בלאט 25 פון 37
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 3:38 pm
דורך [NAMELESS]
די קשיא פין מעניש זיין בנים בשביל אבות איז לכאורה נישט שייך ווען מען איז מעניש א גאנצע אומה, וכן מצינו בישראל ביי די עגל וביום פקדי ופקדתי,
לגבי [tag]מאטי[/tag]'ס קשיא אז די נקיבות זענען דאך אויך קינדער פין די זכרים איז דער חת''ס פרעגט די קשיא אין תורת משה אפשר איז זיין תירוץ צו דיין געשמאק
20141225_151454.jpg
ולי נראה אז דער עונש איז אזוי מידה נגד מידה אז ווייל די מענער וואס דרכם להקדים האבן חוטא געווען איז עמון נענש געווארן אז זייערע זכרים טארן נישט קומען בעם ה'
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 5:10 pm
דורך געפילטע פיש
אין חת"ס שטייט בעצם די זעלבע תירוץ ווי שמעון וואלף האט געוואלט זאגן נאר אביסל מער מאטאפיזיש.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 5:13 pm
דורך געפילטע פיש
מאטי האט געשריבן:גייט נישט די גמרא ארויף בלויז אויף אידן?
כ'האב אויך געטראכט אזוי, אבער ממה נפשך, אויב איז דאס יושר אז מ'זאל נישט מעניש זיין א קינד פארן טאטנ'ס זינד, אזא טוביה חטא וזינגיד מינגיד, דעמאלס איז דאס הקב"ה זיך נוהג מיט ישרות מיט יעדן, נישט נאר מיט אידן, להגיד כי ישר השם, שטייט נישט נאר מיט אידן. ווילסטו מיר זאגן אז בעצם מן הדין קומט זיך יא מעניש צו זיין אומשולדיגע קינדער נאר ביי אידן טוט דער באשעפער לפנים משורת הדין און איז נישט מעניש קינדער? ס'מיר שווער צו זאגן אזוי.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 5:53 pm
דורך מאטי
איך זע נישט ווי אזוי די יושר ראציע צווישן אידן/נישט אידן ווערט גלאט מיטן גלייכבארעכטיגן דאס ענין פון באשטראפן קינדער פאר די עבירות פון עלטערן. ס'איז דא צענדליגער אנדערע פעלער ווי די תורה מאכט בפירוש'ע חילוקים.
ולנכרי תשיך, עבד כנעני, גוי ששבת, ועוד.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:38 am
דורך געפילטע פיש
איך קום נישט דא פארענטפערן אלע כביכול מאראלישע פראבלעמען מיט די תורה, הרבה קולמסין כבר נשתברו על זה, ואכ"מ, איך רעד נאר פון מעניש זיין קינדער על אשר לא קידמו אבותיהם. אלע אנדערע זאכן ווי עבד כנעני איז נישט ווייל דער איד איז עפעס מער ווי דער נכרי, נאר פשוט ווייל די תורה רעדט צו אידן, אז די מענטשען נאנט צו זיי, זייער איינגענע פאלק, זאלן זיי געבן פרעפערענטיאל טריטמענט. ווען די תורה וואלט ווען גערעדט צו די פראנצויזן וואלט די תורה געזאגט אז א פראנצויזישע קנעכט דארף באקומען בעסערע טריטמענט. נכרי מיינט א פרעמדער.
חב"ד דידן נצח ניגון
נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:51 am
דורך chusid
איך האב פונקט יעצט געזען די קליפ פון די טענצעריי ביים געוואונען די קארט איבער די לייבערי, די ווערטער אינעם ניגון קוקט אויבן אויף אויס זייער נישט תוכנדיג , we won we won וואס איז געווען פשט אין די השקפה דערין? וואס איז דאס "דידן"? מיר זענען גארנישט אלעס איז אייבערשטער...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:03 am
דורך דריידל
דאס איז א לשון המדרש לגבי די ד' מינים אז ס'ווייסט נאך די הייליגע טעג אז "דידן נצח"
נפש בהמה וחיה
נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 11:23 pm
דורך chusid
ח"כ שלי יחמינוביטץ (עבודה) האט ארויסגעשטעלט א פאוסט אויף פעיסבאק ווי זי געט א רירענדע הספד אויף איר כלב וואס איז געשטארבען די פארגאנגענע פרייטאג, בין הדברים זאגט זי אז ווען זי פלעגט שלאפן פלעגט זי אויסקוקן ווי זי שפאצירט ארום אונעם עולם הניצחי פון די חיות, דערנאך טוט זיך א יהי זכרה ברוך געוואונטשאכט'ס.
האב איך געקלערט צו מיר צו ס'איז דא אזא זאך ווי נצחיות ביי חיות, אפילו נצחיות פון א גוי בין איך נישט קלאר וואס דאס מיינט אבער האט א כלב נצחיות? פון איין זייט זע איך אז א חיה קען זיין א גלגול פון א מענטש, מיינט דאס אז א יעדע חיה האט עפעס א נפש ?
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 11:24 am
דורך ראש הישיבה
יעדער זאך האט נצחיות. נאר נישט ווי עס זעט אויס יעצט. דהיינו די חיות/דבר השם וואס איז מחיה יעדער זאך איז חוזר אל המקור און דארט איז נצחיות. דאס איז די מטרה פון יעדער זאך אז עס זאל זיך צוריק קערן צום מקור.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:37 pm
דורך ירח בן יומו
רש"י ברענגט אז משה רבינו האט ניש געשלאגן די ערד צוליב הכרת הטוב וואס די ערד האט איהם געראטעוועט ביי ויטמנהו בחול.
שטעלט זיך די שאלה, לכאורה איז ער נישט געראטעוועט געווארן דארך דעם, דתן און אבירם וואס האבן צו געזען האבן גלייך פארציילט פאר פרעה, און ער האט געמוזט אנטלויפן, אויב אזוי וועלעכע הכרת הטוב איז ער שולדיג פאר די עפר, וצ"ע.
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:10 am
דורך קאווע טרינקער
ירח בן יומו האט געשריבן:רש"י ברענגט אז משה רבינו האט ניש געשלאגן די ערד צוליב הכרת הטוב וואס די ערד האט איהם געראטעוועט ביי ויטמנהו בחול.
שטעלט זיך די שאלה, לכאורה איז ער נישט געראטעוועט געווארן דארך דעם, דתן און אבירם וואס האבן צו געזען האבן גלייך פארציילט פאר פרעה, און ער האט געמוזט אנטלויפן, אויב אזוי וועלעכע הכרת הטוב איז ער שולדיג פאר די עפר, וצ"ע.
פאר די 24 שעה ביז דתן און אבירם האבן פארציילט, איז משה געווען רוהיג אז קיינער ווייסט נישט צוליב ויטמנהו בחול.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 9:34 pm
דורך שמעקעדיג
כי אני הכבדתי את לבו ואת לב עבדיו. צום ערשטן מאל טרעפן מיר אז הקב"ה האט אויכעט שווער געמאכט און פארהארטעוועט די הארץ פון די קנעכט.
אבער לפלא אפאר פסוקים שפעטער טרעף מיר ווי פרעה האט זיך גע'עקשנ'ט נישט ארויסצושיקן די אידן, און זיינע קנעכט האבן אנהויבן זיך דינגען מיט אים, ויאמרו עבדי פרעה אליו עד מתי יהי' זה לנו למוקש שלח את האנשים וגו' הטרם תדע כי אבדה מצרים, אזוי האבן זיי געלייגט פרעשור אויף אים עד כדי כך אז ער האט שוין מסכים געווען צו פארהאנדלען מיט משה מי ומי ההולכים.
למעשה האבן די קנעכט אויך באקומען א כבדות הלב ווי פרעה אדער נישט?
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:25 pm
דורך געוואלדיג
דאכט זיך מיר אז דעם מלבי"ם זאגט (אדער אן אנדערע מפרש) אז די ערשטע 5 מכות האבן די חרטומים און עבדים שווער געמאכט זיין הארץ אבער פון מכת שחין וואס עס שטייט אז ולא יכלו חרטומי מצרים לעמוד לפני משה זיי האבן שוין נישט געקענט מחזק זיין פרעה נאר פארקערט זיי האבן פראבירט איהם אפרעדן האט השי"ת מכביד געוען נאר לב פרעה אנטקעגן די ווילן פון זינע עבדים
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 5:12 pm
דורך שמעון וואלף
ס'איז ידוע פון שלה"ק צו זאגן נאך שמונה עשרה א פסוק וואס פאנגט זיך אן און ענדיגט זיך מיט די זעלבע אותיות ווי די נאמען. דאס איז א סגולה מ'זאל נישט פארגעסן דעם נאמען ביים יום הדין.
וויל איך פארשטיין פארוואס איז אזוי וויכטיג עס נישט צו פארגעסן?
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 5:15 pm
דורך געוואלדיג
ווען מען קומט אן אויף יענע וועלט פרעגן די מלאכים פון דעם מענטש די ערשטע זאך וואס זיין נאמען איז און אויב האט ער חוטא געווען פארגעסט ער זיין נאמען און ביז ער זאגט זיי נישט זיין נאמען ליידט ער יסורים און נאר דורעך די פסוקים קען ער געדענקען זיין נאמען און פארשפארן די יסורים
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 5:23 pm
דורך מאטי
און פארוואס דארפן די מלאכים מאכן א טעסט, קענען זיי נישט וויסן סתם אזוי צו ער האט חוטא געווען?
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 5:40 pm
דורך געוואלדיג
עס איז נישט קיין טעסט נאר א תוצאה פון נישט קענען די נאמען
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 5:47 pm
דורך שמעקעדיג
הייסט עס אין אנדערע ווערטער, אז מען פראקט אים אומזיסט, ווייל פאר יעדע עבירה גייט ער דאך באזונדער באצאלן, עכ"ז באקומט ער א עקסטערע פארציע בלויז פארן פארגעסן דעם נאמען, אחוץ אויב האט ער געטון דעם טריק/סגולה פון של"ה און געזאגט פסוקים, דאן קען ער זיך ארויסדרייען פון דעם עקסטערע פארציע... פארשטיי איך גוט??..
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 5:52 pm
דורך לית דין בר נש
ניין ער באקומט נישט קיין פארציע פאר נישט קענען די נאמען, אבער ער גייט זיך ארום וואלגערן דוירט אויבן א שטיק צייט ביז מען גייט אים משפט'ן און דאס איז א מוראדיגע צער פאר די נשמה
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 5:55 pm
דורך ברסלבער
א שיינע פשט, איך ווייס נישט פון וועמען.
וויסן דעם נאמען מיינט אז מען זאל וויסן פון זיין חיות צו זאגן. לויט דעם איז שווער ווי אזוי די סגולה וועט העלפן פאר דעם.
ביאור הסגולה
ז] והנה ראיתי ביאור נפלא בס' קוראי שמו, והוא: שחז"ל מסרו לנו שביום הדין נשאל האדם לשמו, משמעות הדבר שמבררים אז האם האדם הוציא לפועל בימי חייו את מהותו היחודית ומילא את תפקידו נאמנה לשמו נברא, וכפי שמתואר בס' חסד לאברהם (מעיין ה' נהר ב'), מתברר לרוב שהאדם שכח את שמו, את מהותו העצמית ולא השלים את חובתו בימי חייו, כתוב שהרשעים באים לבירור החשבונות, שואלים אותם: מי אתה? הצדיקים מכירים את עצמם, ולעומתם יש אנשים במצב של חולשה ובלבול הדעת, שאינם יודעים מימינם ומשמאלם מה שמם, אינם יודעים את הצלם אלוקים שבהם ואת אמתיות הנשמה שבהם, כנגד הסכנה הזאת של שכחת השם יש סגולה של זכירת השם, זכירת שייכותנו לשמנו עלינו לזכור את שמנו, לדעת מי אנחנו ולהכיר את שייכותנו "לברכנו אבינו כולנו כאחד באור פניך" מתוך אחיזה שלא ניתנת להפרד מתורתינו הקדושה ומתוך אחיזתנו ודבקותנו בתוה"ק אנו נעשים גיבורים בתוקף הרוחני של ידיעת עצמנו באמת, ואנו זוכרים את אמיתיותנו ועצמיותנו. עכת"ד
http://www.macabia.co.il/apage/84717.php
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 6:14 pm
דורך שמעון וואלף
געוואלדיג האט געשריבן:ווען מען קומט אן אויף יענע וועלט פרעגן די מלאכים פון דעם מענטש די ערשטע זאך וואס זיין נאמען איז און אויב האט ער חוטא געווען פארגעסט ער זיין נאמען און ביז ער זאגט זיי נישט זיין נאמען ליידט ער יסורים און נאר דורעך די פסוקים קען ער געדענקען זיין נאמען און פארשפארן די יסורים
מקור?
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:14 pm
דורך ירח בן יומו
שטעל דיר נאר פאר אז די שמש קומט צו דיר צו מארגן אינדערפרי ביים ליינען אין ביהמ"ד און פרעגט דיר יעמוד מורנו ר'...
"איך ווייס נישט"
נֶא יעמוד
איך ווייס נישט
נא, ווי רופט מען אייך
ממ...איך ווייס נישט
זענט איר פון קאפ געפאלן?
ממ...איך געדענק באמת נישט
קענט איר זיך פארשטעלן די בזיונות פון אזא מינוט, בפני קהל ועדה, ס'וואלט דאך זיך געוואנטשן אז די ערד זאל זיך אויפמאכן און מ'זאל איינגעשילנגן ווערן.
אזוי האב איך פארשטאנען אלמאל, אז דאס וואס די מלאכים פרעגען און מ'פארגעסט איז אן עונש, און מיט דעם הייבט זיך עס נאר אן.
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:38 pm
דורך מאטי
ווי איך פארשטיי איז די בושות פון דיין משל מיטן שמש בלויז שייך אינעם פאל ווען איך בין דער איינציגער וואס האט פארגעסן.