בלאט 24 פון 27
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2018 12:04 pm
דורך berlbalaguleh
ווער ס'קען דעם רב, שליט"א ווייסט אז ער איז ב"ה א גרויסער לץ...!
נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2018 3:25 pm
דורך שמעון וואלף
קארלין'ע רבי מיט די רעבעצין אין עירפארט ווארטן אויף ליין כאחד האדם
נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2018 4:18 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: ייש"כ. דאס איז א נארמאלע קליפ. אבער איך הייב אן טראכטן אז א גרויסער טייל פון די ..."אדמורי"ם פיקטשערס זענען אויך בגדר פון בלוט צאפעריי. וואסי....? ווייל ער איז אן אדמו"ר מעג מען איהם פארשעמען און שופך דם זיין און מאכן ליצי ליצנות פון איהם אין א פאני פאזיציע...!
נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2018 12:43 am
דורך שמעון וואלף
הגה"ק מלימנוב מיט גאב"ד דמשק אליעזר
נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2018 12:56 am
דורך וואלווי
מ'קען אפשר מוותר זיין דאס טראגען די שמונה בגדים, אבער ווי לאנג ס'הערשט אזא קעגען זייטיגע צהלת פנים איז אלעס ווערט..
נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:14 am
דורך וואלווי
שמעון דזשיגאן מיט באבוב'ער רב
דזיגן אצל הבאבאווער.jpg
גענומען פון דא:
http://dusiznies.blogspot.com/2016/09/w ... rebbe.htmlאיינע פון די קאמענטס אויף די פאסט:
I happen to know the grandson of one of the men who happened to be standing behind The Bobover Rebbe when Dzigan told a joke to the Rebbe.
He told me his grandfather mentioned that the Rebbe liked a good joke.
He remembered his grandfather said that Dzigan tried to make The Rebbe laugh with the following joke:
Why did the Satmar Chusid cross the road?
To schnorr on the other side.
The Rebbe didn't think the joke was funny according to the grandson's recollection .
נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:09 pm
דורך אברך משי
שמעון וואלף האט געשריבן:הגה"ק מלימנוב מיט גאב"ד דמשק אליעזר
מלכים ביפיים תחזינה עינינו!
מ'קעממיר אלע לאכן פון היינט ביז מארגן, אונזערע קינדער אין פופציג יאר ארום וועלן נאך ליינען אין די קונטרסים און די גליונות איבער די גאוני ומאורי הדור, און וועלן וויסן ווי שטארק הגאון ר' אלעזר איז געווען מפורסם מיט זיין כוח התורה מיט חריפות און בקיאות אין אלע מקצועות, שטייטצעך אויך אין ציגאב צו זיינע מעשי צדקה וחסד. ווי אויך די גדלות פון גאב"ד לימענוב וואס איז געווען פון די גדולי המשפיעים בימיו, פלעגט ארומגיין מעורר זיין אידן בכל אתר ואתר ווי צב"ש ליזענסק ביומא דהילולא קדישא, אריינגעברענגט חיות דקדושה און התעוררות אין אידישע הערצער... איי יי די גדולי ישראל פון אמאל
נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:45 pm
דורך berlbalaguleh
אברך משי: איבער'ן העיליגן דמשק אליעזר וועיס איך נישט. אבער אויפ'ן הייליגן לימינוב'ער צדיק זכותו יגון עלינו (מ'רעדט שוין לאחר הסתלקותו לגנזי מרומים. אין א 60-70 יאר ארום, אי"ה.) וועט מען קאנען פארציילן און באשרייבן גאנצע בענדער ווי ער איז געווען נע ונד אין אלע גרויסע האטעללן און צוזאמקום פלעצער, ווי כלל ישראל איז געגאנגען שעפן פרישע כוחות בגשמיות וברוחניות. ער, די רבי זי"ע האט סופלייד די רוחניות. נאכדעים וואס דער עולם איז צוריקגעקומען פון סווימינג פול און שפילן בעיסבאלל, האט די רבי, זכר צדיק לברכה געפילעוועט רוחניות. ר'האט פארגעלערנט גאנצע שטיקער ראשית חכמה און קב הישר. וויאזוי די מלאכי חבלה וועללן נעמען דעם זינדיגן מענטש און איהם ארומווארפן ווי א באלל אין כף הקלע (נישט אז איך ווייס וואס דאס מיינט.). און מיט וואספארא שפיזן די מלאכי חבלה וואס זענען באשאפן געווארן פון די עבירות פו די פראסטע, מגושם'דיגע מענטשן, וועללן זיי בראטן אין פייער פן גיהנום. און וויפיהל אן ערליכער איד דארף זיך מסגף זיין. און נישט נאכגעבן די תאוות עוה"ז. נאר (טון אזוי ווי די רבי) עסן א טרוקן שטיקל ברויט. און פארטרונקען מיט א ביסל קאלט ספרינג וואטטער...!הוי...זכותו יגון עלינו ועל כל ישראל , אמן...!
נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:54 pm
דורך סקרן
און זאגן איך געדענק עס ווי היינט די פאם פאם אויף די סליפער פון די פרוי וואס האט אונז געהאלפן
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2018 3:41 pm
דורך סקרן
אדמור מקארלין
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2018 4:01 pm
דורך יין שרף
פאר די וואס קענען אים איז דאס פון די געהעריגע בליק..
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2018 10:29 pm
דורך שבת אחים
ס׳זעהט אויס ווי דער רבי האלט א ״סמארטפאון״. ניין?
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2018 1:41 am
דורך שמעון וואלף
שבת אחים האט געשריבן:ס׳זעהט אויס ווי דער רבי האלט א ״סמארטפאון״. ניין?
ער אימעילט זיך אפישעלי מיט זיינע חסידים. מ'קען זיך מזכיר זיין ביי אים דורך אימעיל
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2018 2:16 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
שבת אחים האט געשריבן:ס׳זעהט אויס ווי דער רבי האלט א ״סמארטפאון״. ניין?
אלע רעבאס האבען, וואס איז שלעכט. עס איז אסאך בעסער ווי שרייען אז מען טאר נישט און באהאלטענערהייט אפטוהן כל דבר אסור
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2018 8:11 pm
דורך איסר האטלקי
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:ס׳זעהט אויס ווי דער רבי האלט א ״סמארטפאון״. ניין?
אלע רעבאס האבען, וואס איז שלעכט.
אודאי, איך בין אמאל געווען ביי א פריוואטן ביקור פון צוויי ריזיגע אדמורי''ם (נעמען געהיט ביי די רעדוקציע), אינמיטן האבן זיי ביידע געוויזן פארן צווייטן זייערע באהאלטענע פעיסבוק פעיזשעס.
Re: אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 10:54 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איסר האטלקי האט געשריבן:אינמיטן האבן זיי ביידע געוויזן פארן.
Omg
[emoji33]
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג מאי 27, 2018 9:37 am
דורך בן ישי
וואס גייט דא פאר?
נשלח: זונטאג מאי 27, 2018 9:42 am
דורך [NAMELESS]
מען איז בודק א מקוה.
נשלח: זונטאג מאי 27, 2018 11:52 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
ריכטיג האט געשריבן:מען איז בודק א מקוה.
פארוואס דארף ער מיטשלעפען זיין גבאי ווי ער גייט אפי אויפ'ן דאך?
נשלח: זונטאג מאי 27, 2018 11:53 am
דורך [NAMELESS]
אפשר האט די גבאי געשלעפט דעם רבי'ן? פון וואנעט ווייסטו?
נשלח: זונטאג מאי 27, 2018 12:25 pm
דורך berlbalaguleh
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:מען איז בודק א מקוה.
פארוואס דארף ער מיטשלעפען זיין גבאי ווי ער גייט אפי אויפ'ן דאך?
ווייל די חסידים האבן מורא אז מען וועט ח"ו קידנעפן דעם רבי'ן...! אפילו ווען דער רבי שליט"א גייט צו די ספר תורה ווען ער באקומט אן עליה, באגלייטן איהם אויך די געטרייע שומרי הסף...!
נשלח: זונטאג מאי 27, 2018 5:08 pm
דורך יין שרף
זעהט מען אז בערל איז א ריכטיגע סאטמארע, ער ווייסט פונקליך וואס גייט פאר אין פאפא..
נשלח: זונטאג מאי 27, 2018 8:00 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף: בערל בעל עגלה ווייסט ווייל ער האט עס געזעהן ערשטהאנטיג. מער וויל איך נישט זאגן מפני חשש גילוי...!