בלאט 25 פון 213

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:58 pm
דורך בדחן
יתרו האט געשריבן:ביז דערווייל האב איך מיך באנוצט מיט מיין רבי'נס ענטפער "מען לאזט עס אויס"


R U קרעזי? די האסט איר געהייסן אויסלאזן די צוויי ווערטער?

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:01 pm
דורך שמעקעדיג
זאג זי זאל פרעגן איר טיטשער..

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:09 pm
דורך בדחן
די ווילסט טאקע אז מען זאל שיקען זיין מיידעל פאר העלפ ?

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 12:22 am
דורך נולד מאוחר
זאג נאר ביז דארט קען שוין אלע טייטש?
זאג איר זי זאל פרעגן די מיידל וואס האט איר געהייסען פרעגן איר טאטע.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 1:39 pm
דורך וועראיזדייןטאטע
וויאזוי קום איך אן און מאחורי הפרגוד

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 2:47 pm
דורך שמעקעדיג
ווער א ברסלב'ער.
מען נעמט נאר אן ברסלב'ע חסידים אין מאחורי.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 5:16 pm
דורך פיינע קאווע
געפילטע פיש האט געשריבן:גיי אריין אין עני TD באנק, זיי האבן א מאשין וואס הייסט Penny arcade, גיסט אריין די מטבעות און ס'שפייט אויס א ריסיט, די ריסיט קענסטו קעשן ביים טעלער.
אויב האסטו נישט קיין קאנטע דארט גייט עס זיי נישט שמעקן, אבער איך מיין אז זיי געבן דיר סייווי.


אויב דו האסט נישט אן אקאונט וועט דיך קאסטן א שיינע פאר דאללאר פארן טוישן גיב אבאכט

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 6:16 pm
דורך ידען
פון ווי קומט די ווארט פלוצים? און ווען נוצט מען עס?
סע מיינט פליצלינג אבער סע נאך א ווארט אדער עפעס אנדערש?

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 6:20 pm
דורך boxcover
ידען האט געשריבן:פון ווי קומט די ווארט פלוצים? און ווען נוצט מען עס?
סע מיינט פליצלינג אבער סע נאך א ווארט אדער עפעס אנדערש?

און what about
  • בעיזמענט? (בעיסמענט\Basement?)
  • בינאזאן (צוזאמען?)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 11:16 pm
דורך ונבנתה העיר
איז עס אויסגעהאלטן, געזעצליך און מענטשליך, פארצולערנען דא אין קאווע שטיבל א שיעור אין איינעם'ס ביכל וואס איז געשריבן ארגינעל אין ענגליש [מיט פולע קרעדיט וכו']?

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:05 am
דורך יידל
ונבנתה, כ'כאפ נישט דיין פראגע. וואס מיינסטו "פארלערנען"? בכתב? יו-טוב? מיינסטו איבערזעצן?

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:10 am
דורך ונבנתה העיר
בכתב, מיט יענעם'ס סדר, משלים, ביאורים וכו'.

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:14 am
דורך יידל
פארוואס זאלסטו נישט פרעגן יענעם?

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:48 am
דורך שמעקעדיג
ווייל ער וועט ענדיגן אזוי ווי מיטן בוכל עת לאהוב :x :roll:

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:50 am
דורך יידל
ouch. האסט א נקודה.

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:53 am
דורך ונבנתה העיר
לאמיך קלאר מסביר זיין פון וואס איך רעד.

בזכותו של פ"ק האביך געקויפט און אנגעהויבן ליינען דעם בוך The elegant universe פון ברייען גרין, און כ'בין ארויס פון התפעלות ווי ער איז מסביר די א"ב פון רעלאטיוויטי אזוי פשוט און געשמאק, געמישט מיט פשוטע משלים און הוכחות, אז אפי' אן עם הארץ ווי מיר קען עס פארשטיין.

האט מיר געכאפט א שטיקל חשק [כהמשך, אדער בעסער געזאגט: כהקדמה, צו פ"ק אשכול], אפצושרייבן זיין ווערק פרק ביי פרק - וויפיהל די צייט וועט ערלויבן - דא אין שטיבל, סיי עס זאל ביי מיר קלאר ווערן, און סיי אז קיין תינוק ותינוקת מדן ועד באר שבע זאלן נישט האבן קיין תירוץ אויף נישט וויסן די פשוטע א"ב פון ספעשל רעלאטיוויטי.

ביניך נישט פונקט אין די גוסטע זיך צו פארבינדן מיט ברייען גרין, ממילא פרעג איך דא ביי די מומחים אין פלאגיאריזם זיי זאלן מיר פסק'נן די שאלה.

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 1:58 am
דורך יידל
איך פסק'ן דיר להתיר. וכדי להוציא מלבן איז דא אן עצה דאס איבערצושרייבן אין דיין אייגענע שפראך און נישט אין א מונדליכע איבערזעצונג, אזוי אז עס וועט נישט זיין קיין לעגאלע שאלה בכלל. און אויף דיין עצם רעיון, חזק חזק, איך וועל ליינען דיינע תגובות מיט דורשט און כ'ווארט מיט שפאנונג, און כ'בין זיכער אז א גרויסער עולם וועט הנאה האבן דערפון.

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:07 am
דורך שמעקעדיג
כיידל ועוד לקרא. אדרבה!

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 11:08 am
דורך געפילטע פיש
ג"א מצטרף, ס'דא א גרויסע חילוק ציווישן איבערזעצן א בוך, און איבערשמועסן אין די אייגענע לשון פאראגראף ביי פאראגראף.
חדש ימינו כקדם, איך בענק זיך צום אלטן קאווע שטיבל.

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 11:32 am
דורך יאיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:לאמיך קלאר מסביר זיין פון וואס איך רעד.

בזכותו של פ"ק האביך געקויפט און אנגעהויבן ליינען דעם בוך The elegant universe פון ברייען גרין, און כ'בין ארויס פון התפעלות ווי ער איז מסביר די א"ב פון רעלאטיוויטי אזוי פשוט און געשמאק, געמישט מיט פשוטע משלים און הוכחות, אז אפי' אן עם הארץ ווי מיר קען עס פארשטיין.

האט מיר געכאפט א שטיקל חשק [כהמשך, אדער בעסער געזאגט: כהקדמה, צו פ"ק אשכול], אפצושרייבן זיין ווערק פרק ביי פרק - וויפיהל די צייט וועט ערלויבן - דא אין שטיבל, סיי עס זאל ביי מיר קלאר ווערן, און סיי אז קיין תינוק ותינוקת מדן ועד באר שבע זאלן נישט האבן קיין תירוץ אויף נישט וויסן די פשוטע א"ב פון ספעשל רעלאטיוויטי.

ביניך נישט פונקט אין די גוסטע זיך צו פארבינדן מיט ברייען גרין, ממילא פרעג איך דא ביי די מומחים אין פלאגיאריזם זיי זאלן מיר פסק'נן די שאלה.

דארפסט נישט מורא האבן סייווי. קיינעם אינטערעסירט נישט וואס ווערט איבערגעזעצט אויף אידיש. ווען יא, וואלט שוין דער שטערן און דער בליץ לאנג געווען פארמאכט.

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 1:41 pm
דורך שמעקעדיג
יאנקל האט געשריבן:וויבאלד אידיש האט סייווי נישט קיין מארקעט פאר דברי חכמה..


OUCH!
:evil: :evil: :evil: :evil:

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:18 pm
דורך שמעקעדיג
דער אמת טוט וויי, אפגעזעהן צי ס'איז א חידוש צי נישט.

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:44 pm
דורך berlbalaguleh
יאיר האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:לאמיך קלאר מסביר זיין פון וואס איך רעד.

בזכותו של פ"ק האביך געקויפט און אנגעהויבן ליינען דעם בוך The elegant universe פון ברייען גרין, און כ'בין ארויס פון התפעלות ווי ער איז מסביר די א"ב פון רעלאטיוויטי אזוי פשוט און געשמאק, געמישט מיט פשוטע משלים און הוכחות, אז אפי' אן עם הארץ ווי מיר קען עס פארשטיין.

האט מיר געכאפט א שטיקל חשק [כהמשך, אדער בעסער געזאגט: כהקדמה, צו פ"ק אשכול], אפצושרייבן זיין ווערק פרק ביי פרק - וויפיהל די צייט וועט ערלויבן - דא אין שטיבל, סיי עס זאל ביי מיר קלאר ווערן, און סיי אז קיין תינוק ותינוקת מדן ועד באר שבע זאלן נישט האבן קיין תירוץ אויף נישט וויסן די פשוטע א"ב פון ספעשל רעלאטיוויטי.

ביניך נישט פונקט אין די גוסטע זיך צו פארבינדן מיט ברייען גרין, ממילא פרעג איך דא ביי די מומחים אין פלאגיאריזם זיי זאלן מיר פסק'נן די שאלה.

דארפסט נישט מורא האבן סייווי. קיינעם אינטערעסירט נישט וואס ווערט איבערגעזעצט אויף אידיש. ווען יא, וואלט שוין דער שטערן און דער בליץ לאנג געווען פארמאכט.

דו זאגסט אז אויב די וויליאמסבורגער "רע-בנים" און די מאנסיער ב.ט.'ס וואלטן נישט מצליח געווען צו פארמאכן דעם שטערן ./שפאקטיוו וואלט דער "רידער'ס דיידזשעסט" געטון דעם דזשאב.