בלאט 24 פון 50
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 5:30 pm
דורך גוטע פינטעלך
"ונבנתה" האט זיך מגלה געווען למטה מעשרה טפחים, אינעם 'מאמענט'?
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 5:47 pm
דורך ונבנתה העיר
וואס פאלט דיר ביי?
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 5:54 pm
דורך גוטע פינטעלך
ונבנתה העיר האט געשריבן:וואס פאלט דיר ביי?
אנהייב וואך האסטו געשריבן
די פרטי הסיפור וועט איהר לכאורה קענען ליינען אינעם מאמענט.
א דאנק פארן עס מגלה זיין פאר'ן ציבור, און יא איך בין מקנא דיין גוטע געפיל!
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 6:00 pm
דורך ונבנתה העיר
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 6:04 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה איז the man of the week
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 6:14 pm
דורך יאיר
יא, ונבנתה איז דער שטאלץ פון קאווע שטיבל. דרייט זיך אריין אזוי פון אונטער די קוליסן אזוי אומבאמערקטערהייט און שאפט א סענזאציע און שלייכט זיך ארויס. ונבנתה העיר בתפארתו.
שוין איינמאל א ליובאוויטשער חסיד.
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 8:30 pm
דורך כוכב
למעשה, נאך די מאמענט און דער המודיע און קול מבשר איז נאך אלץ נישט פאר ענטפערט געווארן וויאזוי ונבנתה האט געלייגט א יד אויף די ווידעא.
אפשר מעגן מיר שוין וויסן דעם סוד?
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:21 pm
דורך ונבנתה העיר
לעדערער האט עס באקומען פון ס"ק, שבת האט מיין חבר געהערט בשמו אז עס איז דא א שטיקל פונעם ח"ח וואס דער עולם האט נישט, זונטאג האט מיין חבר עס געזוכט, יענעם טאג [אזוי מיין איך] האט ס"ק עס ארויפגעלייגט אויף זייער סייט, מיין חבר האט עס דארט געפונען און מיר עס געשיקט, איך האב עס ארויפגעלייגט אויף קאווע שטיבל.
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:24 pm
דורך יאיר
ונבנתה, איך קען ווערן גוט מיט דיין חבר?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:47 am
דורך איך אויך
וואס איז דער קאנעקשן צווישן לעדערער און מארך?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 10:10 am
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 2:13 am
דורך אפטעמיסט
דער מאמענט ווערט לעצטענס דינער מיט יעדן פארבייגייענדער וואך.
וואס די גיהנום איז ראנג מיט די אידישע מאגאזינען, אז בשעת וואס די ענגלישע חרדי'שע אויסגאבעס, עמי, משפחה ועוד, זענען דיק און אנגעשטאפט מדי שבוע בשבוע, זענען די אידישע מאגאזינען אויסגעמאגערט און כמעט ליידער פון סחורה. פארוואס אין דער וועלט קענען נישט די אידישע מאגאזין אויסזען ווי די ענגלישע?
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 2:20 am
דורך ישמעאל הכהן
לעצטכ מאל איך האב עס געזען האב איך באמערקט ווי גאנצעטע זייט ווערן איבערגעלאזט האלבע זייטן דערפון גענצליך ליידיג... כלומרשט א חלק פון די גראפיק. פארשטיי איך נישט ווער ס'קויפט דאס בכלל
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 2:45 am
דורך אבי גערעדט
מאמענט האט זיך פארקלענערט זייט חודש אדר, פון די געווענליכע 80 זייטן זענען זיי אראפ צו 64 זייטן, די פרויען מאגאזין איז אראפ פון 32 צו 24 זייטן די קינדער אפטיילונג איז געבליבן ביי 16 זייטן.
אגב, פרובירט מאמענט אין די לעצטע אויסגאבע צו חנדלן די עקסטרעמע גרופע וואס זענען די ערשטע צו פארפירן אויף אלעם; דא האט איר די קאווער
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 2:53 am
דורך נולד מאוחר
אן דע אדער הענד, איז דא אן ארטיקעל אין ליכט פונעם ביטערע שריפה, איבער וויכטיגקייט פון סעיפטי, האבן סמאק אלארם.
דאס שמעקט עפעס מער וואטסעפפדיג ווי סאכדעסדיג
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 9:26 am
דורך [NAMELESS]
די לעצטע דריי פיר וואכן איז געוועהן זייער אויסגעדראשען
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 2:21 am
דורך פישלע העררינג
מאמענט וואקט א טייט ראופ.
א גאנצע ביילאגע, בענין עשר מכות היינטיגע טעג.
דאס איז א אויסגעדראשענע טענה פון די מכחישי התורה, אז בעצם זענען די עשר מכות נאטורליכע ערשיינונגען און זענען נישט אותות ומופתים ומשפטים בל ידעום. עפ"ל.
איינס פון די צוויי, לכל הפחות: אדער אז די שרייבערלעך ווייסן נישט בחייכון וביומיכון פון זייער לעבן צו זאגן, און זענען אבליוויוס צו אזא טענה מכת המינים והאפיקורסים און זיי מיינען זיי האבן אנטדעקט אמעריקא, אדער ווייסן זיי יא דערפון, נאר זייענדיג אנגעליינטע אויפגעקלערטער אידן האבן זיי פארלוירן דעס דעת להבדיל בין נגע לרגע.
אזוי צו אזוי, צריך עיון גדול אויף זייער וועד הרבנים לפיקוח.
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 8:47 am
דורך טאמבל סאס
נו, ס'נישט קיין עניוות צו בארעדן די אייגענע ווערק.
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 9:19 am
דורך הוגה
פישלע העררינג האט געשריבן:דאס איז א אויסגעדראשענע טענה פון די מכחישי התורה, אז בעצם זענען די עשר מכות נאטורליכע ערשיינונגען און זענען נישט אותות ומופתים ומשפטים בל ידעום. עפ"ל.
1) אויב זאגט מען אז די מכות זענען נאטירליכע occurrences דאן אבוויעסלי איז מען נישט מכחיש די מכות. די מכחישים גלייבן נישט בכלל אז אזא זאך זאל האבן געשען.
2) דאס אז די אייבישטער האט געשטעלט די טבע באופן אז אזאנע שרעקידיגע שטורעמעס און קרענק און עפידעמיעס זאלן פונקט געשען ע"פ דרך הטבע, פונקט ווען די שלעכטע קעניג לעבט, איז דאך די גרעסטע מופת גלוי.
3) לענ"ד, זאגן אז די אלע מכות זענען געשען ע"פ דרך הטבע הערט זיך מער אומגלויבליך ווי ניסים.
.
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:27 pm
דורך יידל
אפציע דריי, פישלע האט נישט געקויפט די מאמענט און שפרינגט צו הנחות...
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:40 pm
דורך ונבנתה העיר
אפציע פיהר, אברהם פריעדמאן האט זיי אראפגעשטופט פונעם ראופ...
נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 12:10 am
דורך אפטעמיסט
די אינטערוויו מיט אברהם פריעדמאן איז א מאסיווער ארטיקל! כ'האב געלייענט מיט דארשט יעדעס ווארט.
(אויסער דעם וואס ס'האט געשמעקט גאנץ היימיש...)
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 2:10 am
דורך [NAMELESS]
יא. זייער אינטערסאנט געוועזן