בלאט 24 פון 40

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 12:23 am
דורך ברוין
אינטערעסאנט וואס די חשבון פון מהריי איז. וואס איז די אגרות הראשנות און וואס איז יעצט די שטארקע שטיצע?

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 12:37 am
דורך גדעון
די שטיצע איז נישט אזוי שטארק, ווי איך הער האט ער נאכאלץ נישט מחייב געווען צו גיין, און זיינע מוסדות וועלן עס נישט פארלאנגן,

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 12:45 am
דורך משה געציל
איך פארשטיי נישט ווי אזוי מען וואלט זיך א עצה געגעבען ווען ביידע סאטמארס קומען, ווען מהר"א מאכט חתונה שטייט אין בלאט אז עס האבען זיך באטייליגט דרייסיג טויזענט אידען, ווען מהרז"ל מאכט חתונה שטייט אין דער איד אז עס האבען זיך באטייליגט צוואנציג טויזענט, האלט מען דאך שוין ביי פופציג, און פארגעסטס נישט דאס אלעס איז דאך מאנ"ש, חוץ מזה וואוינען נאך אפאר טויזענט אידען אין ניו יארק, איז איך יכנס כל הפשתן???...

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 1:14 am
דורך געפילטע פיש
משה געציל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט ווי אזוי מען וואלט זיך א עצה געגעבען ווען ביידע סאטמארס קומען, ווען מהר"א מאכט חתונה שטייט אין בלאט אז עס האבען זיך באטייליגט דרייסיג טויזענט אידען, ווען מהרז"ל מאכט חתונה שטייט אין דער איד אז עס האבען זיך באטייליגט צוואנציג טויזענט, האלט מען דאך שוין ביי פופציג, און פארגעסטס נישט דאס אלעס איז דאך מאנ"ש, חוץ מזה וואוינען נאך אפאר טויזענט אידען אין ניו יארק, איז איך יכנס כל הפשתן???...

קיין פראבלעם, מ'וועט ברענגען סקווער וועט זיין ניצוץ אחד יוצא...

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 1:36 am
דורך אלדד
ווי איך הער פון די הויכע פענסטער איז שוין דא ערנסטע קלערן פון נעמען נאך א זאל צוליב דעם וואס כפי הנראה איז שוין סיטי פיעלד כמעט אויספארקויפט.
אויב וועט מען מוזן נעמען נאך א זאל וועט עס ווארשיינדליך זיין מיט א ווידיאו הוק-אפ - ס'איז דערווייל נישט קלאר צו עס וועלן זיין געוויסע גדולי ישראל וואס וועלן זיך בייטייליגן ביי איין זאל און די אנדערע אין די צווייטע זאל - א שטייגער ווי די פריערדיגע סיומי הש"ס.

ימים ידברו!

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 7:53 am
דורך שרייבער
איך מיין אולי קען מען אריינשטעלן אין די נייע זאל סאטמאר וועט נישט זיין קיין פראבלעם פון התחברות

וואס האט דער רבי ז"ל געהאלטן בנוגע דעם כינוס?

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 8:32 am
דורך שרייבער
(קרעדיט: כל העולם כולו)


ס'טוט זיך הימל און ערד מיט א כינוס, דער סקולענער רבי שליט"א מיט הג"ר מתתי' סאלאמאן שליט"א רופן כלל ישראל זיך משתתף צו זיין צו א כינוס קעגן טעכנעלאגיע, אשרי להם ואשרי חלקם אז זיי וועלן האבן די זכי' עפעס אויפצוטון אין דעם פעלד, אפצוהיטן אידן פון עבירות שנפשו של אדם מחמדתן.

פאר תלמידי וחסידי סאטמאר איז שוין באקאנט אז כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א האלט זיך אפ פון מחייב זיין צו שיקן זיין ציבור צום כינוס - על אף וואס ער האלט אז דער כינוס איז א דבר גדול מאד - צוליב דער צורה ווי אזוי דער כינוס איז געווארן אויסגעפארעמט בכל פרטי' שאין כאן מקומם לחזור ולשנן והדברים ידועים לכל.

ביי די אסיפה בבית רבינו שליט"א נאכן דורכשמועסן רוב פון די סיבות פארוואס מען קען נישט אהין שיקן דעם סאטמארן ציבור, מען האט אויסגעשמועסט צו די תקנות פון ענגליש מיינט אויך נישט אין א ביהמ"ד, און צו אין אזא שעת חירום וואלט מען אויך נישט מתיר געווען, ווען ס'איז געקומען צום הויכפונקט האט איינער פון די רבנים געזאגט, למעשה ברענט א פייער, האט רבינו שליט"א געאנטווארט אויף דעם, איך ווייס ס'ברענט א פייער, און טאקע דערפאר האב איך מיך צוריקגעהאלטן פון רעדן צו סיי וועלכן רב דערוועגן, און דער רבי האט אויסגערעכנט א רייע רבנים מיט וועם ער איז נאנט אלס משפחה צו אלס ידידות, רבנים יוצאי אונגארן, אדער אייניקלעך פון דברי חיים (וואס האט שארף געשריבן בנוגע ענגליש), זאגנדיג, איך וואלט אפשר געקענט אנרופן די רבנים און פרעגן היתכן עטץ שרייבטס אונטער אזא זאך?, עטץ גייט ענק משתתף זיין ביי אזא כינוס?, איך האב עס נישט געטון ווייל איך ווייס דעם חומר הענין והמצב, למעשה אבער וואס איז נוגע פאר מיר, איך בין אין סאטמאר, און איך דארף טראכטן וואס וואלט דער רבי ז"ל געטון אזא צייט, לדעתי וואלט ער נישט געשיקט דעם ציבור. דער פעטער ז"ל האט געזאגט, וועגן דעם רב הכולל ר' יעקב יוסף וואס איז געווען אין אמעריקא, זיין פראבלעם איז געווען ער האט געוואלט מתקן זיין גאנץ אמעריקא, איך וויל מתקן זיין מיינע ד' אמות.

תמצית היוצא, וויפיל דער שרייבער פון די שורות האט פארשטאנען, אז עם כל הטעמים וואס איז דא זיך מונע צו זיין צו גיין צום כינוס, האט דער רבי שטארק שוקל געווען דעם חומר הענין, און אלע זאכן וואלט ער אפשר געלייגט אין די זייט, ביז ער איז געקומען צו דעם פונקט וואס וואלט דער רבי ז"ל געטון אזא צייט, און דאס האט אים אפגעשטעלט.

איז אינטערעסאנט אריינצוקוקן די וואך אין דברי יואל דף רמג, ווי דער רבי זאגט מורא'דיגע ווערטער וואס ווארפט א שטיקל ליכט וואס וואלט געווען דעת קדשו בנוגע דעם כינוס.

וגם זה מונח באזהרת הכתוב אמור אל הכהנים בני אהרן, הם מנהיגי ישראל שעליהם מוטלת הנהגת העם, להנחותם במעגלי יושר ולהורותם דרכי ה׳, וגלל כן עלולים הם מאד להכשל בפיתויי היצר באופנים שונים ובסיבות שונות, בטענה זו כי כוונתם לשמים למשוך לב העם לעבודת השי״ת, ולכן הם זקוקים להתקרב אליהם ולהתערב עם שונים, שע״י כן יעלה בידם להטות לבם לטוב, לזאת הזהיר הכתוב כי לא יאבו לו ולא ישמעו אליו לטמאות עצמם בעבור כן. וז"ש לנפש לא יטמא בעמיו, אלא יחזיקו במעוזם לבלי נטות ימין ושמאל מדרך התורה. אכן הנה מאד גברו תחבולות היצה״ר ודרכי הסתתו באופנים שונים ומשונים זה מזה למאוד ולאלפים עצמו מספר, וכל בני אדם גם בני איש מרגישים בעצמם כל אחד לפי בחינתו כמה גדולים הם כוחות היצה״ר, כי הוא נטפל לכל אדם בכל זמן בבחינה חדשה, וכאשר אמרו ז״ל (קידושין ל׳ ע"ב) יצרו של אדם מתחדש עליו בכל יום וכו׳ מתגבר עליו בכל יום, פירוש שבכל יום הוא בא בפיתוי חדש בבחינה חדשה שלא הסיתו בה אתמול, וכאשר האדם מתגבר עליו בעזר הקב״ה הריהו בא פעם נוספת בפתוי חלש אשר לא שערום אבותיכם. וכאשר פירש האה״ח הקדוש בפרשת ראה עה״פ כי יסיתך אחיך וגו׳ נלכה ונעבדה אלהים אחרים אשר לא ידעת אתה ואבותיך דלכאורה מאי נפק״מ בזה מה שלא ידעת אתה ואבותיך מע״ז זו, וביאר דהנה ישראל נתחייבו במעמד הר סיני שלא לעבוד ע״ז, ולפיכך בא היצה״ר לפתות האדם כי אין עליו החיוב אלא דוקא בע״ז שידע וקבל שלא לעבדה, אבל עבודה זרה אלהים שלא היתה בעולם אין עליו טענת שקיבל ע״ע שלא לעבוד ע״ז, כי לא עלתה ע״ז זו על דעתו כשקיבל, והוא אומרו אשר לא ידעת אתה, ולא רק אתה בלבד אלא אף אבותיך כשקבלו עליהם איסור ע״ז לא ידעו זאת וכו׳, עכ״ד הקדושים, עיי״ש שהאריך לבאר כל הפסוק שם ע״ד זה, אשר בכמה אופנים שונים מתגבר היצה״ר לתפוס את האדם ברשתו.

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 9:43 am
דורך in-Kolel
דאס איז א אשכול איבער די אסיפה צי ראטעווען כלל ישראל נישט גרויס צי מאכען רבנים

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 10:07 am
דורך יידל
שרייבער האט געשריבן:(קרעדיט: כל העולם כולו)


למעשה אבער וואס איז נוגע פאר מיר, איך בין אין סאטמאר, און איך דארף טראכטן וואס וואלט דער רבי ז"ל געטון אזא צייט, לדעתי וואלט ער נישט געשיקט דעם ציבור.

למעשה אבער וואס איז נוגע פאר מיר, איך בין א איד, און איך דארף טראכטן וואס וואלט משה רבינו ז"ל געטון אזא צייט, לדעתי וואלט ער געשיקט דעם ציבור.

די פאקט איז אז"דער רבי ז"ל" איז געגאגענגאן צו א ריזן מחאה ווי הגר"מ פיינשטיין און הג"ר פנחס טייץ האבן אויפגעטרעטן, דער לעצטער האט גערעדט אין ענגליש. (דער רבי האט אויך אויפגעטרעטן דעמאלטס, און האט גערעדט איבער די נחיצות פון כשר'ע סת"ם). יא, ער האט געשיקט זיין עולם זאל זיצן נעבן געשוירענע בערד מיט בלויע העמדער. ברענגען א שטיקל ויואל משה אלס ראיה איז לעכערליך. נישט אייביג קען מען פסק'ן פון אגדתא, און ס'צייט סאטמאר זאל דאס אריינעמען אין קאפ.

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 10:54 am
דורך ידען
יידל

אפשר דארף מען עס מודיע זיין פארן סאטמארע רבי שליט״א?

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 11:18 am
דורך גדעון
http://www.ladaat.net/siteimages/fl_4facd1d55256b.pdf
א פרישע אינטערעסאנטע קונטרס פארוואס סאטמאר דארף יא גיין,

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 11:19 am
דורך לאדיך אפ
ס'טוט זיך!! יעדער שמויגער מיט צוטריט צו א פי די עף רייטער מאכט א קונטרס...

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 11:20 am
דורך chasid
גדעון האט געשריבן:די שטיצע איז נישט אזוי שטארק, ווי איך הער האט ער נאכאלץ נישט מחייב געווען צו גיין, און זיינע מוסדות וועלן עס נישט פארלאנגן,

זיין עולם קויפט טיקעטס אין גרויסן אין אלע געגענטער

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 2:42 pm
דורך ישובניק
פאר די וואס טראכטן אז אינטערנעט איז נישט קיין פראבלעם אדער נישט קיין גרויסע פראבלעם:

http://www.nytimes.com/2012/05/10/garde ... .html?_r=1

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 3:34 pm
דורך [NAMELESS]
אינטערסאנטע בריוו וועגן די קינוס
(קרעדיט חכם צבי - אייוועלט)

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 4:54 pm
דורך אויס וועלט
א פראגע צו די עקסטרימיסטן וואס כבוד הרבנים איז זיי געווען הייליג אין טייער ווען מען האט געאסרט "דער שטערן" אין יעצט ווען אלע רבנים הייסן גיין צום כינוס כלל ישראל שרייען זיי געוואלד מען גייט אויסשמדן כלל ישראל.

ווען דארף מען אויסהערן די רבנים ?

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 5:53 pm
דורך אויס וועלט
ר' מלכיאל קאטלער האט גערופן מאיר הירש נעכטן נאכט און געפרעגט וואס מ'קען נאך טון אז דער ר' אהרן זאל יא קומען צום כינוס, האט אים מאיר געענטפערט קאלטבלוטיג: מ'זאל עס מאכן פאר לעדי'ס..

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 6:20 pm
דורך גדעון
אויס וועלט האט געשריבן:א פראגע צו די עקסטרימיסטן וואס כבוד הרבנים איז זיי געווען הייליג אין טייער ווען מען האט געאסרט "דער שטערן" אין יעצט ווען אלע רבנים הייסן גיין צום כינוס כלל ישראל שרייען זיי געוואלד מען גייט אויסשמדן כלל ישראל.

ווען דארף מען אויסהערן די רבנים ?

די סאטמארע אידן וואס האבן יעצט א פראבלעם זענען די סארט מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געוואלט זיך אינטערווארפן אינטער רבנים ומנהיגים, אזעלעכע בני יואל סטייל אידן וואס זענען קליגער פון יעדן איינעם, און פון כ"ו אב תשל"ט קען נישט זיין קיינער וואס זאל זיי איינטיילן וואס צו טון, זיי דארפן זיך יעצט ברעכן קאפ ווי צו שטיין איבער דעם אסיפה.

דער חשבון איז פשוט, כמעט אלע קהילת פון וויליאמסבורג אריינגערעכנט מהר"יי שטיצן די אסיפה, ווידעראום מהר"א שטיצט עס נישט, ממילא וויסן די חסידים וואס צי טון.

יעצט די סארט נישט אהער נישט אהין אידן, זיי דארפן באשליסן וועם צו פאלגן, פון איין זייט זענען די קעגנער ווי הרב מבית רפאל, טשאטה, בני יואל, נטורי קרתא, אלתר משה גאלדבערגער.. און פון די צווייטע זייט די שטיצער ווי יאוואזנע, אראד, קאשוי, קרעמניץ, שארמאש, מאנטיוועדאו, קאפיש ועוד

זיי זענען אין פארלעגנהייט.

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 6:29 pm
דורך לאדיך אפ
יעצט באקומען א ראבא-קאלל פון איחוד הקהילות אז דינסטאג גייט זיין א לייוו טעלעקאנפרענס פאר פרויען.

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 6:39 pm
דורך ידען
לאדיך אפ האט געשריבן:יעצט באקומען א ראבא-קאלל פון איחוד הקהילות אז דינסטאג גייט זיין א לייוו טעלעקאנפרענס פאר פרויען.

דאס האט נישט קיין שייכות מיט די מענער אסיפה.

אין די צייטונגען איז געווען א רשימה פון רעדנער פאר זיי.

אדמו״ר מ׳סקולען און הרב סאלאמאן גייען רעדן ביים טעלעקאנפערענץ און נאך אפאר רעביציןס.

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 6:45 pm
דורך יידל
ידען האט געשריבן:
לאדיך אפ האט געשריבן:יעצט באקומען א ראבא-קאלל פון איחוד הקהילות אז דינסטאג גייט זיין א לייוו טעלעקאנפרענס פאר פרויען.

דאס האט נישט קיין שייכות מיט די מענער אסיפה.

אין די צייטונגען איז געווען א רשימה פון רעדנער פאר זיי.

אדמו״ר מ׳סקולען און הרב סאלאמאן גייען רעדן ביים טעלעקאנפערענץ און נאך אפאר רעביציןס.

זיי גייען מסתמא זאגן פאר די פרויען אז זיי מוזן שטופן די מאן צו גיין צום אסיפה מטעם "נשים במאי קא זכיין, וכו' משמרות את בעליהן מן החטא".

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 6:49 pm
דורך ידען
איך האב געזען א צעטל מיט שטארקע ווערטער פון הרב מארגענשטערן לטובת דעם כינוס.

א טיילונג אין זייערע רייעהן?

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 6:53 pm
דורך יידל
ידען האט געשריבן:איך האב געזען א צעטל מיט שטארקע ווערטער פון הרב מארגענשטערן לטובת דעם כינוס.

א טיילונג אין זייערע רייעהן?

גדעון האט געשריבן: פון איין זייט זענען די קעגנער ווי הרב מבית רפאל, טשאטה, בני יואל, נטורי קרתא, אלתר משה גאלדבערגער.. און פון די צווייטע זייט די שטיצער ווי יאוואזנע, אראד, קאשוי, קרעמניץ, שארמאש, מאנטיוועדאו, קאפיש ועוד