מי אני האט געשריבן:קען מען בדרך אפשר גמור זאגן אז די צווייטע סארט כפירה וואס הרב קוק זצ״ל דערמאנט, די כפירה ישראלית וואס קומט מחמת תשוקה לרוחניות, איז מקושר צו די צווייטע סארט כפירה וואס דער ליקוטי מוהר״ן דערמאנט וואס קומט פונ׳ם חלל הפנוי, וואס פון דארט פעהלט רוחניות, וממילא וויל די נשמה פונ׳ם איד דאס אנפולן (כעין הצדיק וואס קען זיך יא ספראווען דערמיט) ובא לכפירה וואס אויף דעם קען מען נישט (געהעריג) ענטפערן.
(מ׳קען זאגן פארקערט אז די אידישע כפירה קומט פון די ערשטע סארט וואס די ליקוטי מוהר״ן דערמאנט, ווייל דאס האט בעצם יא א שייכות מיט רוחניות וכו׳. און דעמאלטס ווערט א שטיקל סתירה בענין צו מ׳קען יא ענטפערן דערויף צו נישט. אדער אז אין די ערשטע סארט כפירה וואס די ליקוטי מוהר״ן דערמאנט ליגן די צוויי סארטן כפירות וואס הרב קוק זצ״ל דערמאנט.)
מיין עקספיריענס האט געוויזן אז מיט די כפירה וואס קומט מתוך עכירת החומר קען מען זיך נאך בדוחק אן עצה געבן, אבער אויף די כפירה וואס קומט מתוך בקשת האמת איז די איינציגסטע תירוץ אז אין הכי נמי, דאס וואס זיי רופן אן כפירה דאס איז די גרעסטע אמונה וואס איז נאר פארהאן. וכמאמר החכם "הדת קמה על יוצריה", ונאמר "Religion is the new antitheism", ונאמר "מקום המשפט שמה הרשע - ואין משפט אלא תורה".