וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

שליחה דורך שלשלת »

ח"י (18) טויטע און נאך צוויי מאל ח"י (36) פארוואונדעטע, דערצווישן צוויי קינדער, ווען א שנעל-פארענדע טאנקער טראק וואס האט געפירט געז האט פארלוירן קאנטראל, און אריינגעשמעטערט און עטליכע קארס און הייזער, וועלכע זענען פארכאפט געווארן אין העלישע פלאמען
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

שליחה דורך שלשלת »

פרעזידענט אבאמא האלט יעצט אפ א פרעסע קאנפערענץ צוזאמען מיטן פרעזידענטקע פון סאוט קארעא
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

שליחה דורך שלשלת »

פאר וועם סאינטרעסאנט - דא קען מען מיטהאלטן די פרעסע קאנפערענץ
video.foxnews.com/v/1155606219001/
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

שליחה דורך שלשלת »

א פייער האט אויסגעבראכן היינט פארטאג אין די וויליאמסבורג אומגעגענט, ביי סאוט 4 און הופער סטריט. די דריי שטאקיגע געביידע האט געדארפט עוואקואירט ווען צוליב די גרויסע מאס רויעך, וואס די פייער האט געשאפן. עס איז נישט געוווען קיין געשעדיגטע.

בייגעלייגט בילד פונעם פייער.

Fife.jpg


אין א צווייטע נייעס איז די "העזמעט" און אנדערע פאליס און פייער יוניטס ארויסגערופן געווארן היינט צו די פעדעראלע קאורט געביידע אין ברוקלין, צוליב א ענוועלאפ וואס איז אנגעקומען אהין אויף די פאסט, און ווען א ארבייטער האט עס געעפענט האט זיך ארויסגעשארט דערפון א ווייסע פאודער, מיט א צעטל ארויפגעשריבן דערויף אין גרויסע בוכשטאבן "ענטרעקס". די קאורט סיסטעם איז ווייטער אנגעגאנגען ווי געהעריג, מען האט בלויז אפגעשפארט יענע אפטיילונג.
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

א לאנג איילענד מאן איז ארעסטירט געווארן אין קענעדי לופטפעלד פארן האבן אין באזיץ פאלשע פי-בי-עי קארטלעך און פאליס דזשעקעטס. די טי-עס-עי אפיצירן האבן אנגעהויבן האבן פארדאכטן נאך וואס דער מאן האט זיך פרובירט דורכשטיפן די סעקיוריטי, און מאכן זיין וועג צום פליגער. "די קארטל איז ווערד ווי א געסיינטע מעטראו קארטל פונעם קאנדאקטאר".

עלעוו זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין הארלעם, נאך וואס די לעקטער אויפן דריטן שטאק אין א שולע האבן ארויסגעגעבן א געדעכטע רויעך, געמישט מיט געז. די ניין קינדער און צוויי איינגעשטעלטע געפינען זיך אין א סטאבאלירטן צושטאנד. די בילדינג מענעדזשער איז נישט געווען צום געפינען ביים סצענע, נאכן וואך-נאכט די נאכט בעפאר. "די געז איז ווארשיינליך פון די געז באלונען וואס סטודענטן האבן געבלאזן" זאגט ער.

א גרופע אקטיוויסטן פלאנירן צו אריינשטעלן א גאן אין די האנט פון יעדן לעגאלן ניו יארקע איינוואוינער. זיי וועלן צושטעלן א גאן פאר די אלע וואס זענען בארעכטיגט צו האבן א גאן, און זיי זאלן דאס האבן און טראגן מיט זיך. "ס'איז אלעס צו באשיצן די ציווילע בירגער" זאגט א וואלונטיר פארן ארגענעזאציע. "פארברעכן זענען דראסטיש געשטיגן, און דאס איז די בעסטע מיטל דערקעגן". בלומבערג שומפט: זאל מען אריינשטעלן א סלייס פיצא אין יעדן'ס האנט.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'נאכט לאמפ'. טראץ וואס בלומבערג פארמאגט א געסיינטע 'מענאפאלי' קארטל, זענען מיר די וואס האלטן בלומבערג אין טינקל, "אלעס צו באשיצן די ציווילע בירגער"
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פרענטש וואנילע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 am
האט שוין געלייקט: 145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך פרענטש וואנילע »

א קאר עקסידענט האט פאסירט נעכטען נאכמיטאג אין די געגענט פון וואלאבאוט אין ניי וויליאמסבורג, ווען א קאר האט אנידערגעקלאפט צוויי קינדער וועלכע זענען געפארען אויף א ביציקעל, ווי מ'הערט האבען די קינדער אין זייער געיעג נישט באמערקט אז די לעקטער האט זיך שוין געטוישט, און זיי זענען מיט אן אימפעט אריינגעפארען אין פארעדיגע קאר, איך מיין אז דער מצב איז ב"ה סטאביל און קיינער איז נישט ערענסט געשעדיגט געווארען .
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

א מאן ווערט געזיכט אין בראנקס, נאך וואס ער האט גערויבט פונף-הונדערט טאללער פון א דריי יעריג קינד אין א וויין געשעפט. דאס קינד איז דארט געווען מיט איר מאמע, ווארטנדיג צו באצאלן, האט זי ארויסגענומען דאס געלט פונעם טאש-בוך, ווען די קינד האט דאס איבערגענומען און די רויבער האט דאס ארויסגעכאפט און אנטלאפן. "ס'איז פארגעקומען אזוי שנעל" זאגט די מאמע "קוים וואס כ'האב געהאט צייט עס אפציילן". די קינד געדענקט אויך נישט דעם גענויעם ציפער. אבער זאגט אז ס'איז געווען נאכגעמאכטע פלעי-מאני, אויף א גרויסן פארמאט.

דריי ברידער פון לאנג איילענד זענען ארעסטירט געווארן פארן באשווינדלען א לאטארי געווינער. צוויי פון די ברידער האבן געארבעט אינעם וואלעראו גאז סטאנציע וואו דער געווינער איז געקומען קוקן זיין טיקעט. נאך וואס זיי האבן באמערקט דעם געווינס פון פונף-און-זיבעציג-טויזענט דאללער, האבן זיי אים דערלאנגט בלויזע אכט-הונדערט טאללער, און האבן זיך צעטיילט מיט די איבריגע אכט-און-פערציג-טויזענט. 'מעדאף' האט זיך געלאזט הערן: אין וואלעראו איז אויך געווען מיין ערשטע פאנזי שווינדל. קויפנדיג א קאווע און גענומען צוויי שטרוי'ס פאר די פרייז פון איינס.

'סענדי' איז שוין כמעט פארגעסן. די וואסער איז שוין צוריק אראפ. די ברוכווארג שוין אוועקגעפירט. און מעריטאן שוין אפגעזאגט. אבער די נייעס האט זיך אויפגעפרישט נאך וואס א פיר יעריג קינד אין ניו גערסי האט גענייעט א סחורה'נע האלטער פאר די טעפ אין קאך. ווען שכינים האבן דאס געזעהן האבן זיי דאס געבעטן, דערביי געבנדיג אפאר טאללער דערפאר. ווען דאס קינד האט נישט געוואלט נעמען דאס געלט, האט זי אפגעמאכט דאס צו שענקן פאר די סענדי געליטענע. ס'קינד האט שוין הונדערט-אכציג באשטעלטע ארדערס. עמעזאן פרובירט זיך צו פארבינדן מיטן קינד אויף זיין פערצן טשענעל.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'קינדערגארטן'. ווען דער דריי יעריגס וויל זיך משתתף זיין אינעם פיר יעריגערס ארגענזאציע. שפרינגט דער מעדאף ווידער אריין אינדערצווישן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

שליחה דורך שלשלת »

פאר פערציג מינוט האבן פאליציי פון די עמערזשענסי יוניט, פארהאנדלט מיט א פארשוין וואס איז ארויפגעקראכן צום סאמע שפיץ פון די ברוקלין בריק.
אין געוויסע מינוט האט די מצב אויסגעקוקט זייער שרעקעדיג, ווען דער יעניגער האט זיך געשטעלט ממש ביים ברעג, און אראפגעהאנגן זיין פיס, 275 פיס העכער די איסט ריווער.
ער איז געווען זייער אנגעצויגן און האט, שטייענדיג דארט אין הייעך, דערציילט פאר די פאליציי אפיצירן אלע זיינע פראבלעמן וואס ער מאכט נעבעך מיט.
לויט ווי א ביישויער האט דערציילט, האט נישט גענומען קיין פופצן פינוט פון ווען ער איז ארויפגעקראכן אויפ'ן טורעם, און מען האט שוין געזעהן די בראווע פאליס לייט קריכן נאך איהם.
בייגעלייגט בילד
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

די פאליציי האבן היינט באוויזן צו ארעסטירן 'ניקאלעס עלמאונט' דער געזיכטן פארברעכער וואס האט דורכאויס די לעצטע וואך גע'גנב'ט דריי טייערע קארס, בארויבט פיר אנדערע. און נאך זעקס דורכגעפאלענע רויבערייען, אין קווינס און אין ברוקלין. די דריטע קאר איז דערווייל נאכנישט געפינען געווארן.
כ'קארץ שוין אראפ דעם 'לעקסעס' סטיקער פון מיין 'פארד-פאוקעס'...

אין צוגרייטונגען צום פריש-עפענען דעם פרוי ליבערטי נאך זיבן חדשים, איז איינגערישט געווארן נייע מאקסימום זיכערהייטס פונקטן, אויף א שטייגער וואו אין א לופטפעלד. די פרוי ליבערטי וואס געפינט זיך אויף די האדסאן וואסער, איז שוין אפגעשפארט זינט סענדי האט איר באוואשן. גרייט זיך צוריק צו עפענען קומענדיגן יולי דעם פערטן. "פרוי ליבערטי איז גענוי ווי אנדערע פרויען", זאגט א באורד מעמבער "זי האט זיך אונטערגענומען א שטרענגע דייעט, און וועט שטארק אובאכט גיבן וואס זי נעמט אריין אין זיך".

א בעקערי אין 'גרינוויטש' האט געבאקן א נייע אייטעם, 'קאפ-קעיק'ס' מיט א בילד פונעם ליבלינג בלומבערג דערויף. "ס'איז א קינדערישע וויץ" זאגט בלומבערג. אבער תיכף דערנאך זיך צוריקגעכאפט צו זיין מיסיע "ס'איז געמאכט מיט ציקער, און ס'זייער זיס. ס'איז נישט קיין וויץ, ס'קען שאדטן פאר געזונטהייט." די אייגנטומער זאגט "קליענטן רעדן זיך גאר אפ אז ס'איז זויער. מ'קען דאס נישט אין מויל נעמען". א אנדערע קליענט שרייט "ס'ברענגט אריין א זויערן טעם אין שטוב".
נר מצוה איז אויפן וועג מיט זייער בדיקת חמץ סעט.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'שטערן'ס בעקעריי'. אונזערע קאפ-קעיק קאפלעך זענען פריי פון בלומבערג אפדרוקן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

שעפטל האט געשריבן: שכינים און גוטע פריינט האבן זיך פארגענומען צו האלטן זייערע הינט מיט א בענדל פערציג טעג אין א ציה.

:like :like :like
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

שעפטל האט געשריבן:באוויזן צו ארעסטירן א פארברעכער וואס איז אנטלאפן נאכן ווערן ארעסטירט, זייענדיג ארעסטירט.

וצע"ג...
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

שלשלת האט געשריבן:ח"י (18) טויטע און נאך צוויי מאל ח"י (36) פארוואונדעטע, דערצווישן צוויי קינדער, ווען א שנעל-פארענדע טאנקער טראק וואס האט געפירט געז האט פארלוירן קאנטראל, און אריינגעשמעטערט און עטליכע קארס און הייזער, וועלכע זענען פארכאפט געווארן אין העלישע פלאמען


וואו? ווען? ווי אזוי?
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

שעפטל האט געשריבן: אין וואלעראו איז אויך געווען מיין ערשטע פאנזי שווינדל. קויפנדיג א קאווע און גענומען צוויי שטרוי'ס פאר די פרייז פון איינס.


:lol:
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

שעפטל האט געשריבן:די פאליציי האבן היינט באוויזן צו ארעסטירן 'ניקאלעס עלמאונט' דער געזיכטן פארברעכער וואס האט דורכאויס די לעצטע וואך גע'גנב'ט דריי טייערע קארס, בארויבט פיר אנדערע. און נאך זעקס דורכגעפאלענע רויבערייען, אין קווינס און אין ברוקלין. די דריטע קאר איז דערווייל נאכנישט געפינען געווארן.
כ'קארץ שוין אראפ דעם 'לעקסעס' סטיקער פון מיין 'פארד-פאוקעס'...

אין צוגרייטונגען צום פריש-עפענען דעם פרוי ליבערטי נאך זיבן חדשים, איז איינגערישט געווארן נייע מאקסימום זיכערהייטס פונקטן, אויף א שטייגער וואו אין א לופטפעלד. די פרוי ליבערטי וואס געפינט זיך אויף די האדסאן וואסער, איז שוין אפגעשפארט זינט סענדי האט איר באוואשן. גרייט זיך צוריק צו עפענען קומענדיגן יולי דעם פערטן. "פרוי ליבערטי איז גענוי ווי אנדערע פרויען", זאגט א באורד מעמבער "זי האט זיך אונטערגענומען א שטרענגע דייעט, און וועט שטארק אובאכט גיבן וואס זי נעמט אריין אין זיך".

א בעקערי אין 'גרינוויטש' האט געבאקן א נייע אייטעם, 'קאפ-קעיק'ס' מיט א בילד פונעם ליבלינג בלומבערג דערויף. "ס'איז א קינדערישע וויץ" זאגט בלומבערג. אבער תיכף דערנאך זיך צוריקגעכאפט צו זיין מיסיע "ס'איז געמאכט מיט ציקער, און ס'זייער זיס. ס'איז נישט קיין וויץ, ס'קען שאדטן פאר געזונטהייט." די אייגנטומער זאגט "קליענטן רעדן זיך גאר אפ אז ס'איז זויער. מ'קען דאס נישט אין מויל נעמען". א אנדערע קליענט שרייט "ס'ברענגט אריין א זויערן טעם אין שטוב".
נר מצוה איז אויפן וועג מיט זייער בדיקת חמץ סעט.


די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'שטערן'ס בעקעריי'. אונזערע קאפ-קעיק קאפלעך זענען פריי פון בלומבערג אפדרוקן.


רבש"ע! איך ווייס שוין נישט וואס צו 'קוואוטען', איינס ביי איינס שמעטערדיגע ליינס, אזש צופלאצט צו ווערן פון געלעכטער! :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

מען האט שוין געענדיגט אינסטאלירן דעם "ספייער" / שפיז בלע"ז אויפ'ן ווט"צ #1, מיט דעם איז דער בילדונג אנגעקומען צום הייך פון 1776 פוס הויך
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

איינער האט מיר געשיקט די בילדער, ווייסט איינער וואס דא האט פאסירט
IMG_5091.jpg
IMG_5089.jpg
IMG_5088.jpg
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

אז ער פארקט ווען פלעין אזוי ביי א קארנער, וואלטען אים בלומבערגס פאליציי אוועקגעשלעפט, איז ער ארויף געפארן אביסעל אויפן סיידוואלק (עקסידענט סטייל) און פטור אן עסק...
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

די קאוסט גארד זענען ארויסגערופן געווארן און געראטעוועט א צוויי-און-פערציג יעריגער מאן אין די וואסערן נעבן לאנג איילענד, אבער נישט בעפאר זיין פונף-און-אכציג יעריגער קאלעגע איז דערטראנקן געווארן, נאך וואס כוואליעס האט איבערגענומען קאנטראל און צובראכן זייער שיפל זייענדיג פארנומען כאפן פיש. קאנספיראציעס לייגן עס אן אויף די טרענירטע על-קאידא פיש-טעראר נעץ. זינט בין-לאדין געפינט זיך אין וואסער, האט ער אויפגעשטעלט פולע טעראר צעלן אינערהאלב די טיפעניש פון וואסערן.

ניינצן זענען פארוואנדעט געווארן אין א מאסן שיסעריי אין ניו אורלענס ביי א 'מוטערס-טאג' פאראדא. עטליכע דערפון זענען שוין דורך אפעראציעס דורכן טאג. די עף-בי-איי זאגט אז דאס איז געווען קיינע טעראר אטאקע, בלויז ציווילע יונגען וואס האבן געוואלט ציען אויפמערקזאמקייט. קיינער איז דערווייל ארעסטירט געווארן. "זיכן פארן סאספעקט אין שיפן איז נישט אין פלאן" זאגט א אינפארמאנט, "זינט די שיף איז שוין צובראכן פון די כוואליעס".

די לאנג-געפרעגטע קשיא 'הו-קערס', איז היינט פארענטפערט געווארן נאך וואס איבער הונדערט ריינונגס ארגאנעזאציעס האבן אנטייל גענומען אין די קלינינג-דרייוו, און זיך ארויסגעלאזט אין די מאסן אויפ'קערן די ברעגס פונעם האדסן טייך פון אלבעני ביז ניו יארק. די טייך פארבלייבט דערווייל אומבארירט, אויס מורא פון נאך א פיש אטאקע. "מיטן וואסער איז דא עפעס א פלאן?" איז געפרעגט געווארן פון די ריינונגס ביוראו. "יא, זיכער" איז געקומען די ענטפער "מ'וועט אריינווארפן אלע צוזאמגענומענע גארביטש".

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך:
'פאולענד-ספרינג'. אונזער שטאב ארבעטן איצט צו פארקויפן שמוציגע וואסער אין זויבערע פלעשער. הו קערס?!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

שליחה דורך שלשלת »

א זעכצן-מאן מוסולמענער ציגארעטל-שמוגלער רינג איז אויפגעבראכן געווארן, און לויט ווי די פאליציי באריכטעט איז די רינג געווען שטארק פארבינדן מיט די ערגסטע מיטל מזרח טעראר גרופעס, א שטייגער ווי חאמאס, חיזבאללא, און נאך.

אומלעגאלע סחורה אין די ווערד פון 55 מיליאן דאלער, האבן די חברה אריין געשמוגעלט קיין ניו יארק סיטי, און נאך צוויי קאונטיס אין אפסטעיט. סך הכל האבן זיי געקויפט העכער א מיליאן ציגארעטלעך קארטענס פון א האלסעילער אין ווירדשיניע, כדי צו פארמיידן די ניו יארקע טעקס. די סחורה איז געליפערט געווארן קיין ניו יארק און דאן פארשפרייט געווארן אין אראבישע געשעפטן.

אויף בלויז א קליין חלק פון די 10 מיליאן דאלער פראפיטס, האט מען דערווייל געלייגט א האנט "אבער מיר נאכגיין און אראפ טרעקן די גאנצע געלטער ווי אימער ס'איז אנגעקומען" האט דער סטעיט אטוירני דזשענערל עריק שניידערמאן געזאגט אין א סטעיטמענט. אין די הויז פונעם רינג-הויפט אין מערילענד האט מען קאנפיסקירט 1.4 מיליאן דאלאר קעש, און דריי גאנס.

ווי געזאגט זענען די באנדע נאנט פארבינדן מיט טעראראסיטישע גרופעס, דערצווישן זענען עטליכע פארבינדן מיט טעראריסטן וואס זענען פאראנטווארטליך אויף אטאקעס דאהי, ווי די שיסעריי אויפ'ן ליבאוויטשער קאראוואן אויף די ברוקלין בריק פון וואס הבחור ארי האלבערשטאם הי"ד איז אומגעקומען.

11 פון די ארעסטירטע זענען געברענגט געווארן צום געריכט אין ברוקלין, ווי דער דעפענס אדוואקאט האט אפגעווארפן די קלאגע אז זיי האבן געהאט טעראריסטישע פארבינדונגען. "רעי קעלי האט אייביג פראבירט צו פארבינדן יעדע אראבער צו טעראר! אויב עפעס האנדלט זיך דא אין נישט מער ווי א פשוטע ציגארעטן טעקס אישו"!
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

שליחה דורך שלשלת »

די אנגעקלאגטע ביים ערשיינען אין געריכט הויז
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

א פערצן יעריג מיידל איז פאטאל געשאסן געווארן אויף א סיטי באס אין קווינס. פאליציי זיכן נאך דעם פארברעכער, וואס איז ארויפגעשטיגן אויפן באס ביים סטאפ בעפאר די שיסעריי איז פארגעקומען. קיינער אנדערש אויפן באס איז נישט געשעדיגט געווארן. די גרופע מיט וועמען די שיסער איז געווען אויפן באס, זענען געקומען פון א פארברענג, וואו זיי זאגן אז ס'איז נישט געווען קיינע שיסערייען. אלטערנעט סייד פארברענג פארבלייבט דערווייל סוספענדעט.

די מעטראפאליטאן טראנספארטאציע דעפארטמענט האט אנגעהויבן אפרייניגן די מעטראו-נארט שינעס וואס פירן צו קאנעטיקעיט, נאך וואס צוויי באנען האבן זיך צוזאמגעשטויסן לעצטע וואך. דערווייל איז צוגעשטעלט א שאטעל פון די ניו העיווען סטאנציע קיין ברידזשפארט. איבער צוויי-טויזענט פיס פון די שינעס איז געשעדיגט געווארן. די דעפארטמענט זאגט אז ס'איז א גרויסע שטער פאר די באנען, און ס'בלאקירט די טרעפיק. די פארוואלטער פון 'בלומען' האלט זיך צוריק פון גיבן זיין אנטווארט.

אלע איין-און-דרייסיג פאסאנזשירן זענען ארויס אן קיין וואונדן, נאך וואס זייער פליגער האט געברויכט לאנדן מיטן פנים-אראפ אן זיינע רעדער אין ניוארק לופטפעלד. דער פיילאט האט ביים אנהייבן לאנדן געלאזט וויסן פאר די קאנטראלירער אז דער פליגער לאזט זיך נישט געהעריג לאנדן, און לאזט נישט ארויס די רעדער. איינגעשטעלטע האבן אויסגעשפרייט פאום אויפן ראן-וועי. שומרים זאגט אז זינט די רעדער גנבים זענען נישט אין ברוקלין, זעהט זיך אן מערערע פראבלעמען ביי די לופטפעלדער.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'ראקלענד-קאושער'. די רעדער פון אונזערע וועגעלעך זענען נישט אויסגעשלאסן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שעפטל האט געשריבן:די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'ראקלענד-קאושער'. די רעדער פון אונזערע וועגעלעך זענען נישט אויסגעשלאסן.

זייער רעדער ווערן גראדע יא פארשלאסן ווען זיי קומען אן צום עק פון פארקינג לאט... פאר ווער ס'ווייס...
Under influence
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ניו יארקע זענען שוין געוואוינט צו זעהן די היימ-לאזע פארשוינען אויסלייגן ארענדזשע ענוועלאופס אויף קארס. אבער היינט איז דאס געווען א_ווי פון שטאל ארויס, און זיי האבן אנגעהויבן טיילן טיקעטס פאר פארקירטע קארס ביי די ניי-אינסטאלירטע בייק-סטאנציעס. א קעמרע אויף פופצנטע סטריט אין מענהעטען צייגט אז צוואנציג מינוט נאכן הענגען דעם שילד, האבן שוין אויף אלע קארס געפלאטערט דעם טיקעט. "זאל מען הענגען דעם טיקעט, און פלאטערן מיטן שילד" זאגט דער אייגנטומער "לאזט די היים-לאזע אין שטאל, וועלן זיי נישט ברויכן סטאנציעס וואו צו האלטן זייערע בייקס".

א זעקס חדשים'דיג הינטל איז אפגעפינען געווארן אומגעשעדיגט און איז אפגעפירט געווארן אהיים אין ניו גערסי. דאס הינטל זיכט מען שוין זינט פרייטאג ווען ער איז אנטלאפן פון פייגלעך. ספעציעלע איינהייט קרעפטן מיט שמעק הינט זענען גערופן געווארן ארויסהעלפן מיטן זיך-אקציע. "דער קליינער הינטל האט ווארשיינליך נישט געקענט אליינס שמעקן" זאגט א וואלאונטיר מיט מיטלייד. "אזש מ'האט געברויכט ברענגען אנדערע הינטלעך אויפן סצענע צו שמעקן פאר אים אין די צייט".

א זעכציג יעריגער מאן איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ארויסגעפאלן פון זיין פענסטער אין די מידטאון געגענט. דער מאן איז ארויפגעפאלן אויפן אוינינג פונעם אונטערשטן שכן, און געפינט זיך אין א סטאבעלעזירטן צושטאנד. דער אונטערשטער שכן זאגט אז אויב ווייסט ער בעפאר, וואלט ער ליבערשט פארמאכט זיין פענסטער און געעפענט דעם אוינינג. ס'איז נישט קלאר אויב דער מאן האט נישט געזעהן בעפארן פאלן. צענדליגער גלעזער וואלטן געברויכט ארויסגעריפט ווערן צום סצענע.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'גערטנער'ס שטאל'. אלעס צוריק אין שטאל, אלטערנעט אסעמבלי-זיץ איז אין אפעקט.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט