בלאט 24 פון 27

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:49 pm
דורך שלום על ישראל
ירא שמים האט געשריבן:אקעי , כשעם זיך אבער צו זאגן אז כווייס נישט וואס דאס מיינט.

קודם כל, ס'איז פארהאן א טעבל אף קאנטענט (מפתח, געווענליך גלייך נאכן שער בלאט) און א אינדעקס (געווענליך צום סוף).

טעבל אף קאנטענט

בוי די סטרוקטור פאר די דאקומענט
ווי אימער ס'איז פארהאן א קעפל, מאך נישט די קעפל אויסקוקן גרויס דורכן טזעפענען מיט די פאנט-סטייל, פאנט-סייז און פאנט-וואג (באלד), נאר נוץ די העדינג 1 און העדינג 2, א.א.וו.
העדינג 1 איז די הויפט לעוועל קעפלעך, העדינג 2 איז א קלענערע, א.א.וו.
צו טרעפן די העדינגס, זעה "סטיילס" אין די "היים" טעב

די טעבל אף קאנטענט אליינס
פארשטייט זיך אז מען עפענט ווארד, און מען עפענט די דאקומענט.
לייג די קורסער אויף א ליידיגע פּאראגראף ווידו ווילסט לייגן די מפתח.
פון די "אינסערט" אדער "רעפערענס" טעב, טרעף "טעבל אף קאנטענט".
זעה דיינע אפציעס.

אינדעקס
א אינדעקס קענסטו זעהן דא: [youtube]https://www.youtube.com/watch?v=gIT_ZeI4AS0[/youtube]

Re: טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:52 pm
דורך ירא שמים
זאלסט זיין געבענטשט א גרויסען יישר כח.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:55 pm
דורך שלום על ישראל
ירא שמים האט געשריבן:זאלסט זיין געבענטשט א גרויסען יישר כח.

אמן!

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 9:07 pm
דורך chusid
Could a website see my wireless network or only my ip address?

Re: טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 10:33 pm
דורך קאמפיאטער
chusid האט געשריבן:Could a website see my wireless network or only my ip address?

איך מיין אז מען קען.

ווייל למשל ווען איך מאך א ספיד טעסט זעה איך אז זיי ווייסען גלייך וואסערע סערוויס איך ניץ.

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 10:49 pm
דורך chusid
קאמפיאטער האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:Could a website see my wireless network or only my ip address?

איך מיין אז מען קען.

ווייל למשל ווען איך מאך א ספיד טעסט זעה איך אז זיי ווייסען גלייך וואסערע סערוויס איך ניץ.

איז דא א וועג צו באהאלטן?

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 11:34 pm
דורך קליגער אינגערמאן
יא,
Use a proxy site.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 1:46 pm
דורך chusid
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:יא,
Use a proxy site.

Thanks, it worked. i had to apply to the credit card company as several different people and it worked!

Re: טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

נשלח: פרייטאג יאנואר 08, 2016 11:05 am
דורך ירא שמים
וואו קען איך קאנטראלן וועלכע פראגראמען זאלן זיך אנצונדען ווען איך צינד אהן די קאמפיוטער?

נשלח: פרייטאג יאנואר 08, 2016 11:19 am
דורך שלום על ישראל
ירא שמים האט געשריבן:וואו קען איך קאנטראלן וועלכע פראגראמען זאלן זיך אנצונדען ווען איך צינד אהן די קאמפיוטער?

ס'איז פארהאן א פאלדער אין די סטארט-מעניו וויאס הייסט סטארטאפ (startup), און וואס-אימער ליגט דערין (אפילו נאר א שארטקאט), וועט זיך אנצינדן ביים אנהייבן ווינדאס.

אין וונדאס 8 און 10, ליגט עס דא: C:\Users\Username\AppData\Roaming\Microsoft\Windows\Start Menu\Programs\Startup

דו קענסט אויך אריינלייגן די קאוד אין די ראן סקרין (Win+R): שרייב shell:common startup, און ס'וועט עפענען די א.ד. פאלדער.

נשלח: פרייטאג יאנואר 08, 2016 11:22 am
דורך שמעקעדיג
msConfig

טייפ עס אריין ביי RUN
גיי צו די STARTUP טעב

נשלח: פרייטאג יאנואר 08, 2016 11:43 am
דורך שלום על ישראל
שמעקעדיג האט געשריבן:msConfig

טייפ עס אריין ביי RUN
גיי צו די STARTUP טעב

דאס איז שוין געפירט געווארן צו די STARTUP טעב פון די טעסק-מענעדזשער (CTRL+SHFT+ESC), אבער די גרינגסטע איז ווי כ'האב שוין אויבן דערמאנט, חוץ אויב דו זעהסט עס נישט דארט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 08, 2016 12:38 pm
דורך געפילטע פיש
chusid האט געשריבן:
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:יא,
Use a proxy site.

Thanks, it worked. i had to apply to the credit card company as several different people and it worked!

There's no need for that, the credit card company didn't care if a few people are sharing the same computer.
I'd be more concerned about sharing my social security number and other confidential information with the proxy provider.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:32 am
דורך שמעקעדיג
איך האב אפאר הונדערט קאנטאקטס אויף מיין פאון, אבער זיי זענען צעטיילט, א חלק קומט (און ווערט געסעיווד) ביי גוגל, און די אנדערע חלק איז ביי ווערייזאן בעקאפ עסיסטענט/ קלאוד.
ווי אזוי קען איך למען ה' דאס מסדר זיין? איך דארף זיי נישט צעטיילט, אדער אלעס ביי איינעם, (אדער אלעס ביי ביידע).

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:57 am
דורך שלום על ישראל
די רפואה וועט לכאורה קומען אויף די דעסקטאפ; נישט מיטן טעלעפאון. זיך אויף די עקספארט אפציע ביי ווערייזאן, דערנאך אימפארט עס צו גוגל. ווען אלעס איז געענדיגט, לויף גוגל'ס "Find Duplicates" און דעטס-איט.

Re: טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 6:14 pm
דורך ירא שמים
כהאב יעדע שטיק צייט אויף קראום אז איך פארליר מיינע עקסטענשינס, עני העלף?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:31 pm
דורך אהרן
איך האב אפאר טעקסט פיילס וואס זענען געטייפט געווארן אויף א פראגראם אויף DOS, איך זיך א פראגראם עס צו קאנווערטען צו א געהעריגע word דאקומענט, איינער ווייסט פון עפעס?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:47 pm
דורך שלום על ישראל
אהרן האט געשריבן:איך האב אפאר טעקסט פיילס וואס זענען געטייפט געווארן אויף א פראגראם אויף DOS, איך זיך א פראגראם עס צו קאנווערטען צו א געהעריגע word דאקומענט, איינער ווייסט פון עפעס?

קום אריין מיט די נאמען פון די פראגראם.

Re: טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:48 pm
דורך אהרן
ספיר

נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:51 pm
דורך שלום על ישראל
אהרן האט געשריבן:ספיר

ספעל אין ענגליש, ביטע.
Sapir, sapphire, Safir?

Re: טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:53 pm
דורך אהרן
שלום על ישראל האט געשריבן:
אהרן האט געשריבן:ספיר

ספעל אין ענגליש, ביטע.

עס איז א היברו פראגראם

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 12:02 am
דורך שלום על ישראל
אהרן האט געשריבן:ספיר

איז דאס די פראגראם?
ספיר
ספיר
image.jpeg (19.04 KiB) געזען געווארן 4637 מאל

אויב יא, שטייט געשריבן אויף זייער וועבסייט אז עס האט די אפציע צו עקספארטן.

Re: טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 12:06 am
דורך אהרן
דע סימבאל דערקען איך נישט (עס קומט נישט ארויף קיין סימבאל ווען עפענט זיך נאר דער נאמען ספיר און גרויס), איך וועל עס אויסטשעקן.
א גרויסן דאנק