בלאט 24 פון 213

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:55 am
דורך משה געציל
כל הכבוד יאנקל! איך האב עס געפרעגט נאכן זען אפאר פון זיינע דרושים.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 11:40 am
דורך זר זהב
איז ער א איד אדער נישט?

געסס דא

http://www.guesswhosthejew.com/Result-Jane_Wiedlin.html

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:07 pm
דורך יחצל
איך בעט דער עולם זאל מיר ארויסהעלפן איך פאר אי"ה די קומענדיגע וואך צו מקומת הקדושים באיירפה איך דארף א נוסח וויאזוי אויסצושטעלן א קוויטעל ווער עס וועט מיר ארויסהעלפן וועט אריינגיין און א גורל פון וכו' וכו' וכו'

זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 5:18 pm
דורך למדן
פארוואס איז די בעקיטשע אשכול אראפגענאגלט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 1:03 am
דורך נולד מאוחר
כדי אן עוף'תע זאל מאכן און לייגען אן איי, האט א זכר געדארפט העלפן באשאפן די איי?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 1:09 am
דורך ונבנתה העיר
ניין, אזא איי וועט אבער קיין קינדער נישט ארויסגעבן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 1:14 am
דורך נולד מאוחר
ונבנתה העיר האט געשריבן:ניין, אזא איי וועט אבער קיין קינדער נישט ארויסגעבן.

איז דאס גלייך צי די אייער וואס די פרוי מענטש רילעיסט יעדע חודש?
סא ווי קומט די זכר אריין און בילד?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 1:22 am
דורך געפילטע פיש
א האן (זכר) ברויך האבן "געוואוינט" מיטן הינדל כדי זי זאל האבן די שטאף (זרע) צו פערטעלאזירן דעם איי.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 1:36 am
דורך ונבנתה העיר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:53 pm
דורך קלוג און יונג
איינער וויסט וואס איז געשען צו Martini's' 'Weiss Bistro' g' אויף בעדפארד פארק/מורטעל? ס'האט מיר אויסגעקוקט פארמאכט נעכטן און היינט ביינאכט. אפשר נאר געשניטען די שעות?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 8:36 am
דורך נפתלי
קלוג און יונג האט געשריבן:איינער וויסט וואס איז געשען צו Martini's' 'Weiss Bistro' g' אויף בעדפארד פארק/מורטעל? ס'האט מיר אויסגעקוקט פארמאכט נעכטן און היינט ביינאכט. אפשר נאר געשניטען די שעות?

ער האט געשניטן די שעות מיט 100%, פארמאכט אינגאנצן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:55 am
דורך קלוג און יונג
נפתלי האט געשריבן:
קלוג און יונג האט געשריבן:איינער וויסט וואס איז געשען צו Martini's' 'Weiss Bistro' g' אויף בעדפארד פארק/מורטעל? ס'האט מיר אויסגעקוקט פארמאכט נעכטן און היינט ביינאכט. אפשר נאר געשניטען די שעות?

ער האט געשניטן די שעות מיט 100%, פארמאכט אינגאנצן.

באשעפער! ווי קויף איך עסן? זייער ליב געהאט דאס פלאץ
ווי סע שיינט האבען נישט גענוג מענטשן געשעירט מיין טעיסט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:10 am
דורך sunbar
קלוג און יונג האט געשריבן:
נפתלי האט געשריבן:
קלוג און יונג האט געשריבן:איינער וויסט וואס איז געשען צו Martini's' 'Weiss Bistro' g' אויף בעדפארד פארק/מורטעל? ס'האט מיר אויסגעקוקט פארמאכט נעכטן און היינט ביינאכט. אפשר נאר געשניטען די שעות?

ער האט געשניטן די שעות מיט 100%, פארמאכט אינגאנצן.

באשעפער! ווי קויף איך עסן? זייער ליב געהאט דאס פלאץ
ווי סע שיינט האבען נישט גענוג מענטשן געשעירט מיין טעיסט


נישט יעדער איינער איז קלוג און יונג.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 9:49 pm
דורך berlbalaguleh
משכיל האט געשריבן:א אינגערמאן זאגט מיר אמאל אז ווען ער וועט האבען געלט,וועט איר קודם כל קויפען א דיין, אז אויב ער דארף סיי וואס פארא היתר זאל ער עס האבען ביי די האנד.י

כ'מיין ר'עט האבן דעם דיין "פאר פרי". ווייל דער דיין וועט אייביג האפן אריינצוכאפן א גוטן טיפ אויב ער פסקנ'ט "ריכטיג".

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 9:56 pm
דורך berlbalaguleh
ביינער פיש האט געשריבן:א גיטן. איך וויל וויסן וויאזוי קאן זיין אן ארגעניזאציע מיט אזא ראסיסט ווארט דערינען?

http://en.wikipedia.org/wiki/United_Negro_College_Fund

ווייל אמאל (בערך פערציג יאר צוריק) פאר זיי האבן זיך גערופן "אפריקען אמעריקענס" איז דאס געווען וויאזוי מ'האט זיי גערופן. זיי האבן זיך נישט געשעמט דערמיט. "ולא ידעו כי עירומים הם ולא יתבוששו". ס'איז געווען נאך איידער דער ראט שארפטאן ימ"ש איז ארויף אויף דער סצענע.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 10:05 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:איך פרעג סיריעסלי

דעיס איז א "פרי-פיקס" וואס מ'קען צוטשעפען פאר א יעדן. אויב ער פיהרט זיך טאקע אזוי אויף און ר'איז אידענטיפיצירט מיט'ן חסידות פארשעמט ער זיין חסידות.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 10:28 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:זיין טאטע איז איינער שווארץ

נאך א מזל מ'רעדט דא פון יודן. ווייל ביי א געוויס'ן חלק פון די באפעלקערונג הייסט א יעדער פון די "בני המשפחה" אנדערש. כ'דערמאן מיך ווען כ'האב געוואוינט אין אן אפארטמענט בילדינג וואס דארטן האבן אויך געוואוינט מעמנערס פון א געוויסע "מיינאריטי". און דער פאסט טרעגער האט אריינגעלייגט זיבן ענוועלאפס (פון שטאטישע הילף) יעדעס מיט אן אנדער'ן משפחה נאמען. מה זרעו מיוחס אחריו.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 10:37 pm
דורך berlbalaguleh
יחצל האט געשריבן:איך בעט דער עולם זאל מיר ארויסהעלפן איך פאר אי"ה די קומענדיגע וואך צו מקומת הקדושים באיירפה איך דארף א נוסח וויאזוי אויסצושטעלן א קוויטעל ווער עס וועט מיר ארויסהעלפן וועט אריינגיין און א גורל פון וכו' וכו' וכו'

כ'האב געמיינט אז דו בעטסט מ'זאל דיר ארויסהעלפן מיט א פאר רייניש. צושטייער געבן צום טיקעט און אכסניא. כ'בין שוין געווען גרייט צו "סווייפן" דאס קארטל.

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 2:39 pm
דורך יחצל
berlbalaguleh האט געשריבן:
יחצל האט געשריבן:איך בעט דער עולם זאל מיר ארויסהעלפן איך פאר אי"ה די קומענדיגע וואך צו מקומת הקדושים באיירפה איך דארף א נוסח וויאזוי אויסצושטעלן א קוויטעל ווער עס וועט מיר ארויסהעלפן וועט אריינגיין און א גורל פון וכו' וכו' וכו'

כ'האב געמיינט אז דו בעטסט מ'זאל דיר ארויסהעלפן מיט א פאר רייניש. צושטייער געבן צום טיקעט און אכסניא. כ'בין שוין געווען גרייט צו "סווייפן" דאס קארטל.

איך בין ענוי טיים גרייט צו נעמען אז דו ווילסט וויסן מיין פינקטליכע אדרעסס פארבינד דיך מיט מיר און אישי

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 6:55 pm
דורך נולד מאוחר
איך האב א זעקל מטבעות, ווי אזוי קען איך דאס בייטען פאר פאפירנע דאללארן?
דארף איך עס פאקן און די ראלס אדער די באנק קען זיך אן עצה געבן מיט א געמישטע מטבעת?
ווענט זיך וועלכע באנק?

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 7:06 pm
דורך געפילטע פיש
גיי אריין אין עני TD באנק, זיי האבן א מאשין וואס הייסט Penny arcade, גיסט אריין די מטבעות און ס'שפייט אויס א ריסיט, די ריסיט קענסטו קעשן ביים טעלער.
אויב האסטו נישט קיין קאנטע דארט גייט עס זיי נישט שמעקן, אבער איך מיין אז זיי געבן דיר סייווי.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:49 pm
דורך יתרו
מיין טאכטער פרעגט וואס טייטש די ווערטער וואס מען זאגט ביים בענטשן "שחתמת בבשרנו" וואס ענטפער איך? אז איך העל ענטפערן "וואס די האסט אריינגעזיגלט אין מיין קערפער" העט זי וועלן וויסן פונקטליך וואז דאס באדייט, רבונו של עולם וואס טוט מען דא ? ווי געט מען זיך אן עצה ?
ביז דערווייל האב איך מיך באנוצט מיט מיין רבי'נס ענטפער "מען לאזט עס אויס"

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:56 pm
דורך געפילטע פיש
וואס איז ראנג מיט פשוט פשט?