שבת אחים האט געשריבן:יא אז ער רעדט נאר פון מענטשען וועמען ער קען פערזענליך, קען טאקע מעגליך זיין אז ער דרייט זיך אין שומר שבת אדער אין מאנרא...
זיכער אזוי! האסט נישט געוואוסט? נעגל (ע"ש הלחש הידוע "וויפיל נעגל אויפן דאך") איז א פלאטשיגע אפגעריסענע שוטה מיט א פלאכע ביבער היט און פארשטאפטע נאז, זיין IQ איז ארום 83 (כמנין נג"ל) אין די גוטע טעג. איך באגעגן אים יעדע 12 אזייגער פארטאגס עסן פת שחרית אין די ראדני שטיבלעך אונטן.
לידיעתך, איז Thomas Nagel פון די טיפזיניגסטע פילאזאפער אין אונזער דור. צווישן זיינע פילע אויסצייכענונגען האט ער אויך באקומען דעם
Rolf Schock פרייז אויף לאגיק און פילאזאפיע, וואס ווערט באטראכט ווי דער נאבעל פרייז. זיין נאמען קומט אויף יעדן shortlist פון אינפלוסרייכע פילאזאפער, אינטעלעקטועלן און שרייבער פונעם 20-21'סטן יארהונדערט. (איך האלט אז ער האט מער ארגינעלע געדאנקען ווי שאופענהויער, למשל, אבער אויף דעם קען מען שוין מחולק זיין).
ער איז קלוגער פון דיר, און די מיט וועמען ער דרייט זיך זענען קלוגער פון דיר. סארי עבאוט דעט.
די סארט צמצום און פארמאכטקייט וואס מאכט איינעם נישט קענען פארנעמען אז אסאך פיל קלוגערע ווי אים זענען רעליגיעז, מאכט א צווייטן האלטן אז דער אהבת ישראל איז געווען דער גרעסטער צדיק מימות משה רבינו. צומאל איז עס אפילו דער זעלבער מענטש.
דאס אז געוויסע גאר קלוגע זענען רעליגיעז איז נישט קיין הוכחה למציאות הבורא, (פונקט ווי פארקערט איז נישט קיין ראי' אויף פארקערט), עס צייגט אבער אז רעליגיע איז נישט קיין בלויזע נארישקייט, און נעיגעל איז גענוג אויפריכטיג און אומאראגאנט דאס צו אנערקענען.
פונקטליך וויפיל קלוגע און גרויסע זענען רעליגיעז אדער נישט איז נישט די נושא, גענוג (מיס)אינפארמאציע דערוועגן דרייט זיך אויפן געוועב. די פאולסטערס (לשני הצדדים) נוצן גוט אויס די inherent ambiguity וואס ליגט אין אזעלכע טערמינען ווי "קלוג", "גרויס", "רעליגיעז", און "גלויבן". און דאס איז שוין חוץ פון די logical fallacies וואס קומען אלעמאל מיט מיט אזעלכע שאלות, (פיל רעליגיעז גענויגטע קלוגע ווערן גלחים, טעאלאגיקער, אדער רבנים, קלענער מאכנדיג די שאנסן צו ווערן סייענטיסטן, רעליגיעזע סייענטיסטן טרעפן אן מער שטרויכלונגען אויפן וועג צו ווערן גרויס, וכו' וכו'). אבער סיי וויאזוי איז די סטעיטמענט אז דו קענסט טרעפן 300 אטעאיסטן צו יעדן רעליגיעזן אויסטערליש גוזמא'דיג, כדרכך.
יעצט, איך האב זייער ליב גוזמאות. בפרט היינטיגע צייטן, אונטערן ממשלה פון פרעזידענט טראמפ יר"ה, זענען גוזמאות און ווילדע סטעיטמענטס כמעט בגדר דינא דמלכותא. אבער לתועלת הענין, צו קענען פירן ריכטיג א שמועס, איז כדאי צוצושטעלן אויך די ריכטיגע פאקטן. לדוגמא
שרייבנדיג אז קעגן יעדע שלעכטע פרוי איז פארהאן דריי טויזנט שלעכטע מענער, (נאכן
שרייבן אז קיינע שלעכטע פרויען האבן בכלל נישט עקזיסטירט, הגם
דארט האלטסטו מיר פאר אז איך ווייס נישט וואס מיינט רוב), וואלט גוט געווען צוצולייגן א שטערנדל, און שרייבן פון אונטן אז די פונקטליכערע סטאטיסטיק איז, לויט
די ערגסטע (און לכאורה אומריכטיגע) שאצונגען, 9 מענער קעגן יעדע פרוי. אזוי אויך דא, וואלט שיין געווען צוצולייגן, אז לויט געוויסע פאולסטערס זענען די סייענטיסטן וואס גלייבן נישט אביסעלע מער ווי העלפט, (און לויט אנדערע, זענען די איבערוויגנדע מערהייט מאמינים).
מיט "גרויסע" סייענטיסטן מיינסטו אפשר נאבעל פרייז געווינער? דאן כאפ א בליק.

שבת אחים האט געשריבן:ממילא זעה איך נישט וואס איז בכלל דא צו נתפעל ווערן פון זיין סטעיטמענט.
וויזשניצע עובדות און ניגונים זענען דען יא אינטערעסאנט פאר יעדן?
פאר [tag]הקטן[/tag] איז געווען אינטערעסאנט דער סטעיטמענט, ווי אן אטעאיסט בעל שיעור קומה איז זיך מודה בגילוי לב, האט ער עס גענומען אלס אינטערשריפט. ביסט נישט נתפעל? איז נישט. ליין עס נישט. וואס איז דא צו טענה'ן אזויפיל אהין און צוריק?
אגב, מיר עס געווען מערקווירדיג. ייש"כ הקטן.
(איך בעט איבער אלע חברים, פארוואס איך שרייב אזוי שארף ברבים. ס'איז נישט מיין דרך, אבער שבת אחים האט מיר געבעטן אין אישי כ'זאל אים "צופיצלען זיינע תגובות", כלשונו, האב איך אים א טובה געטון.