בלאט 24 פון 46

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 10:52 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז ווען מען פלעגט איינשווערן סאלדאטן אין מצדה פלעגט די איינשווערונג זיך ענדיגן מיט 'שנית מצדה לא תיפול'.

און אז מען רעדט שוין - גאנץ גוט:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=DWX8q7bub9Y[/youtube]

ונבנתה העיר: דאס איז דאך איין קטע פון די הערליכע טעאטער סעריע "היהודים באים". דאס איז א באנדע גוטע אקטיארן וועלכע האבן א שטארקן סענס אוו היומאר. און זיי מאכן ליצנות פון אלץ און אלעמען. טייל שטיקלעך גרעניצן זיך מיט אפיקורסות. אבער זיי האבן עטליכע קטעים וואס קענען איינעם מאכן זיך ווארפן פאר געלעכטער. איין זייער געלונגענע שטיקל איז וואו זיי לייגן אראפ "די פראטאקאלן פון די זקני ציון"...און אויך איינס וויאזוי די התייסדות פון פתח תקוה איז צוגעגאנגען...!

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:21 pm
דורך petergrifin
דער מענטש װאס האט געלעבט 256 יאר!!
פרעגטס עס אפ...

http://en.wikipedia.org/wiki/Li_Ching-Yuen

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 2:56 pm
דורך ונבנתה העיר
איך האב אנגעהויבן ליינען ראובנ'ס געטליכע ארטיקל אין פה סח, רעדט ער דארט ארום די קריסטליכע מהלך אז גאט האט אלעס באשאפן ווי עס איז, עס זאל אויסזעהן 'כאילו' עס איז שוין כך וכך יאהרן אלט, מיט א גאנצע היסטאריע אונטער זיך, וכו' (און איז מעגליך מרומז אין חז"ל, בקומתן ובצביונם נבראו, אדם הראשון איז געווען כבן עשרים, וכו').

אבער אין די צייט וואס כ'האב עס אלץ פארשטאנען עברי-טייטש, כפשוטו, א דוחק תי' מחמת ההכרח, לייגט עס [tag]אבטולמוס[/tag] אראפ אין גאר א נייע ליכט.

ער איז מסביר בלשונו הזהב ווי בעצם נעמט לאנגע יאהרן פאר א 'נאטירליכע' וועלט זיך אויסצופארעמען, וואסער דארף אויסשניידן א וועג צווישן בערג אז עס זאל סוכ"ס זיך שאפן א טייך, וכו' וכו'.

גאט האט אבער באשאפן א 'נאטירליכע' וועלט, ממילא, ווען ער האט אוועקגעשטעלט אין זעקס טעג א פארטיגע סיסטעם, גאנצע טייכן וכו', האט ער עס 'געמוזט' מאכן באופן אז עס זאל אויסזעהן ווי זיי זענען אדורך די נאטורליכע פרוצעדורען געשאפן צו ווערן.

ודפח"ח.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 3:14 pm
דורך ונבנתה העיר
יא, ומכאן תשובה ל[tag]יאיר[/tag].

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 3:47 pm
דורך ברסלבער
ונבנתה העיר האט געשריבן:אבער אין די צייט וואס כ'האב עס אלץ פארשטאנען עברי-טייטש, כפשוטו, א דוחק תי' מחמת ההכרח, לייגט עס [tag]אבטולמוס[/tag] אראפ אין גאר א נייע ליכט.
ער איז מסביר בלשונו הזהב ווי בעצם נעמט לאנגע יאהרן פאר א 'נאטירליכע' וועלט זיך אויסצופארעמען, וואסער דארף אויסשניידן א וועג צווישן בערג אז עס זאל סוכ"ס זיך שאפן א טייך, וכו' וכו'.
גאט האט אבער באשאפן א 'נאטירליכע' וועלט, ממילא, ווען ער האט אוועקגעשטעלט אין זעקס טעג א פארטיגע סיסטעם, גאנצע טייכן וכו', האט ער עס 'געמוזט' מאכן באופן אז עס זאל אויסזעהן ווי זיי זענען אדורך די נאטורליכע פרוצעדורען געשאפן צו ווערן.
ודפח"ח.

דאס איז זייער גוט צו פארענטפערן די רינגען אין די ביימער און די וואסערן וכו'. אבער אויף ביינער וואס מען טרעפט איז עס זייער א שוואכע תירוץ.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:06 am
דורך ונבנתה העיר
אז סטיווען האוקינג איז אדורך א זערא-גראוויטי פלייט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=i2KrEH-8lJw[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:20 am
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז די געגענטער וואס הייסן 'הייטס' זענען בערגיג.

ונבנתה העיר: אוואו זענען די בערג פון קרוין הייטס...?

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 4:56 pm
דורך ונבנתה העיר
אז גרינלאנד איז א טייל פון צפון אמעריקא.

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 5:16 pm
דורך נופת צופים
דאס איז נאר געאגראפיש, נישט פאליטיש. און אויב אזוי איז האוואי למשל, נישט אויף קיין שום קאנטינענט.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 7:43 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז גרינלאנד איז א טייל פון צפון אמעריקא.

גרינלאנד איז אלעמאל געווען אן אייראפעישער טערעטארי, זינט די סקאדנעוויאנער האבן איר ערפינדען. זי איז טאקע געאגראפיש נענטער צו אונז אבער ווי איבאראל אנדערש האט נישט אריענטעישן צופיל מיט פיזישן שטאנדפונקט.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 9:16 pm
דורך ונבנתה העיר
כ'רעד טעכניש, די צפון אמעריקאנער קאנטינענט אנטהאלט 23 לענדער.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 9:26 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז די געגענטער וואס הייסן 'הייטס' זענען בערגיג.

און איך האב אייביג געמיינט אז דאס האט צו טון מיט הייצונג... :lol:

זאכן וואס איך האב נישט געכאפט ביז היינט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 7:56 am
דורך שמערל
די איידיע אז וואסער -(און אזוי יעדע מין חומר) קען זיך געפונען אין דריי מצבים, אייז, ליקוואוד, און וועיפאר, איז א חידוש וואס רוב מענטשן אין רוב מקומות אין היסטאריע, האבן דאס נישט געזאלט וויסן.
פשוט ווייל שניי און אייז געפינט זיך נישט אין רוב פלעצער ווי מענטשן האבן היסטאריש געוואוינט.
דאס מאכט אביסל נענטער צום שכל, פארוואס די לעכערליכע טעאריע פון פיר חומרים - אש רוח מים און עפר, האט דאמינירט סייענס מערסטענסטייל פון איר היסטאריע.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:30 am
דורך ישראל קאפקע
אפילו אויב איך זאל אננעמען אז די המון עם האבן טאקע נישט געוואוסט, האבן די וויסנשאפטליכער זיכער געוואוסט דערפון.
אויך האסטו אויסגעלאזט די פערטע מצב, פלאזמע.

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:49 am
דורך שמערל
אויך האב איך אויסגעלאזט די פיפטע סטעיט, סופר פלויעד...
לעצם העניין, קען זיין איך רעד שטותים, אבער מיין נקודה איז, הגם מען האט געהערט פון שניי "הנותן שלג כצמר כו'", האט מען זיך נישט אנגעקערט מיט below freezing temperatures אויף א טאג טעגליכע ערשיינונג ד. ה. די פשוטע מציאות אז לאזן א באטל מילך אינדרויסען אין א קאלטע נאכט, קען עס איבערדרייען אויף אייז, וואלט זיך ענדערש געהערט ווי כישוף, אנשטאט די אבוויוס ריזן אז אייז איז פשוט א different state of matter. איבערלאזנדיג כל מיני טעאריעס פארוואס פון הימל קען יא פאלן אזא פאני זאך ווי אייז.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:17 am
דורך [NAMELESS]
ישראל קאפקע האט געשריבן:אויך האסטו אויסגעלאזט די פערטע מצב, פלאזמע.

אמת, און נישט אמת. וואסער קען טאקע ווערן פלעזמא פונקט ווי יעדע אנדערע חומר, איינמאל אבער ס'ווערט פון וואסער א פלעזמא איז עס שוין נישט קיין וואסער, די chemical bound צופאלט און ס'איז שוין מער נישט קיין H2O.

נאך מער פון דעם, איינמאל די צוויי H'ס פון א וואסער מאלעקיול פאררוקען זיך פון זייער 104.45 ענגעל איז זי שוין באלד נישט קיין וואסער.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 10:06 am
דורך ישראל קאפקע
איך ווייס נישט פון וואו די אש מים רוח עפר טעאריע נעמט זיך, אבער די גריכן רוימער טערקן פערסן באבילאניער סיריער און ארץ ישראל איינוואוינער האבן אלע געזען שניי פערזענליך אדער געהערט דערפון זייענדיג די הערשער פון ריזיגע אימפעריעס וואס זעען שניי און וועטערס אונטער די פרירונגס פונקט רעגלמעסיג .
נאר אויב עס שטאמט פון די עגיפטער איז בכלל מעגליך צו שפעקולירן.

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 10:08 am
דורך שמערל
עס נעמט זיך פון די גריכן, אבער נאך פאר זי איז געווען א אימפעריע

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 7:43 pm
דורך ישראל קאפקע
אז די געאגראפישע טערמין "סיערע נעוואדא" (שנייאיגע געביט) איז אריגינעל א געבירג אין שפאניע.
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Sierra_N ... 28Spain%29
נישט די שנייאיגע בערג קייט אויף די גרעניץ פון נעוואדא און קאליפארניע אין די פאראייניגטע שטאטן.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 8:48 pm
דורך ונבנתה העיר
אז רומישע אידן האבן מקפיד געווען נישט אדורכצוגיין אונטער שער טיטוס, אן אויסנאם איז געווען ה' אייר תש"ח, ווען זיי האבן דורכמארשירט דעם טויער, אבער אין די פארקערטע דירעקציע ווי טיטוס' נצחון מארש - פונעם פורום לכיון ירושלים.

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 3:24 pm
דורך chusid
אז עס איז דא א איד וואס זאגט אז ער איז א זון פונעם לעצטען ליבאביטשער רבי

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 11:09 am
דורך בן נריהו
chusid האט געשריבן:אז עס איז דא א איד וואס זאגט אז ער איז א זון פונעם לעצטען ליבאביטשער רבי

דער געשטאלט - פון דער מאן - ענדלט אין א שניאורזאהן געשטאלט. מער ספעציפיש, עס ענדלט אין לוי יצחק - דער פאטער פון.

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 11:44 am
דורך איך אויך
הממ גאנץ זיסע סטאףף.