בלאט 25 פון 55
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 1:36 pm
דורך שמן למאור
נישנאש האט געשריבן: ↑
איך האב די זעלבע קשיא, זי האלט זיך דאך פאר א פרומע פלעטבוש ווייבל און האט אויך א פרומע מאן, נו לגב"ט איז דאך לכולי עלמא נגד התורה מפורש בקרא, אתמהה?
די מסקנה איז אז אדער איז זי גוט צודראדעלט אדער איז $$$ אינוואלווד.
עכ"פ הערטס מיר אויס טייערע אידן: זי האט מיט דעם אפגעענדיגט איר סופפארט ביים היימישן ציבור מכל וכל. ס'איז יעצט פונקט ווי AOC קומט קיין מאנרא שריייען וועגן א גט. און צווישן אונז איז עס גראדע א שאד, ווייל מ'האט נישט דערווייל א צווייטן וואס זאל זיך אננעמען פאר עגונות.
זי טוט א גרויסע טעות מיטן אריינמישן דא די להטב"ם מאוומענט. לכאורה טוט זי עס ווייל זי זעט אז גארנישט ריקט זיך נישט, טרייט זי צו נאכמער אויפצוהייצן די געמיטער. זי מישט אלעס אויס, גט אביוז מיט לגב"ט אלץ סעקשואלע אפרעשן.
איך פארשטיי דיין תמיה, אמער זי איז דאך א פרומע פרוי, פארוואס שטיצט זי די זאכן. אבער ביי די מער מאדערענע קרייזן איז שוין די מאוומענט מער אריינגעגעסן. זיי קומען מיט כלערליי טענות ווי, ס'איז נישט אונזער ביזנעס, ס'איז בין אדם למקום, ער איז אן אונס, ס'נישט קיין טשויס; בלויז זיך אזוי צו אידענטיפעצירן איז נישט קיין איסור... און וואו ווייסטו וואס ער טוט למעשה אין בעדרום? הקיצור די זאך איז נישט אזוי אפגעפרעגט איבעראל דארטן.
זי וואלט אבער געמעגט וויסן אז די ביסל שטיצע וואס זי האט יא אין קרית יואל וועט זי פארלירן ווען זי הייבט אן מיט די זאכן
אזוי צו אזוי, אסאך פאן וועט עס זיכער זיין. כ'קען נישט ווארטן צו זען דעם פרייד פאראדע אין קרית יואל...
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 1:43 pm
דורך בן ישי
וויפל איך האב אויסגעהערט האט ער איר געזאגט אז ער איז אויף איר זייט וועגן די גט נאר ער האלט אז די פאראדע איז נישט קיין גיטע עצה.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 1:57 pm
דורך פארשטענדליכער
לשם יחוד האט געשריבן: ↑
גאט אין הימל, וואס איז געשען מיט קאווע שטיבל?
ווען איז עס געווארן אזוי רעכט…?
אפי' א לינקער האט אויך א רעכטע זייט....זעט אויס די ריקן טוט שוין וויי פון שטיין אזוי שטארק איינגעבויגן צו די לינקע זייט
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:30 pm
דורך עמרם
עס איז דא ערענסטע חששות אז אז מ'גייט אים צווינגען צו געבן א גט כדאי די מארש זאל נישט פארקומען
(געהערט פון א קראנטע מקור)
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:33 pm
דורך berlbalaguleh
פארשטענדליכער: ניין. דאס האט גארנישט צו טון מיט רעכטס אדער לינקס. נאר דאס ווייזט וואספארא ברעכבארע (...Fragile)...קעמפערין זי איז. ווען מ'פרעגט איהר א פאר אמת'ע שאלות לייגט זי זיך צוזאם אזוי ווי א ביליגע קעמערע. (כלשון באב גרענט עליו האשאלעכץ)...!
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:42 pm
דורך היימלינד
עמרם האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 2:30 pm
עס איז דא ערענסטע חששות אז אז מ'גייט אים צווינגען צו געבן א גט כדאי די מארש זאל נישט פארקומען
(געהערט פון א קראנטע מקור)
איך האף אז נישט
[די גט זאל ער אוודאי געבען אבער נישט לכבוד די פאראדע], אין פודין את השבויים יותר מכדי ערכם, ווער ווייסט וואס די מרשעת וועט וועלען נעקסט, ביי נא"ו ווייסט שוין יעדער אז זי מיינט בכלל נישט די עגונה (אזוי ווי איך האב שוין געשריבען גאנץ אנפאנג)
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:44 pm
דורך סקעפטיקער
@היימלינד וואו קומט אריין אין פודין את השבוים?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:45 pm
דורך מילך טראק
moneyminded האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 1:16 pm
מילך טראק האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 12:52 pm
נישט געוואטשט די שאו אבער זאב ברעננער איז איינזייטיג, ער איז נישט אפפן צו הערן א אנדערע מיינונג.
איך האב עס יא אויסגעהערט נעכטן,
און איך הער שוין זאב פאר באלד 30 יאר ,
די מעלה פון זאב איז אז ער הערט יעדעם אויס ! און יעדעמס מיינונג אן קיין פשרות און ער נעמט נישט קיין צד , נישט קיין חילוק וואספאר א רחמנות די וועסט שפילן, הערט ער אויס א מעשה פונקטליך מיט אלע צדדים,
ער איז ווי מען רופט עס תחות אויפן טיש , און ער פארנעמט נישא קיין ב ש, ער איז געווען אויף איר זייט א גאנצע צייט, ער האט איר געפרעגט צענדליגע קשיות און וואס זי האט פארשטייט זיך נישט געהאט וואס צו ענטפערן , און טאמער די האסט שוין אמאל גערעדט מיט די אלע סארט מענטשן ווי פלעטבוש גירל, ווערן זיי שנעל אפענסיוו און נעמען זיך וויינען און שרייען וויקטעם,
ער האט איר געזאגט סימפעל אז ער האלט אז מאכן א געי פראטעסט אין מאנרא גייט זי אלעס פארלירן, און וואס איז הונדערט פראצענט אמת , אבער איר קאפ ליגט איר צווישען די פוס, און קיין גיטין אינטערסירט איר קנאפ!
אין א זייטיגע נאטיץ, ווען איינער וויל פארשטיין
Liberalism is a Mental disorder,
און פונקטליך וואס סאשעל מידיע איז
זאל מיטהאלטען איר מערכה די לעצטע פאר וואכן מיט איר,
נישט דא קיין בעסערע משל עס צו פארשטיין דורך איר,
יעדער שמויגער קען זאגן און שרייבן וואס ער וויל אויף סאשעל מידיא אינקלודינג קראנקע ליבעראלע ענינים וואס באלאנגט אין בעדרום,
אבער איינמאל איינער פרעגט איר אויף סאשעל מידיא וועגן עס , וועקן זיך אויף אלע פארהאקטע געפילן פון איר קראנקהייט און נעמט זיך פשוט וויינען און שרייען די טשפעסט מיך,
איך האב שוין גערעדט אסאך מיט אזאנע פנים אל פנים, סתם קראנקע מענטשן וואס דארפן מענטעל העלפ נעבעך,
פשוט אמעריקע איז געווארן אז מען לאזט די קראנקע פירן די לאנד און טין וואס זיי וואס ווילן ,אבער קראנק בלייבן זיי,, די מינוט די האסט א נארמאלע שמועס מיט זיי ,ווערן זיי נעבעך געטריגערט און פשוט וויינען פון ווייטאג, דאס איז שוין אפילו דערנאך וואס זיי זענען הויעך, אפילו זי איז הויעך אויף דראגס מיט דעם אלעם, ווען די רירסט אן די נקודות הפנימיות וועקט זיך אויף די נשמה און וויינט ווי א קינד
קען זיין דא איז עס געווען אנדערש, אבער זייער אסאך מאל שוין געהאט ער וויל נישט הערן די אנדערע זייט, די לעצטע מאל איז עס געווען ביי נטורי קרתא, ער האט בככל נישט געוואלט הערן די אפאנענט.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:50 pm
דורך moneyminded
עמרם האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 2:30 pm
עס איז דא ערענסטע חששות אז אז מ'גייט אים צווינגען צו געבן א גט כדאי די מארש זאל נישט פארקומען
(געהערט פון א קראנטע מקור)
בכלל נישט אמת ,געהערט קראנט,
זי גייט קיין פראטעסט קיינמאל מאכן און קיינער האט נישט מורא פון דעם
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:52 pm
דורך היימלינד
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 2:44 pm
@היימלינד וואו קומט אריין אין פודין את השבוים?
איך האב געבארגט א לשון חז"ל, וועגען דעם האב איך עס אביסעל משנה געווען
די נקודה איז אז מען קען נישט נאכגעבען עפעס פאר איינעם אויב נאכדעם וועט עס קאסטען א גרעסערע פרייז.
בנידן דידן: עס איז קלאר אז זי מיינט נישט דווקא נאר די גט, זי זיכט צו הערעסען די קאמיוניטי, איז אויב וועט מען זיך דערשרעקען פון איר פאראדע, ווער ווייסט וואס זי סטראשענען פאר מארגען.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:54 pm
דורך היימלינד
מילך טראק האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 2:45 pm
קען זיין דא איז עס געווען אנדערש, אבער זייער אסאך מאל שוין געהאט ער וויל נישט הערן די אנדערע זייט, די לעצטע מאל איז עס געווען ביי נטורי קרתא, ער האט בככל נישט געוואלט הערן די אפאנענט.
נישט געוואלט אויסהערען אדער געטשעלענדזעט אויף א וועג וואס האט איהם געקארנערט, כדרך רוב האינטערוויערס ?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 3:07 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
איך מיין אז חסידים שרעקן זיך נישט מער פיו א לגבט פאראדע ווי סתם א מאראטאן. ביידע זענען אין חסידים'ס אויגן טמא'נע גויים סך הכול וועט מען נישט ארויס לאזן די קינדער יענע טאג. זי רעדט זיך איין אז זי סטראשעט די קאמיוניטי אסאך מער ווי זי סטראשעט באמת. זי וועט מאכן א פערמיט און ברענגען פאליציי און די חסידים וועלן איינשפארן די קינדער אפאר שעה ווייל ס'דא טמאנע גויים וואס מאכן א טמאנע פראטעסט. אפשר בעד ציונות אפילו, און שוין א טאג שפעטער קען זי ווייטער שרייען צו די פיר ווענט.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 3:26 pm
דורך berlbalaguleh
היימלינד האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 2:54 pm
מילך טראק האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 2:45 pm
קען זיין דא איז עס געווען אנדערש, אבער זייער אסאך מאל שוין געהאט ער וויל נישט הערן די אנדערע זייט, די לעצטע מאל איז עס געווען ביי נטורי קרתא, ער האט בככל נישט געוואלט הערן די אפאנענט.
נישט געוואלט אויסהערען אדער געטשעלענדזעט אויף א וועג וואס האט איהם געקארנערט, כדרך רוב האינטערוויערס ?
לאו דוקא: ביי דעם אינוערוויו איבער די נטורי קרתא האט ער געדולדיג געלאזט רעדן ביידע צדדים. ר' י.י. דזשעקאבסאן און דעם רעפארטער פאר עמי "טורקס". וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם צד אז מ'דארף זיי נישט פיינט האבן.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 3:31 pm
דורך יתרו
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 3:07 pm
איך מיין אז חסידים שרעקן זיך נישט מער פיו א לגבט פאראדע ווי סתם א מאראטאן. ביידע זענען אין חסידים'ס אויגן טמא'נע גויים סך הכול וועט מען נישט ארויס לאזן די קינדער יענע טאג. זי רעדט זיך איין אז זי סטראשעט די קאמיוניטי אסאך מער ווי זי סטראשעט באמת. זי וועט מאכן א פערמיט און ברענגען פאליציי און די חסידים וועלן איינשפארן די קינדער אפאר שעה ווייל ס'דא טמאנע גויים וואס מאכן א טמאנע פראטעסט. אפשר בעד ציונות אפילו, און שוין א טאג שפעטער קען זי ווייטער שרייען צו די פיר ווענט.
איך מיין אז יעדע בר דעת אין קרית יואל וואלט מסכים געווען מיט דעם, אז עס איז עס איז ליבערשט דער אינגערמאן זאל שרייבן 12 שורות, ווי איינשפארן גאנץ קרית יואל פאר א פאר שעה. טירחא דציבורא איז נישט קיין קליינעקייט ביינוז.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 3:31 pm
דורך היימלינד
איך האב נישט געהערט די אינטערוויו מיין שאלה איז נישט געווען ספעציפיש, נאר בכלליות אז ווען איינער פילט געטריגערט אדער געקארנערט זאגט ער/זי אז מען האט נישט געלאזט רעדן וכו'
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 3:41 pm
דורך berlbalaguleh
היימלינד: דו ביסט גערעכט. מיר האט געשטערט אז זי נעמט דעם באשעפער אריין אין איהר שייגעצשטיק. דו קענסט טון וואס דו ווילסט אדער פארשטייסט. אפילו פוגע זיין אין מענטשנ'ס רעכטן פאר (לכאורה) א גוטן צוועק. נאר ווען מ'קארנערט דיך נעם נישט דעם באשעפער אריין אין געשעפט. ווען זאב ברענער האט איהר געפרעגט א פאר שטארקע שאלות שטאטס ענטפערן צו די זאך האט זי אנגעהויבן רעדן וועגן השגחה פרטית און ניסים...לאל.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 4:33 pm
דורך מילך טראק
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑
היימלינד האט געשריבן: ↑
נישט געוואלט אויסהערען אדער געטשעלענדזעט אויף א וועג וואס האט איהם געקארנערט, כדרך רוב האינטערוויערס ?
לאו דוקא: ביי דעם אינטערוויו איבער די נטורי קרתא האט ער געדולדיג געלאזט רעדן ביידע צדדים. ר' י.י. דזשעקאבסאן און דעם רעפארטער פאר עמי "טורקס", וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם צד אז מ'דארף זיי נישט פיינט האבן.
בכלל נישט געקארנערט, מ'האט קלאר געזעהן אז ער פראבירט בכלל נישט צו פארשטיין זייער זייט, וואס מ'קען זייער גרינג פארשטיין.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 8:51 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
יתרו האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 3:31 pm
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 3:07 pm
איך מיין אז חסידים שרעקן זיך נישט מער פיו א לגבט פאראדע ווי סתם א מאראטאן. ביידע זענען אין חסידים'ס אויגן טמא'נע גויים סך הכול וועט מען נישט ארויס לאזן די קינדער יענע טאג. זי רעדט זיך איין אז זי סטראשעט די קאמיוניטי אסאך מער ווי זי סטראשעט באמת. זי וועט מאכן א פערמיט און ברענגען פאליציי און די חסידים וועלן איינשפארן די קינדער אפאר שעה ווייל ס'דא טמאנע גויים וואס מאכן א טמאנע פראטעסט. אפשר בעד ציונות אפילו, און שוין א טאג שפעטער קען זי ווייטער שרייען צו די פיר ווענט.
איך מיין אז יעדע בר דעת אין קרית יואל וואלט מסכים געווען מיט דעם, אז עס איז עס איז ליבערשט דער אינגערמאן זאל שרייבן 12 שורות, ווי איינשפארן גאנץ קרית יואל פאר א פאר שעה. טירחא דציבורא איז נישט קיין קליינעקייט ביינוז.
איך האב נישט קיין אהנונג פארוואס ער גיבט נישט קיין גט, דערפאר נעם איך נישט קיין זייט. אבער זייער אסאך מאל איז שוין געווען אז א מכשפה'לע וואס וויל נישט געהעריג געבן קיין וויזיטעשענס האט זיך גענומען שרייען "עגונה עגונה" אנשטאט געהעריג זיך אוועקזעצן מאכן א וויזיטעשאן עגרימענט וואס דער מאן קען אויך לעבן דערמיט. דאס דערמאנט מיר פון די אראבער וואס שרייען "סיס פייער".
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 10:23 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
moneyminded האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 2:50 pm
עמרם האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 2:30 pm
עס איז דא ערענסטע חששות אז אז מ'גייט אים צווינגען צו געבן א גט כדאי די מארש זאל נישט פארקומען
(געהערט פון א קראנטע מקור)
בכלל נישט אמת ,געהערט קראנט,
זי גייט קיין פראטעסט קיינמאל מאכן און קיינער האט נישט מורא פון דעם
איך האב געהערט אז זי סטראשעט אויסצולייגן קאלירטע ס** עדיוקאציע פאמפלעטן אין קרית יואל, אויב גייט נישט זיין א גט.
זי האפט אז דאס וועט שוין זיין צופיל פאר די שטאט טאטעס צו דערהייבן און זיי וועלן איבערצייגן דעם אינגערמאן זאל יא געבן א צוועלעפערל.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 10:27 pm
דורך שמעקעדיג
זי קען לכאורה גיין זיצן פאר אזא אומעטישע אקט.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:11 pm
דורך קהל'ס נער
אויף זאב ברעננער שאו זאגט זי אז זי טוט עס אלץ א מארקעטינג סטראטעגיע (וואס פון א מארקעטינג פוינט ארבעט עס קלאר, די גאנצע שטאט דרייט זיך איבער), וואס ברעננער טענה׳ט אויף דעים אז אין המטרה מכשיר את האמצעי.
ביידע האבן שטארקע זייטן.
די אמת איז אז מען דארף זיין פראגמאטיש, גייט א געי פאראדע ברעינגען א גט פאר מלכי, איך מיין אז ס׳גייט נאר ערגער מאכן ווייל זי גייט פארלירן אירע שטיצער אין מאנראו.
אבער למעשה ווי לאנג רעבעצין פלעטבוש איז די איינציגסטע וואס עסקנ׳ט פאר מלכי קען מען נישט האבן קיין טענות אויף איר, ווייל קריינא דאיגרתא איהי ליהוי פרונקא.
כל זה נאמר בהנחה אז מלכי איז טאקע א עגונה, וואס ס׳זעהט מיך אויס מער ווי א קאסטאדי פייט.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:14 pm
דורך ברוך שפינוזה
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 10:27 pm
זי קען לכאורה גיין זיצן פאר אזא אומעטישע אקט.
איך גלייב אבער נישט אז א איד וועט איר פאר'מסר'ן, לאמיר צוזאמען חלומען

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:16 pm
דורך עמרם
ווי געשריבן אויבן, לויט געוויסע קוועלער פון די וועד הצניעות אין קר''י, איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז מ'וועט פארלאנגן אז ער זאל געבן גט, כדאי ס'זאל נישט פארקומען
ווי ס'קוקט אויס קען עס יא העלפן
(נישט אז איך בארעכטיגט ח''ו, איך בין נישט באקאנט אין די מעשה, אבער ווי מ'שמועסט וויל ער בעצם געבן א גט, נאר זי וויל אים נישט לאזן זעהן די קינדער,
ס''ה ברענג איך די נייעס וויאזוי איך האב עס געהערט)