בלאט 24 פון 66
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:53 pm
דורך ראוונע
איז נישט וואסערשטיין די מנהל פון חדר פאר שלום דער זעלבער ווי דער וואס פארהערט יוסל'ה פאר תפארת התורה?
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 7:32 pm
דורך שמואל פרימו
ווי אזוי האט באבע מלכה איינגעזען אז מנוחה איז א קלאפטע? - איז דאס סתם געווען א פליטת הפה, אדער האט זי טאקע עפעס באמערקט?
וואו איז אדנירם? - וואסי פשט פון די שטיל שווייגעניש אז ער האט אויפגעהערט צו אנאליזירן?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 8:00 pm
דורך געפילטע פיש
ברוך בער האט געשריבן:דער ענדע ווי קיווע שטופט די הענט צו איינשטילן דעם לוויה קאר איז פרייזלאז. בין איך דער איינציגער וואס שפעקולירט אויב ס'איז דא עפעס אין דעם סגולה צו שטילן די תנים מיט די הענט? בכלל וואס איז דאס תנים? זענען זיי טאקע אין ירושלים ברומען אין אווענט?
מיר זעט עס מער אויס ווי אן אויסברוך, נערווען בראך, אדער עפעס. ס'איז צו סאך פאר עקיבא צו פארנעמען, צו סאך נויז אין זיין לעבן, ער וויל ס'זאל שוין זיין שטיל פאר אפאר מינוט. דא איז ער נאכנישט איבערגעקומען ליבי'ס אפווארף, דא שפילט הדסה צו צו זיינע נערווען, ער האט מורא אז זיין אידישקייט גייט פארפארלן, דא ליידט ער גלות, שלאפט אין סטודיא, שלאפט אין פרעמדע הייזער, עסן האט ער שוין נישט געגעסן פאר א מעת לעת מסתמא, טרעפט זיך מיט זיך זעלבסט אלץ קינד, און דא שטארבט עם אוועק די באליבטע באבע, און די קאר הויכהילכערס גריזשען עם אין די אויערן. ער וויל ס'זאל זיך אויפהערן, און זייענדיג אזוי שטורמדיג איבערגענומען און צוריסן מיט זיך אליינס איבער הדסה, קומט איר סגולה באלד ארויף. שטרעקט אויס די הענט אינמיטן גאס ווי א מטורף, און ליבי קוקט דאס צו. דאס איז אדער א מכה בפטיש אז ליבי זאל איינזען אז זי זאל שטיין ווייט פון עם, אדער גאר פארקערט, זי וועט רחמנות באקומען אויף עם און עפעס וועט זיך נאכאמאל אנווערטשאפן צווישן די צוויי. איך בין נייגעריק וויאזוי די שרייבערס וועלן ווייטער וועבן עקיבא'ס לאוו לייף.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 8:08 pm
דורך משבק
שמואל פרימו האט געשריבן:ווי אזוי האט באבע מלכה איינגעזען אז מנוחה איז א קלאפטע? - איז דאס סתם געווען א פליטת הפה, אדער האט זי טאקע עפעס באמערקט?
וואו איז אדנירם? - וואסי פשט פון די שטיל שווייגעניש אז ער האט אויפגעהערט צו אנאליזירן?
קיין איין 90 יעריגע פרוי שמעקט נישט ווען מרעדט פון איר עלטער .. און מנוחה פון שלעכטסקייט זיכט ווי מער צו רעדן דערפון און וואונשט און וואונשט . און דאס איז שוין ווי אויל צום פייער נאכדעם ווי זי מאכט אזוי גלייכגילטיג אוועק די איידע פון ג'יין צום ים .
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 8:11 pm
דורך קאצקע ציקער
שמואל פרימו האט געשריבן:ווידער די מעשה מיט די רעקארדינג: איר האלט באמת אז מנוחה וואלט געטון ריכטיג אים צוצורעדן אפצוקויפן די רעקארדינג פאר אן אלף?
באמת האט מנוחה גאר ריכטיג געצה'ט שלום צו אנשרייען דעם מחוצף ,שלום איז נישט דווקא געווען בייז אויף איהר פאר דעם , נאר דא איז געווען די מכה בפטיש וואס ער האט איינגעזעהן מנוחה איז נישט פאר עים
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 8:12 pm
דורך באשטעטיגט
שמואל פרימו האט געשריבן:איך זעה אז דא גייט פארקומען העווי עקשן:
ב. ווייטער קומט א פרשה איבער די ירושה, די דירה וואו צבי אריה וואוינט וואס נחום האט שוין דערויף פארפירט... אצינד וועט גיין מכות - איך מיין אז נחום איז אנגעקומען פשוט אפצונעמען די ירושה, מער ווי אויף די לויה פון זיין מאמע'ן.
ביי דע וועי: וואס טוט זיך מיט חנינא? - איז מיסטער ווייס אראפגעפארן קיין צפת אנסטראשען זיין איידעם?
איך האב אויך געקלערט אז נוחם קימט אויף א ביזנעס טריפ ענדעש ווי א לוויה -וועהן שלום האלדז איהם זעהט עס אויס ווי שלום וואס איז יעצט צירוסען פין אלע זאטען ...האט געטראפען זיין ברידער אין איז פיל מיט emotion,אבער נוחעם ווייסט נישט פין קיין צרות אין זאגט מיר זענען שוין נישט קיין קליינער קינדער...
לגבי חנינא- שטיסל 2 - פרק 9
"המתנחמים" - שולם ונוחעם יושבים שבעה על אימם, הבובע מלכה. ליבי מוצאת את הצוואה המפתיעה של הבובע,
וליפא נוסע בשליחות גיטי לצפת כדי להוציא גט מחנינא.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 8:18 pm
דורך משבק
שוין האסט מיר אויסגעכאפט . איך האלט אז מקען ערווארטן א סורפרייז צוואה וואס זאל פארלאנגען אז קיווע זאל חתונה האבן מיט ליבי . און באקומען די דירה . ..
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 8:22 pm
דורך באשטעטיגט
משבק האט געשריבן:שוין האסט מיר אויסגעכאפט . איך האלט אז מקען ערווארטן א סורפרייז צוואה וואס זאל פארלאנגען אז קיווע זאל חתונה האבן מיט ליבי . און באקומען די דירה . ..
חתונה האבען מיט ליבי גלייב איך נישט,חוץ פין דעם האט איינער וואס האט געזעהן די סקריפט שוין אויסגעזאגט אז קיווע גייט נישט חתונה האבען די עונה
אגב וואס איך האב געשריבען איז נישט מיין פאנטאזיה דאס איז פין
https://www.yes.co.il/content/searchres ... 7%A1%D7%9C
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:34 pm
דורך ראוונע
נישט חתונה האבען אבער אפשר א חתן ווערן
לעניות דעתי וועט קיווע קיינמאל נישט חתונה האבען ווייל איינמאל ער האט חתונה איז אלעס גענדיגט
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 12:19 am
דורך סביב העולם
מיט א גט קען מען אלץ גיין ווייטער.......
Re:
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 6:01 am
דורך ראוונע
קיווע איז famous פארען אפלאזען שידוכים אדער אפהארגענען ראמאנסען
א גט איז עפעס נישט זיין סטייל. דעס לאז פאר זיין פלומעניצע רוחמי
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 1:10 am
דורך סביב העולם
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 4:27 pm
דורך ברוך בער
לקראת פרק 9. קיווע קומט קיין ניו יארק! הלואי קיין וויליאמסבורג, אפשר גאר וועט ער באזוכן ראדני סטריט?
https://www.youtube.com/watch?v=aSaqEa09RB0
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:19 am
דורך באשטעטיגט
איפה כולם ? אדנירם למשל !
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:06 am
דורך ברוך בער
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 6:33 pm
דורך קאמפיאטער
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 6:42 pm
דורך יהושע חיים
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 9:20 pm
דורך HotCoffee
מזל טוב!
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 9:24 pm
דורך HotCoffee
IMG-20151226-WA0007~01.jpg
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 9:26 pm
דורך [NAMELESS]
הרב [tag]סביב העולם[/tag], אפשר לייגסטו ארויף די נייע פרק פון שטיסל אויף דראפבאקס?!
א גרויסע ייש"כ!!!
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 9:27 pm
דורך סביב העולם
אדנירם האט געשריבן:הרב [tag]סביב העולם[/tag], אפשר לייגסטו ארויף די נייע פרק פון שטיסל אויף דראפבאקס?!
א גרויסע ייש"כ!!!
איך האלט עס אינמיטן אפלוידן
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 9:31 pm
דורך סביב העולם
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 10:57 pm
דורך באשטעטיגט
באדערט מיך אז זיי האבן אביסל אוועק גענימען ליבי'ס חן ,ביז יעצט איז זי געוועהן פארשטענדליך ,ווארעם ,קליג ,זי איז דער וואס האט איהם אריינגעברענג צירוק צו זיין א מצייר "אם אני הייתי מקבל כזה מתנה מהקב"ה הייתי משתדלת מאוד לא לבזבז את זה" וכו'..אין יעצט האט זי נישט געהאט שכל נישט צו פארציילן וועגען די תפילין ,איך פארשטיי אז זי מיט איהר טאטע האבען זיך אסאך געטאנעט ער האט זי געזאגט ביסט משוגע ער איז א ליידיגייער וכו' אין זי האט געזאגט ער איז נישט -אדער ער קען זיך טוישען (איך וועל איהם טוישען ) אין איך פארשטיי אז ער האט געמאכט די אלע תנאים ,אבער די זיסע ליבי וואלט געדארפט עפעס איהם מער מחזק זיין ,אין זיכער נישט צווינגען אויפצוגעבען אינגאנצען פין זיין א מצייר
בקיצור -ביז יעצט האט אויסגעזעהן אז ליבי איז זיין ישועה יעצט זעהט עס אויס אז ס'נישט אזוי פשוט ,אז זי וויל חתונה האבען מיט איהם דארף זי איהם מקבל זיין לויט וואס ער איז ,אין נאך די חתונה קען זי איהם מחזק זיין צו תורה און תפילה במניין וכו'
חוץ אויב מ'זאל זאגען אז ליבי איז נישט באזיך צילוב איהר טאטעס manipulation אין איהר הנהגה איז א תוצאה וואס זי האט מיטגעמאכט מיט איהר טאטע(אין דאס ווילן זיי ארויסברענגען -וואס א טאטע קען פארדרייען די זאדענקייט פין זיין טאכטער)