בלאט 24 פון 26

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 7:20 pm
דורך מאטי
שמעקעדיג האט געשריבן:שלום עליכם אלע געסט, עס איז א פארפלייצונג פון נייע ניקס, די הארץ וואקסט פון פרייד, בקרוב וועט עטץ מער נישט זיין געסט נאר זיך שפירן היימיש,
ווי מער אידן קומען אריין אין דעם שטיבל און זוכן צו פארברענגען באהבה ואחוה מיט א ברודערליכע געשמאקקייט, אלס בעסער איז דאס, נאה להם ונאה לעולם,

אמת, יאנקל, קופערניקוס, קאווע טרינקער, מאראנצן זאפט, ברסלבער, וכו', אלע סארטן ריזן זענען דא, אבער די "ריזן" ליינען מיט דארשט יעדנ'ס תגובה, זושא דארף זיין זושא, נישט פרובירן נאכמאכן יענעם, יעדער האט זיך זיינע טאלאנטן.
אויב האט איר א פראבלעם צו שרייבן צוליב די אנדערע ריזן, איז שוין דא היינט די פראדוקטיוו קלאסן אדער להשיג קורסן.....

נעמט אייך שרייבן פלייסיג, מאכטס א גוטן אטמאספערע. ויהא בואכם לטובה ולברכה ולתפארת השטיבל.

שמעקעדיג, די אלע ריזן וואס דו רעכנסט אויס זענען אויך געווען אמאהל ניי, you never know who's going to hit the Jackpot

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 8:24 pm
דורך יואב
רויטע וואנצעס האט געשריבן:לייג מיך אויף די רויטע ליסטע.

בד"וו טאמעס דזעפערסאן איז געווען א כופר ער האט נישט געגלייבט אין גאט. אפשר ביסטו א גלגול פון אים געקומען מתקן זיין.

דשעפרעסאן איז, הפנים, ווי ווייט מ'ווייסען מיר, און לויט ווי ער האט זיך אויסגעדריקט, קלאר נישט געוועזן אן עטיעסט. מ'גלייבט ער איז געוועזן רוב פון זיין לעבן א דיעסט. ער האט ליב געהאט רעליגיע פאר איר מאראליטעט, נישט הימלישקייטן. זיינע דם שונאים -- די פעדראליסטן -- האבן געפריווט אים צו פארבן אלס עטיעסט.

דזשעפרעסאן איז געוועזן א קלוגער, געלערנטער און געלונגער מאן, און האט אגב בראוויש געקעמפט קעגן סעפערעציע פון רעליגע און סטעיט.

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:03 am
דורך אלמודד בן הכנענית
שלום עליכם!
It feels good to be part of the crew
ווער ס'האט סיי וואספארא ספיקות אין מיין ייחוס, און ווארט אויף תירוצים צו זיינע קשיות, זאל קודם צו שטעלן א ייחוס בריוול פון וועמען ער שטאמט.

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:37 am
דורך טעפל
שלום עליכם, איים עם ווערי סארי אבער אלמודד איז א זוהן פון יקטן.
אבער וואס גייט מיר אהן, וועלקאם ענד דזוין די קלאב!

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:24 pm
דורך אלמודד בן הכנענית
טעפל האט געשריבן:שלום עליכם, איים עם ווערי סארי אבער אלמודד איז א זוהן פון יקטן.
אבער וואס גייט מיר אהן, וועלקאם ענד דזוין די קלאב!

הייסט עס יקטן האט רעזעווירט די רעכטן איבער דעם נאמען אלמודד, למשל אזוי ווי אברהם איבער יצחק?

צווייטנס, איך זאג דאך קלאר בן הכנענית. ס'טייטש נישט יקטן. ס'קומט מיך פאר אזוי ווי איך זאל זאגן שאול בן הכנענית, און דו וועסט זאגן ניין:שאול איז א זון פון קיש.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:34 am
דורך טעפל
שוין, אלמודד גוט געענטפערט, ביסט אינסייד!! לאמיר הערן פון דיר גוטע זאכען שטענדיג.

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 4:13 pm
דורך גבאי שני
איך וויל באגריסן די צוויי נייע שטאב-מעמבערס:
[tag]קעלנער[/tag], ע"ש די אידישע ווארט פאר "וועיטער", וועט סערווירן דעם עולם בחכמה בינה והשכל אויף די פאזיציע פון מנהל, אין צוגאב צו די ביז יעצטיגע מנהלים.
[tag]ישרות[/tag] וועט דינען דעם ציבור ווי א יושר'דיגער אחראי, אין צוגאב צו די ביז יעצטיגע געטרייע אחראים.

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 4:20 pm
דורך מאטי
עלעבאריר. מיינסט צוזאגן אז ישרות וועט דינען ווי א מאדערעטער אין א היציגע דעבאטע?

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 5:19 pm
דורך גבאי שני
ישרות וועט טוהן די זעלבע וואס אלע אחראים טוען. ארויסהעלפן מיט די עבודה צו האלטן דעם מקום ערליך, ריין און איידל, כראוי פאר פרומע אידן.

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 7:14 pm
דורך קעלנער
א דאנק פאר די באגריסונג, [tag]גבאי שני[/tag]. איך האף צו קענען צולייגן א פלייצע אין די עבודת הקודש.

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 7:14 pm
דורך ברעט מענינג
ברוך הבא

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:03 am
דורך סעוועדזש לאנד
בריכאבע

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:11 am
דורך קאווע טרינקער
וואס איז שלעכט געווען מיט דיין אלטע ניק?

--
Just kidding

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:13 am
דורך סעוועדזש לאנד
ווינער איז טאקע מיין אלטע ניק-נאמען, איך גלייך מער סעוועדזש

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 4:12 pm
דורך סאשי פיש
איך וויל באגריסען די נייע מנהל כמר [tag]root[/tag],
איך מיין אז מען האט אים אויפגענומען מיט די ענגלישע נאמען, צוליב די לעצטערע איבערפלוס פון שרייבערס אויף די ענגלישע שפראך!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:34 pm
דורך איך אויך
ווילאנג ער אינישט קיין רוט קאנאל איז גוט.

נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 11:36 am
דורך בר דעת
שלום עליכם, נאך יארן ליינען האב איך זיך איינגעשריבן לאכול מפריה ולשבוע מטובה צו מיטטרינקען קאווע. איך האב ליב א פלאץ ווי נאר פרייליך און שלום דין האבן אייניגע רעכטן, ווי מען קען סתם קוועטשן קעגן סטארס וואס געבן נישט סערוויס און אריינגיין אין טיפע לעיקוואדישע דיסקוסיעס, ווי מען קען זיך טענהן צימעסדיג און נאכדעם ליינען די גאונישע מאטעמאטיקס פון פארוואס. עס קוועטשט מיר וואס עס קוועטשט דעם רוב עולם דא, איך האב ליב צו ליינען און זאגן דעות און קווענקלענישן און אט דא פה אשב כי איוותיה נעמט מיר אויף מיט אפענע ארעמס, איך דארף אביסל ליבשאפט

נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 11:45 am
דורך אפטעמיסט
עליכם השלום בר דעת, אט האט איר ליבשאפט...

מאכט אייך באקוועם, און נעמט אייך שרייבן. איר שיינט צו האבן א גוטע פעדער און א בא'טעמ'טע שפראך. יהא בואך לברכה.

נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 12:07 pm
דורך שמעקעדיג
גם אני מצטרף לדברי חברינו אפטעמיסט, שרייבסט פיין, אז חז"ל זאגן צרת רבים חצי נחמה, ווי גרעסער דער רבים, אלס גרעסער די נחמה.
מיר ווארטן צו הערן פון אייך דברים כדרבונות.

נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 12:37 pm
דורך בר דעת
איר גייט אין די ריכטיגע דירעקציע, אביסעלע ליבשאפט האט נאך קיינעם נישט געשאדט. עס איז מיר א כבוד אז שמעקעדיג באגריסט מיר, און אפעטמיזם איז וויכטיג אין א זייטל ווי פעסימיזם איז גאנץ אפט.
איך האף צו שרייבן ווען איך האב צייט און פארברענגען בשבת אחים

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 11:15 pm
דורך ראשעקאל
[tag]נעמ-טא-דאם[/tag] קיקט אויס ווי פיינע נייעס

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 11:20 pm
דורך סאשי פיש
[tag]ראשעקאל[/tag] ווילאנג האט דיך גענומען אים צו טעגן?!.. :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 9:46 am
דורך מ גפני
ראשעקאל האט געשריבן:[tag]נעמ-טא-דאם[/tag] קיקט אויס ווי פיינע נייעס