעגן געקומען א רויטע אלערט: די באנוצער-נאמען עקזיסטירט שוין!
למעשה, טרעף איך נישט אין די באנוצער ליסטע אזא ניק בכלל.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 3:17 pm
דורך איסר האטלקי
שטויבעלעך האט געשריבן:איך האב א שטיקל שאלה:

כ'האב מיך צום ערשט פרובירט צו רעגיסטרירן מיטן ניק 'ההוא גברא', איז מיר אקעגן געקומען א רויטע אלערט: די באנוצער-נאמען עקזיסטירט שוין!
למעשה, טרעף איך נישט אין די באנוצער ליסטע אזא ניק בכלל.

פון א גברא ביזטו געווארן ניטאמאל א חפצא, פון ואנוכי צו עפר ואפר.

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 8:30 am
דורך טרויבן88
שטויבעלעך האט געשריבן:איך האב א שטיקל שאלה:

כ'האב מיך צום ערשט פרובירט צו רעגיסטרירן מיטן ניק 'ההוא גברא', איז מיר אקעגן געקומען א רויטע אלערט: די באנוצער-נאמען עקזיסטירט שוין!
למעשה, טרעף איך נישט אין די באנוצער ליסטע אזא ניק בכלל.

איך האב געהאט די זעלבע פראבלעמען, און למעשה צים סוף זענען אלע פראבעס אויך געווארן גערעגיסטערט נישט וויסנדיג , בין איך געבליבן מיט אכט אין אכציג טרויבן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 10:39 am
דורך דער גאלדענער אדלער
כ'האב מיך טאקע אייביג געווינדערט וואס דע אכט און אכציג מיינט? מילא טרויבן איז פשוט, קען זיין האסט א שוואכקייט צו א פיינע קריספי דזשוסי זיסע טרויבן אבער 88? וואס קען עס מיינען? אפשר עפעס א שם, צו א גמטריא, אדער אפשר א ראשי תיבות, ווי למשל פי חכם =88 אדער פי חן=88 אדער אפשר וואוינסטו אינעם ווייטען קאליפארניע'ס וויין שטאט פרעזנא און דיין אדרעס איז 88 גרעיפויין בולעווארד?

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 12:35 pm
דורך טרויבן88
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'האב מיך טאקע אייביג געווינדערט וואס דע אכט און אכציג מיינט? מילא טרויבן איז פשוט, קען זיין האסט א שוואכקייט צו א פיינע קריספי דזשוסי זיסע טרויבן אבער 88? וואס קען עס מיינען? אפשר עפעס א שם, צו א גמטריא, אדער אפשר א ראשי תיבות, ווי למשל פי חכם =88 אדער פי חן=88 אדער אפשר וואוינסטו אינעם ווייטען קאליפארניע'ס וויין שטאט פרעזנא און דיין אדרעס איז 88 גרעיפויין בולעווארד?

וואס זאל איך דיר זאגן??? איך האב אויך נישט ליב געהאט די נאמען, איך האב אנגעפאנגען מיט טעכנעלאגישע נעמען, אבער עס האט נישט געארבייט, אלעמאל ארויפגעקומען נישט אוועילעבעל, טרויבן האט נישט געארבייט מיט די 88 אויך נישט, נאר נאכדעם האב איך געזען אז סארבייט, האט איך געגאנגען מיט דעם, וואס איז א חילוק די נאמען אויב די געדאנקען זענען גוט...

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 12:57 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
טרויבן88 האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'האב מיך טאקע אייביג געווינדערט וואס דע אכט און אכציג מיינט? מילא טרויבן איז פשוט, קען זיין האסט א שוואכקייט צו א פיינע קריספי דזשוסי זיסע טרויבן אבער 88? וואס קען עס מיינען? אפשר עפעס א שם, צו א גמטריא, אדער אפשר א ראשי תיבות, ווי למשל פי חכם =88 אדער פי חן=88 אדער אפשר וואוינסטו אינעם ווייטען קאליפארניע'ס וויין שטאט פרעזנא און דיין אדרעס איז 88 גרעיפויין בולעווארד?

וואס זאל איך דיר זאגן??? איך האב אויך נישט ליב געהאט די נאמען, איך האב אנגעפאנגען מיט טעכנעלאגישע נעמען, אבער עס האט נישט געארבייט, אלעמאל ארויפגעקומען נישט אוועילעבעל, טרויבן האט נישט געארבייט מיט די 88 אויך נישט, נאר נאכדעם האב איך געזען אז סארבייט, האט איך געגאנגען מיט דעם, וואס איז א חילוק די נאמען אויס די געדאנקען זענען גוט...
אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 1:07 pm
דורך וואלווי
פ"ח - קריגעל וויין?

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 4:26 pm
דורך סדרן
גדלי' נעמען מיר נישט אן ווייל מיר האבן שוין אונזער באליבטער [tag]גדליה[/tag].
ביטע מאכן א נייע ניק.

פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2019 11:05 am
דורך מי אני
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'האב מיך טאקע אייביג געווינדערט וואס דע אכט און אכציג מיינט? מילא טרויבן איז פשוט, קען זיין האסט א שוואכקייט צו א פיינע קריספי דזשוסי זיסע טרויבן אבער 88? וואס קען עס מיינען? אפשר עפעס א שם, צו א גמטריא, אדער אפשר א ראשי תיבות, ווי למשל פי חכם =88 אדער פי חן=88 אדער אפשר וואוינסטו אינעם ווייטען קאליפארניע'ס וויין שטאט פרעזנא און דיין אדרעס איז 88 גרעיפויין בולעווארד?

מ׳קען אפשר זאגן אז מ׳וויל מרמז זיין ענליך צו וואס די חכמת מנוח שרייבט אין מגילה ז: אז עסן און טרינקען צוזאמען נעמט אוועק די שנאה און bigotry איינער פונ׳ם צווייטן, און דאס איז דער טעם פון טרינקען וויין אויף פורים.
IMG_5009.jpg


יעצט, די נומער 88 קען מרמז זיין אויף די ענין פון נאציזם:
IMG_5010.jpg

[פון וויקיפדיה אויף Nazi Symbolism]

איז דאס איז וואס טרויבן88 איז מרמז: אז מ׳דארף אוועקווארפן די ענין פון intolerance און bigotry [די ענין פון נאציזם], פונקט אזויווי צו וואס די ענין פון וויין/טרויבן איז מרמז אויף פורים וכדברי החכמת מנוח.


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:37 pm
דורך סדרן
דער ניק "שמעקעדיגס" איז נישט אנגענומען, ווייל עס איז צו ענדליך צו דעם ניק פון אונזער פאפולערן און באליבטן חבר [tag]שמעקעדיג[/tag] ני"ו.