בלאט 24 פון 29

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 11:11 pm
דורך [NAMELESS]
סאשי פיש האט געשריבן:שירה ביים טון א חסד אין שפיטאל

מערקט די ערענסטע פנימער וואס זיי האבן אינדרויסן פון די צימערן.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 11:13 pm
דורך [NAMELESS]
סאשי פיש האט געשריבן:נישטא קיין ווערטער...

ווערטער נישט, אבער איין ווארט יא: משוגע!!!!!

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 11:59 pm
דורך ונבנתה העיר
וכדומה.. האט געשריבן:באמערקונג: ווי גרעבער מ'איז אלס שנעלער לאנדט מען צוריק אויף די ערד נאכן טאנץ..

נישט ריכטיג, כידוע ליודעי חן.

נאר ווי דארער מען איז קען מען שפרינגען העכער...

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 2:45 am
דורך [NAMELESS]
שווערע בריסקע חקירה, צו פשט איז אז דער חפצה פאלט שנעלער אראפ, אדער גאר אז דער חלות פונעם שפרינג גייט העכער במילא נעמט לענגער פארן מאגערער אראפ צוקומען.

דאס איז ממש כעין די חקירה צו דער צוקער מאכט זיס די קאווע אדער די לעפל מיט וואס ממישט די צוקער....

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 11:00 am
דורך שמעקעדיג
וואס איז דער ציל פון דעם בילד?

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 11:34 am
דורך מה הוא
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז דער ציל פון דעם בילד?

יעדע בילד ביזדערווייל האט א ציל????

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 12:14 pm
דורך שמעקעדיג
פון די סארט, געווענליך יא.
האסט שוין אמאל געזעהן א מנין נארמאלע מענטשן גייען שפרינגען אין גאס ציללאז?
אפשר איז דאס פאר א דעקל פון א טאנץ אלבום? ס'זיכער יש דברים באגי.

Re: נייעס און בילדער פון זינגערס און מוזיקאנטן

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 12:20 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
סאשי פיש האט געשריבן:ווער קען נישט גיטאר??!!..

https://vimeo.com/131000943
מאטי אילאוויטש

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:43 am
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז דער ציל פון דעם בילד?

כ'טראכט יעצט אפשר א שטיקל פשט בדרך רמז ;)
געווענליך ביי אלע חתונות ווען דער עולם טאנצט, זיצן די מוזיקאנטן און זינגער אויף איין פלאץ, און קענען זיך נישט הייבן די פוס און מיטטאנצן.
האבן די חברה באשלאסן, למה נגרע, פארוואס מעגן מיר זיך נישט הייבן?
אומר ושותה, זענען געגאנגען א גרופע און זיך געהויבן אין דער לופטן, וחמת המזמרים שככה.
והנעל"ד כתבתי ודו"ק.

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:30 pm
דורך yatzmachp
און וואס איז אזוי שלעכט צו זאגן אז מען האט זיך אביסל נאריש געמאכט און געהאט אביסל פאן. וואס איז ראנג. קיינער דא האט זיך נאך קיינמאל נאריש געמאכט מיט חברים? אויב האסטו עס טאקע קיינמאל נישט געטון איז צייט זאלסט טאקע קוקן אויף דיר אליינס פארוואס דו ביסט אזוי uptight. אבי מדרייט א קאשע.

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:35 pm
דורך lazar
סאשי פיש האט געשריבן:ביים לערנען מיט עפע א מולטי אין פלארידע פסח
ImageUploadedByTapatalk1431014918.570535.jpg

לערנט מיט א גוי ברטנורא ;)

Re: נייעס און בילדער פון זינגערס און מוזיקאנטן

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 4:01 pm
דורך סאשי פיש
ImageUploadedByTapatalk1435089683.743952.jpg
שירה מיט פינקי אויפען וועג צו מאנטריעל,
מערק אן פינקי געווארען קיל אויף די עלטער,

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 4:04 pm
דורך lazar
סאשי פיש האט געשריבן:מערק אן פינקי געווארען קיל אויף די עלטער,

און פארגעס נישט אז דא רעדט מען פון א מגיד שיעור וואס לערנט פאר גמרא תוספות פאר הונדערטער אידן אין ראדני וומ"ס, אויך איז ער דער בארימטער בעמח"ס מלבא לפומא.

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 4:08 pm
דורך שמעקעדיג
איך קען נישט אלע פון זיי, קען איימיצער ביטע אויסרעכענען די נעמען, און מקיים זיין לכולם שמות יקרא?

Re: נייעס און בילדער פון זינגערס און מוזיקאנטן

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 4:37 pm
דורך סאשי פיש
פון רעכטס צו לינקס
זאבי פריד
אלי שפריי
אייזענבערג
הערשי וויינבערגער
פינקי וועבער

[tag]שמעקעדיג[/tag]

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 6:25 pm
דורך פלעין יודיש
ווי פונקטליך שטעקט זיין קילקייט?

מיכאל מאכט א קאמבעק!!!

נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 7:58 pm
דורך משבק

נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 8:08 pm
דורך רויטע וואנצעס
די הארץ, אפענקייט און ענערזשי פון מיכאל, ווערט קיינמאל נישט אלט.

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 1:00 am
דורך רויטע וואנצעס
היינט אין Sizzle רעסטוראנט אין בארא פארק איז געווען א שיינע קומזיץ. ידידים האט ווי אלעמאל הערליך דערליווערט. אויף די קיו בארד איז געווען שפירא, און אויף פראקאשאן האט געקנאקט סאמטינג ספעשיל א נייע פנים. איינער ווייסט ווער דאס איז?

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 10:00 am
דורך שמעקעדיג
ולשמחה מה זו עושה?

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 6:02 pm
דורך רויטע וואנצעס
א קומזיץ צו פאמפן די גאנץ נייע געשעפט, פאר יונגעלייט וואס די ווייבער זענען אין די קאנטרי.

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 6:59 pm
דורך [NAMELESS]
רויטע וואנצעס האט געשריבן:א קומזיץ צו פאמפן די גאנץ נייע געשעפט, פאר יונגעלייט וואס די ווייבער זענען אין די קאנטרי.

קאושער ענטערטעינמענט בלע״ז.

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 8:45 pm
דורך ליפא
ניבול ברשות התורה בלע''ז