זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
משבק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך משבק »

קען איינער ארויפלייגן די קול קורא פון התאחדות וואס די סיקיריקים \צימערמאן \אנעמפלויד \וכו חברה . פארשפרייטן יעצט אין אלע גאסן קעגן פלעיס? . די רשעות און אבסורד דערפון איז דאך הימל שרייענד ממנ אויב האלטן די רבנים פאר וויכטיג צו אסרן די שפיל{ווארשע} זאלן זיי יעצט שרייבן א קול קורא אויב נישט וואס איז דאס אפירקראצן א קול קורא פון צוואנציג יאר צוריק ?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

משבק האט געשריבן:קען איינער ארויפלייגן די קול קורא פון התאחדות וואס די סיקיריקים \צימערמאן \אנעמפלויד \וכו חברה . פארשפרייטן יעצט אין אלע גאסן קעגן פלעיס? . די רשעות און אבסורד דערפון איז דאך הימל שרייענד ממנ אויב האלטן די רבנים פאר וויכטיג צו אסרן די שפיל{ווארשע} זאלן זיי יעצט שרייבן א קול קורא אויב נישט וואס איז דאס אפירקראצן א קול קורא פון צוואנציג יאר צוריק ?

ווייל אויך א סאך פון די אזויגערופענע רבנים זענען א באנדע לייידיגגייערס וועלכע האבן א חוץ זייערע ריעל עסטעיט דיעלס גארנישט מיט וואס אנצופילן דעם טאג. זוכן זיי ארויס איסורים פון אונטער די ערד. ווי למשל האט קאפס, אייער, טשיקנס, וכדומה. ווייל וואס איז דען דא צו אסר'ן אויף א פלעי וועלכע ווערט געשפיעלט דורך יונגעלייט...? נאכדעים שרייבן זיי נאך אויף זייערע איסור צעטלעך..."ולהשומע יונעם ותבוא עליו ברכת טוב"...וואס וועט זיס זיין..? די קאקאש קעיק און טשערי סאדא...? עטץ אסר'ט דאך אלעס. נאך א מזל אז זייער מאמע האט געבאקן קאקאש קעיק... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

און וואס איז מיט די אנאימלויד ליידיגייער אויפגעקלערטע שוטים וואס האבן יעצט ארויסגעגעבן א ווידיאו "א דשו אין ראקלענד".אז די שכנים זענען פונקט ווי די נאציס. כא כא כא.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

shem-tov האט געשריבן:און וואס איז מיט די אנאימלויד ליידיגייער אויפגעקלערטע שוטים וואס האבן יעצט ארויסגעגעבן א ווידיאו "א דשו אין ראקלענד".אז די שכנים זענען פונקט ווי די נאציס. כא כא כא.

שם טוב: דו האסט מיך געמאכט געפערליך נייגעריג. יעצט זיי מוחל לייג ארויף די ווידיאו אדער א לינק. יישר כח למפרע אוי למפריע... :lol: :roll:

דו דערמאנסט מיך. ס'איז געווען א חשוב'ער איד הרב מרדכי צבי סאסנא ז"ל. ער פעלגט שרייבן אין "דער איד". א יעדע וואך האט ער אויסגערעכנט וואו מ'טוט אלץ אפ עבירות, ר"ל. פונקטליך וואו אין די קעטסקילס ס'איז דא א צוזאמענקום פון באמס. וואו די אפגעפארענע גייען שפילן אין וואודבוירן וכדומה.אין וועלכן קעמפ ס'איז דא א געמישטע מיוזיק קאנצערט וכו' אזוי אז ווען איינער האט (ח"ו) געוואלט טון עבירות האט ער נישט געדארפט מער ווי אריינקוקן אין איד, אין הרב סאסנא'ס קאלום און ער האט שוין אלעס געוואוסט... :lol: :roll:
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

 רעסטוראנטן וועלכע גיבן קעטשאפ צו דעם "טו-גאו" אין דעם פארמאט פון פארשאלטענע פיצי זעקלעך ווי איידער א קליין קאנטעינאר. אין דער צייט וואס די אכילה האב איך קוים אזוי פאצעריש און אומבאלימפערט געשטעלט צווישן מיין שיפטער און עיר-בעגס נאך מיט דער סטערינג-וויהל ווי אן אבן נגף אויף מיינע קני, ברויך איך אריינארבעטן מיט מיינע הונגעריגע ציין אויפצורייסן דאס זעקל ווי איך זאל ווען זיין א ממזר מיום היוולדו. מוז זיין א גענוג גרויסער בייס איך זאל נישט סתם איבערבלייבן מיט א שטיקל גלאנצעדיג פאפיר אין מויל; קליין אבער אויף אזויפיל אז דאס אנגעפארעטעווע גלאז פון מיין גלעזער זאל נישט פאר'משפט ווערן אין קעטשאפ רותחת. פארוואס זאג איך רותחת איז צוליב אן אנדער פראבלעם. דער מוסיף חטא על פשע'ניק ווארפט אריין די זעקלעך ממש אויף דעם פרענטש-פרייס, אזוי ווערט מיר דאס פרייס לוילעך און די קעטשאפלעך ווארעם. ואי משום דא והא החרשתי. קומט למעשה פראביר איך ווי א לוזער אויסצוקוועטשן אביסל מן האדום הזה. קוים א האלבן טראפ וואס איז לכאורה נישט כשר אפילו למנחות. יעצט ברויך איך גיין צום צווייטן זעקל, זיי האבן דאך געגעבן פינף זעקלעך. אבי איך רעד מיך אפ.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

היינט, מאנטאג, איז געווען א ברית ביי אונז אין ביהמ"ד, א חתן האט געדאווענט מיט מיין מנין און ס'איז חודש ניסן, ווען מ'זאגט סייווי נישט תחנון.

פארוואס דארף אלעס זיין אויף איינמאל?!
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

שליחה דורך נופת צופים »

די זעלבע סיבה פארוואס יו"ט איז היי יאר שבת און זונטאג ווען מ'ארבעט ממילא נישט
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

שומו שמים, געקויפט א טונא סענדוויטש, א בייגעל מיט טונא, נישט אפי קיין פיקעלס, כקום צו צאלן זאגט ער מיר מיט א גלאטע פנים ״פינף דולר פלאס טעקס״, אויס געקומען א חשבון פון 5.45
לייגט ער אריין גאלד אונעם טונא?
200 פראצענט מארק אפ, ווער וויל גיין שותפות אויף א ברעקפעסט געשעפט??
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

שליחה דורך נופת צופים »

געב ארויס דעם נאמען. ווער איז דער קולפריט?

מארגן גיי איך ארויף צו אים בעטן א נדבה.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
זייגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 27, 2015 12:16 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך זייגער »

עס רעגט מיר אויף אז נישט גענוג וואס עס איז נישט געזונט זיך צו רעגן, מאכט מען נאך אן אפיציעלע אשכול פאר דעם.

עס קומט מיר אויס אזוי קאמיש ווי ווען מען מאכט א דעזיגנירטע ארט צו רייכערן.
אוהב ישראל
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

ווען א מענטש רעגט זיך איז זייער געזונט, זיך אויסצורעדן פאר א חבר

דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

זייגער האט געשריבן:
עס קומט מיר אויס אזוי קאמיש ווי ווען מען מאכט א דעזיגנירטע ארט צו רייכערן.


א געזונטע זאך דארף נישט קיין דעזיגנירטע ארט, ווייל מען קען עס טוהן אין פאבליק
דייקא א זאך וואס ס'איז נישט געזונט, און מען וויל נישט די עולם זאל קעטשען, מוז מען האבן א דעזיגנירטע פלאץ

און דעריבער מאכן מען טאקע ספעציעלע דעזיגנירטע פלעצער צו רויכענען, כדי מען זאל נישט רויכענען אין פאבליק
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

@יואב. דא האסטו א לייף לעסאן וויזוי צו נוצן די קליינע קישעלע קעטשאפ.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ווי טעירע דארט חאכמע. אבער בייסן די עק דארף ער נאך אלץ...
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

אז מען רייסט שטייט אויף די בעג פון אויבן ביי די ׳זיג זעג׳ שפריצט עס נישט און רייסט זיך שיין שיף אויף.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

זייגער האט געשריבן:עס רעגט מיר אויף אז נישט גענוג וואס עס איז נישט געזונט זיך צו רעגן, מאכט מען נאך אן אפיציעלע אשכול פאר דעם.

עס קומט מיר אויס אזוי קאמיש ווי ווען מען מאכט א דעזיגנירטע ארט צו רייכערן.

וואס האסטו געוואלט מ'זאל זיך איבעראל רעגן? בעסער אז ס'איז נאר אין א דעזיגנירט ארט.
וה''ה לגבי רייכערן.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
הויזן טראגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

שליחה דורך הויזן טראגער »

יין שרף האט געשריבן:@יואב. דא האסטו א לייף לעסאן וויזוי צו נוצן די קליינע קישעלע קעטשאפ.

איך זעה נישט די עירבעג און נישט די שיפטער.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:שומו שמים, געקויפט א טונא סענדוויטש, א בייגעל מיט טונא, נישט אפי קיין פיקעלס, כקום צו צאלן זאגט ער מיר מיט א גלאטע פנים ״פינף דולר פלאס טעקס״, אויס געקומען א חשבון פון 5.45
לייגט ער אריין גאלד אונעם טונא?
200 פראצענט מארק אפ, ווער וויל גיין שותפות אויף א ברעקפעסט געשעפט??


עס איז א 500 פראצענט מארק-אפ. א ראול מיט א פיצקעלע טונה סאלאט מיט פיקעלס מיט די פלעסטיק קאסט נישט פאר די פירמע מער ווי 70 צענט. פארדעם קויפט מען טונא סענדוויטשעס ביי באראון אויף דרייצענטע עוועניו. ער איז דער איינציגסטע וואס בעט א נארמאלע פרייז.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

באראון אויף דרייצענטע עוועניו? ווי אויף 13?
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

דאכציך מיר אז ער איז צווישן 48-49, נענטער צו פערצענטע עוועניו, ער רופט זיך Hot Bagles.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

שליחה דורך נופת צופים »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:באראון אויף דרייצענטע עוועניו? ווי אויף 13?

כ'פארשטיי בוזט געוועהן הונגעריג שפעט ביינאכט אבער אויף אזוי ווייט אז ס'רעגט דיר ממש אויף?
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

אין די לעצטערע עטליכע יארן האבן זיך צווישן אלע אנדערע מאסיווע אפגרעיט'ס אין די אידישע וועלט (צווישן זיי שטייטסעך שטייט בראש די עקסלוסיוו שטריימל סענטער אפגרעיט ענד קא.) האט זיך אריינקווארטירט אין די שעלווס פון די אידישע געשעפטן א נייע סארט געדאנק פון יאגורט, נעמליך אלטע סחורה מיט א נייע מארקעטינג נאמען, "גריעק".
די היימישע מארקעטינג וועלט האט געדינט אלץ עדות צו א אויפרייסערישע ווילדע קאמפיין מיט א נייע קנייטש נישט געזען בעפאר. פילצאליגע בולעטינען און קאלירפולע איבערצייגונגען האבן זיך געווארפן אין די היימישע דזשורנאלן און אויסגאבעס מיט אנאליזן פארוואס די קיען פון גריכנלאנד העלפן בדוק ומנוסה פאר שלשול און וויאזוי די ספעציעלע אימפארטירטע יאגורט ברענגט א נייע אויפשיין צום וועלטס ערד קוגל מיט אומגלויבליכע היילונגען פאר יעדער סארט מיחוש פון אסענטרייטיס ביז באסענטרייטיס, פארשטייט זיך ריזיגע דאקטוירים האבן מיטגעשטימט דערצו און עס אנגעהויבן רעקאמענדירן.

די מעכטיגע פי. אר. סטראטעגיסטן האבן צוגעזאגט עשירות מיט גליק פאר ווער עס זאגט ארויס די ווארט גריעק און אפגערעדט ווער עס וועט נאר קומען און בארירונג דערצו וואס אויף דעם איז שוין געשטאנען מיינעך גן עדן ממש.
חדשים וואס מען האט אויסדריקלעך געקארמעט פארן ציבור אז גריעק יאגורט איז די נייע עסן אויף וואס יעדער האט געווארט און מען קען עס עסן פאר אלע דריי טאג-מאלצייטן אהן קווענקלענישן די גריעק אימפעריע האט זיך אנגעהויבן אויסברייטערן אויף א ריזן פארנעם אזש ווי א לאווא אויפרייס האבן א פרישע צאל גריעק שפייזן אנגעהויבן הויערן אין מיין געשעפט אנגעהויבן פון אייזקריעם און געענדיגט ביי נאך פולע סנעקס ממינים שונים וואס אויף אלע פון זיי שטאלצירט די פלאטערנדע גריעק פענדל.

היינט פארמיטאג האב איך צו א היסטארישן מינוט גענימען א פעקעלע יאגורט, זי האט געשריגן מיט גרויס גאוה.
מיט א ציטער אין די פינגער האב איך איידל אראפגעשלעפט איהר דעקל שוועבנדיג אין די ספערן מיט די געפיל פון א ריכטיגע גשמיות'דיגע מינוט אהן קיין איבריגע יצר הרע וואס זאל מיך קריכן אויף די נערוון און שטערן פון מיין ערשטע מאל גריעק מאלצייט.

איך האב געמאכט א לשם יחוד אריינשטעקנדיג דעם לעפל אינעם יאגורט קאנע, מיינע קישקעס האבן זיך אנגעהויבן דרייען פון התרגשות.

איך נעם אריין דעם ערשטן לעפל ווי זי זאל ווען זיין א שמעק טאביק שטאט און באזארגט אויף יעדן טראפ פארמאכנדיג די אויגן אפלעקנדיג די נאטור פון די גריכישע אוצרות וועלכע גייט מיך געבן כח און ווייטאמינען, מינעראלן און א זיסע נארהאפטיגע טריעט.

איך נעם אריין דעם לעפל ווען איך שפור א אומהיימליכע דאזע פון געדעכטע שטויב אהן א טעם איך האב געשפורט ווי א טאבלעט זאל זיך מיר עפענען אין מויל און פארשפרייטן אן אומאנגענעמע ... ווי זאלעכעס אנרופן.. אקופירט מיר די בני מעיים.
איך האב שנעל אנגעפילט א גלעזל שפרענג וואסער און איהר אריינגעיאוועט אין מויל מיט כעס.

איך האב פשוט נישט געקענט מיט אזויפיל עקספעקטאציעס ערלויבן אז דאס דאזיגע פארשטויסענע בונדל זאפט זאל זיין קרובים מיט דעם געלונגענעם קאמפיין וועלכע האט מיך ברעינוואשט פאר לאנגע וואכן.

איך האב נאכאמאל אריינגעאטעמט און עוד הפעם שטאטערהייט פרובירט ליב צו האבן דעם גריעק סענזאציע וועלכע האט אריינגעפלאפט ווען איך האב שיעור נישט אנגעהויבן ברעכן פון דעם גאנצן געשעעניש.

איך האב אריינגעשליידערט דעם גאנצן איבריגן קעסטל אינעם מיסט קאסטן און אפגעווישט די טיש מיטן אנאנס איבער גריעק טשיז קעיק וועלכע איז צופעליג געליגן אויפגעמישט פארנט פון מיינע אויגן.



פרעג מיר נישטאמאל וואס איך וויל דא ארויסברענגען ווייל איך ווייס אויך נישט איך האב נאר פשוט געשוימט פון כעס אויף דעם קאמפיין וועלכע האט מיר געמאכט דעם טאג אנהויב מיט א לינקע פיס.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ווען א יונגערמאן לאזט איבער אויפ'ן טיש א האלבע קאצקע ציקער געווייקט אין קאווע

ווען איך טרעף אויסגעבלאזענע טישאס אויפ'ן טיש אין ביהמ"ד

ווען איך עפען א גמרא און ס'דא אפאר הארעלעך פון איינעמס בארד
פארשפארט