בלאט 25 פון 110

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:28 pm
דורך קאווע טרינקער
וואס ביסטו אזוי בצער? ער האט געוואוסט די קץ?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 11:03 pm
דורך outspoken
בד''ה הרה''ח הישיש ר' בערל יאקאבאוויטש (בוטשער) לווי' בהמ''ד הגדול ראדני מוצש''ק 12

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:48 pm
דורך kitov
הרה"ח ר' שלום עזריאל ניימאן ע"ה מלפנים ראה"ק בקרית טאהש
נפטר לדאבון כל לאחר שסבל ממחלה האיומה רח"ל בגיל 62

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:30 am
דורך שעפטל
ברוך דיין האמת:
הרבנית הצ' הישישה מרת רבקה (בת ר' יוסף ארי') קאהן - סענדשארדש'ע רביצין
אלמנת הרה"צ רבי משה הלל קאהן ז"ל אב"ד סענדזשאדש

די סענדשארדש'ע רביצין איז געווען א מחוכמת און מלומדת, געדענקט א יעדן אייניקל און איר און איר-איר אייניקל ביים נאמען.
נאך נעכטן געווען ביים פולן זינען, און אוועק די נאכט אין טיפן עלטער פון הונדערט און איין יאר!

די לוי' איז יעצט ביים סענדשארדש'ע ביהמ"ד אין וויליאסבורג.

זי האט איבערגעלאזט א הערליכע שטוב
בניה:
הגה"צ ר' מרדכי דוד, ר"מ במבצר הישיבות-ישיבה גדולה ד'סאטמאר ב'קרית יואל
הרה"ג ר' יוסף לייב, מנהל רוחני במבצר הישיבות-ישיבה גדולה ד'סאטמאר ב'קרית יואל
הגה"צ ר' בעריש, ראה"כ ויואל משה ד'סאטמאר ב'אנטווערפען
הגה"צ ר' עזריאל מאיר, אב"ד סענזשארדש, ומגדולי פוסקי דורינו

חתניה:
הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער, דומ"ץ בסאטמאר מאנטריאל
הרה"ח ר' יעקב עסטרייכער, מראה"ק סאטמאר ב'לאנדאן
הרב משולם זושא פריעדמאן, וויליאמסבורג

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:19 pm
דורך נהורא נפישא
ווער איז דער הגאון ר' עזריאל מאיר קאהן מגדולי פוסקי דורינו, אינטערסאנט קיינמאל נישט געהערט פון אים, איז דא פון אים ספרי הלכה ?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:24 pm
דורך outspoken
נהורא נפישא האט געשריבן:ווער איז דער הגאון ר' עזריאל מאיר קאהן מגדולי פוסקי דורינו, אינטערסאנט קיינמאל נישט געהערט פון אים, איז דא פון אים ספרי הלכה ?


ב''ה די ווייסט נישט פון קיין גט צוזאגען...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:29 pm
דורך שרייבער
outspoken האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:ווער איז דער הגאון ר' עזריאל מאיר קאהן מגדולי פוסקי דורינו, אינטערסאנט קיינמאל נישט געהערט פון אים, איז דא פון אים ספרי הלכה ?


ב''ה די ווייסט נישט פון קיין גט צוזאגען...

אויב קען מען מסדר זיין גיטין ווערט מען נאך נישט קיין פוסק הדור, ס"ה א גרויסער ת"ח

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:31 pm
דורך טעפל
שרייבער האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:ווער איז דער הגאון ר' עזריאל מאיר קאהן מגדולי פוסקי דורינו, אינטערסאנט קיינמאל נישט געהערט פון אים, איז דא פון אים ספרי הלכה ?


ב''ה די ווייסט נישט פון קיין גט צוזאגען...

אויב קען מען מסדר זיין גיטין ווערט מען נאך נישט קיין פוסק הדור, ס"ה א גרויסער ת"ח

אשר פסק'ענט ער ווער לשבט און ווער לחסד?!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:28 am
דורך שעפטל
נהורא נפישא האט געשריבן:ווער איז דער הגאון ר' עזריאל מאיר קאהן מגדולי פוסקי דורינו, אינטערסאנט קיינמאל נישט געהערט פון אים, איז דא פון אים ספרי הלכה ?

רוב ריבו פון די היינטיגע מורה הוראות (ובפרט וויליאמסבורג'ע און בארא פארק'ע) זענען סומך געווארן אדורך רע"מ, ער איז ברייט באקאנט פאר איעדן איינעם וואס וויל נעמען סמיכה אז זיין ספרים שטוב טיר איז אייביג ברייט אפען. ער איז א גאון עצום און א ריכטיגע עניו. זיכט באמת באמת גארנישט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 5:13 pm
דורך איינגעמיירעט
שעפטל האט געשריבן:
הרב משולם זושא פריעדמאן, וויליאמסבורג

I Think he lives in Monsey

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 05, 2013 11:41 pm
דורך קאווע טרינקער
טאטע פון ר' ארי לייב גלאנץ

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 5:05 pm
דורך סאשי פיש
בד״ה: ר׳ איסר ערענפעלד פון די ערשטע שומרים מעמבערס w-96 איז נפטר געווארען אין עלטער פון 65 יאר נאכען נישט זיין געזונט א קורצע צייט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 7:20 am
דורך שעפטל
ברוך דיין האמת, ר' יעקב כהנא ע"ה (85) ראה"ק סאטמאר-הגז"ל.
לוי' 9:30 ביי ראדני סט., וועט קומען לקבורה אינעם ביה"ח אין מאנרא

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 10:12 am
דורך מ גפני
שעפטל האט געשריבן:וועט קומען לקבורה אינעם ביה"ח אין מאנרא

וועלעכע??

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 11:46 am
דורך סאשי פיש
א בילד

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 1:08 pm
דורך סאשי פיש
אן אלטע בילד.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 12:16 am
דורך דולה ומשקה
בד"ה האשה מרת יונגעווירטע / רובינשטיין, מחותנת'טע פון האדמו"ר רבי שמעלקא לייפער מחוסט שליט"א, גע'הרג'ט געווארען אין א קאר עקסידענט אויף 11 עוו. אין 48 סט. אין עלטער פון 61, זי האט טאקע געוואוינט אויף 48 נעבען דיימטנד וויזשען אפיטיקעל.

איהר מאן איז באקאנט צו פארמאגען א ווען אנגעפולט מיט דזאנק. איהר זוהן שמעון איז א איידעם פון חוסט'ער רבי שליט"א.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 11:51 am
דורך גאלד
אוי וויי דאס הארץ רייסט, דער יונגווירט איז א צדיק פון א איד!! א אמעריקאנער איד אן אנטיק!! קוקט אויס ווי א אורחי-פורחי פעדלער אבער א טייערע תמימות'דיגע מסירת נפש איד א לב טוב, איך האב שוין לאנג פאנטאזירט אז ער מוז זיין א ל"ו צדיק

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 7:19 am
דורך לבי במזרח
טרגדיה בבעלזא: הגה"צ רבי חיים יחיאל רויטמן זצ"ל, חבר הבד"צ מחזיקי הדת בעלזא, ורב ביהמ"ד בעלזא ברחוב בן יעקב בבני ברק נפטר הבוקר מדום לב, בן 67 בפטירתו.
 
הגרח"י זצ"ל התעורר בשעה 4 לפנות בוקר, וביקש מנכדו שישן עמו לאחר שאשתו נסעה להשתתף בחתונה בני משפחתם באנטוורפן, להביא לו כוס מים, לאחר שבירך ושתה, אמר לנכדו שהוא אינו מרגיש בטוב והתמוטט.
 
כוחות הצלה שהגיעו למקום ניסו לבצע בו פעולות החייאה במשך למעלה משעה, אך רופא שהגיע למקום קבע את מותו.
 
המנוח זצ"ל כיהן מאז הקמת בית הדין של בעלזא בשנת תשמ"א, בחבר הבד"צ, והשתתף בדיוני הביד"צ באופן פעיל, אתמול עדיין השתתף בדיון שהתקיים בביד"צ.
 
הלוויתו תצא בשעות אחה"צ מבית מדרשו ברחוב בן יעקב בבני ברק, ותעבור דרך ביהמ"ד הגדול קריית בעלזא בירושלים, לחלקת קהל מחזיקי הדת בהר המנוחות.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 9:31 am
דורך על המחיה
ר' חיים יחיאל ז"ל איז געווען א רעכטע בן אחר בן פונ'ם רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 9:38 am
דורך על המחיה
רח"י רויטמאן ז"ל

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 10:27 am
דורך אביגדור
.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 1:52 pm
דורך באבובער
ירושלים?

ער האט דאך געוואוינט אין בני ברק