בלאט 25 פון 40

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 6:55 pm
דורך שמואל הלוי
ידען האט געשריבן:איך האב געזען א צעטל מיט שטארקע ווערטער פון הרב מארגענשטערן לטובת דעם כינוס.

א טיילונג אין זייערע רייעהן?

קען מען עס זעהן ערגעץ אויפן נעט?

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 6:59 pm
דורך ידען
נישט געזען אויף די נעט.

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 7:01 pm
דורך יידל
ידען האט געשריבן:נישט געזען אויף די נעט.

אין וויליאמסבורג הענגט עס אין די גאסן.

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 7:04 pm
דורך שמואל הלוי
האדמו"ר מהרמ"ד מבאבוב אין א שמועס פאר די עסקנים
http://www.youtube.com/watch?v=l8Ee7uUd ... _embedded#!

נשלח: מוצ"ש מאי 12, 2012 10:43 pm
דורך אויס וועלט
נעכטן האבן די אהרונים זיך ארומדערזען אז דער מהלך פון שפילן קנאי האט געפלאפט, קיינער קויפט נישט דעם שקר, און יעדער קוקט אן מאדנע ר' אהרן פארן זיך נישט צושטעלן צו דעם כינוס. און צוגאב זענען זיי געוואויר געווארן אז זיי לויפן אויף איין טיקעט מיט אפאר משוגעים, און סוף פסוק זענען ר' משה יעקב שמשון טייטלבוים מ'שפטיווקא און ר' אהרן טייטלבוים פון קרית יואל די איינציגסטע וואס זענען ארויסגעבליבן פונעם כינוס יעדער פאר זיינע טעמים הכמוסים עמהם.
די אהרונים צווישן זיך האבן זיך געהויבן די אויגן ברעמען, און אליינס נישט געקענט פארענטפערן וואס פשט אז דער ר' אהרן פאר'עקשנ'ט זיך אזוי אויף דעם.
נעכטן אבער, נאך וואס עס איז צושפרייט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט גערעדט פייערדיגע דיבורים וועגן דעם כינוס כלל ישראל, וואו ער האט געשיקט אלע זיינע חסידים אהינצוגיין, און דערצו איז געקומען דער אפקלאנג פונעם ווארימען אפרוף וואס דער דרשה האט געשאפן, און איבער 15 הונדערט טיקעטס זענען
אויספארקויפט געווארן אין די לעצטע מעת לעת, האבן די אהרונים אנגעהויבן זען אז ס'צרות ווי א בארג, און מ'מוז זיך צוריק אריינזען דערינען ווי אמשנעלסטן.
צווישן אנדערע באריכטן הערט מען אז די אהרונים האבן געשיקט בסוד סודות א שליח צום וועד פונעם כינוס אז ס'דא א וועג וויאזוי מ'קען דעם ר' אהרן האבן ביים מעמד, דער וועג איז טאמער רב
וואזנער פון בני ברק וועט רופן ר' אהרן דעמאלס וועט ער יא קומען.
אין אנדערע ווערטער אויב ווילט איר האבן ר' אהרן דארט זעט אז רב וואזנער זאל אים רופן, און ער וועט קומען צו לויפן אויף אלע פיר ווייל ער זיכט דעספרעט א וועג אריין!
איי וואס וועט מען טון מיט די אלע באמבאסטישע פראזן ווי לשון
העמים, חרם הקדמונים און נאך? נישט געזארגט. מ'וועט זאגן פאר די קעלבער אז גזירה הוא מרב וואזנער ואין לנו רשות להרהר אחריה,
ווער ס'פארשטייט פארשטייט ווער עס פארשטייט נישט דער פארשטייט נישט...

נשלח: מוצ"ש מאי 12, 2012 10:55 pm
דורך פינטאו
זכיתי לא להבין.

נשלח: מוצ"ש מאי 12, 2012 11:34 pm
דורך gehlungen
שמואל הלוי האט געשריבן:האדמו"ר מהרמ"ד מבאבוב אין א שמועס פאר די עסקנים
http://www.youtube.com/watch?v=l8Ee7uUd ... _embedded#!

Wow amazing smart beautiful :בייביי: :קאווע:

נשלח: מוצ"ש מאי 12, 2012 11:53 pm
דורך ברוין
מענטשן זענען באמת אינטעליגענט און אויפגעוואקסן. איך וואלט גענומען 'אויס וועלט' פאר א משל.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 12:07 am
דורך ברוין
אגב, פאר א גוטע שמייכל רופט
9512623722

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 12:23 am
דורך יידל
איך הער אז הג"ר חיים קנייבסקי קומט צום אסיפה. קען איינער באשטעטיגן?

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 5:20 am
דורך מיין מיינונג
וואס האלט דער עולם? וועט זיך אדמו"ר מהר"א מסאטמאר יא צושטעלן צום כינוס בסופו של דבר? עס איז איראניש צו טראכטן אז ער וועט בלייבן אינדערויסן דערפון און זינגן דעם זעלבן ניגון ווי די בני יואל'ער מיט אלתר משה גאלדבערגער זינגן.

מ'שטיינס געזאגט אז נאך די יארן פון שווערע באשולדיגונגס אין זיין ריכטונג אז ער צעברעכט דעם סאטמאר'ן כח ההתבדלות מיטן גיין באזוכן אלע אגודיסטישע רבנים, וועט ער פלוצלינג פראווענען א קנאי'שער אקציע, און דערקלערן אז מ'מוז זיך מתבדל זיין.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 10:00 am
דורך gehlungen
מיין מיינונג האט געשריבן:וואס האלט דער עולם? וועט זיך אדמו"ר מהר"א מסאטמאר יא צושטעלן צום כינוס בסופו של דבר? עס איז איראניש צו טראכטן אז ער וועט בלייבן אינדערויסן דערפון און זינגן דעם זעלבן ניגון ווי די בני יואל'ער מיט אלתר משה גאלדבערגער זינגן.

מ'שטיינס געזאגט אז נאך די יארן פון שווערע באשולדיגונגס אין זיין ריכטונג אז ער צעברעכט דעם סאטמאר'ן כח ההתבדלות מיטן גיין באזוכן אלע אגודיסטישע רבנים, וועט ער פלוצלינג פראווענען א קנאי'שער אקציע, און דערקלערן אז מ'מוז זיך מתבדל זיין.

Just don't worry. If all the rebbe in his category(yeshiva.kolel etc. ) Will go then he will find a way to WIGGLE himself in :דיסלייק:

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 10:21 am
דורך gehlungen
מיין מיינונג האט געשריבן:וואס האלט דער עולם? וועט זיך אדמו"ר מהר"א מסאטמאר יא צושטעלן צום כינוס בסופו של דבר? עס איז איראניש צו טראכטן אז ער וועט בלייבן אינדערויסן דערפון און זינגן דעם זעלבן ניגון ווי די בני יואל'ער מיט אלתר משה גאלדבערגער זינגן.

מ'שטיינס געזאגט אז נאך די יארן פון שווערע באשולדיגונגס אין זיין ריכטונג אז ער צעברעכט דעם סאטמאר'ן כח ההתבדלות מיטן גיין באזוכן אלע אגודיסטישע רבנים, וועט ער פלוצלינג פראווענען א קנאי'שער אקציע, און דערקלערן אז מ'מוז זיך מתבדל זיין.

I think I saw on IVELT that from Reb Arons Shteeb is coming a massage that if Rov Vosner personally calls him & he will tell him to go then he will really consider to go :גוווט:

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 10:36 am
דורך פינטאו
gehlungen האט געשריבן:I think I saw on IVELT that from Reb Arons Shteeb is coming a massage that if Rov Vosner personally calls him & he will tell him to go then he will really consider to go :גוווט:

אויס וועלט, לעיל, כצ"ל.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 10:43 am
דורך שמואל הלוי
אין בעפארברייטונג צום כינוס זעה איך איבעראל אדווערטייזט א נייע כשר'ע סעלפאן (דענק נישט פונקטליך די נאמען, עפעס לינק...), און די בני יואל קהלה רעכנט אויס אלע מעלות דערפון, דהיינו מ'קען בשו"א נישט טעקסטן, מ'קען נישט נעמען קיין בילדער, מ'קען זיך נישט פארבינדן צום אינטערנעט, און די לעצטע איז נאך די בעסטע "עס האט נישט קיין העברעעאיש".

(אנטשולדיגט פאר די שוואכע קוואליטעט, איך וועל אפשר פרובירן צו כאפן א קלארערע בילד היינט אדער מארגן)

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:35 am
דורך [NAMELESS]
נאך א מכתב קודש פון שפיטיווקע רבי (קרעדיט כה"כ)
בילד

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:37 am
דורך [NAMELESS]
פון כה"כ

די וואך איז שאפראנער רב שליט"א ארויס געקומען מיטן דעת תורה פינעם רבי'ן ז"ל איבערן כינוס כללי
ווי ער קומט ארויס שארף אז א סאטמאר'ער יוד טאר נישט אהן גיין

מען קען עס הערן אויף די נאמבער

718-362-8800 מען זאל דריקן 3-4-3

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:41 am
דורך פינטאו
ראשעקאל האט געשריבן:...די וואך איז שאפראנער רב שליט"א ארויס געקומען מיטן דעת תורה פינעם רבי'ן ז"ל איבערן כינוס כללי...

ממש א בחינה פון "צדיקים במיתתם קרויים חיים".

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:47 am
דורך משכיל
"קול מבשר" איז דער רבי פון אלע רבי'ס, דער גאנצער דעת הקהל נעמט זיך פון זיין באצאלטע נייעס,

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:57 am
דורך יידל
שטארקע חידושים ווער איך דא געוואויר. בעלזע רב איז א חבר הכנסת און הג"ר ארי' לייב שטיינמאן האט געגרינדעט נחל החרדי... ו

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 12:23 pm
דורך זר זהב
דרשת כ"ק מרן אדמו"ר מהרי"י ט"ב שליט"א מסאטמאר אודות חיוב השתתפות (קרעדיט: בדיל ויעבור - אייוועלט)

http://dl.dropbox.com/u/15983596/%D7%93 ... 0-%201.pdf

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 2:25 pm
דורך קרעקער
איך שטוין אף שאפרענער רב
ער איז אייביג געווען אזא איידעלע שטיעל מענטש
יעצט רעט ער מיט אזא האסט ערגער ווי ר' מנשה פיליפ
כרעד שוין נושט פין די סגנון וויזוי ער רעט אין מאריך איבער יעדע צעטעל אף די פאולס אזוי נאריש

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 2:25 pm
דורך [NAMELESS]
די הצלת הדורות אויסגאבע וואס די ארגאניזירער האבן ארומגעשיקט אויף אימעיל:
http://db.tt/cLplYfHp
(קרעדיט לכל זמן - אייוועלט)