בלאט 25 פון 37

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 4:47 pm
דורך מנשה לוסטיג
גאנצל האט געשריבן:אה איך זעי שוין א גאנצע צייט אז דו ווייסט בכלל נישט וואס דא טוט זיך (כמנהג סקווירא לומר איך וועיס נישט ) אלנפאלס איך בעט דיך איבער אז דו ווייסט נישט ווייסטו דאך נישט

אוודאי זעט מען ווי דער עולם דא הייבט נישט אן צו וויסן, נישט קיין פרטים און אוודאי נישט די היסטאריע און ווייטערע באהאנדלונגען.
אבער דאס וואס איר רינגעלט איין בדרך אגב, (כמנהג סקווירא לומר איך וועיס נישט ) דאס איז נישט ממש א מנהג, און נישט ממש אנגעהויבן אין סקווער, סאיז א חז''ל אין מס' ברכות דף ד. דאמר מר, למד לשונך לומר איני יודע

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 5:01 pm
דורך געוואלדיג
מנשה, איז ער געווען א מסור פאר די שריפה?, א פורש מן הציבור איז אין חרם, א מקור ביטע, א מבזה ת"ח מעג מען הרג'ענען, א מקור ביטע, א דאנק.

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 5:10 pm
דורך כוכב
מנשה, לו יהא כדבריך, פארוואס האט דער רבי אליין פארדאמט דעם אקט? דער בחור האט דאך גוט געטון?!
וויי פאר'ן טאג וואס דער בחור וועט זיך כאפן אויף וועלכן מזבח ער האט מקריב געווען עטליכע פון זיינע שענסטע יארן. איך וויל נישט זען די נאכפאלגן.
נעבעך פאר דעם בחור, און נעבעך אויף מנשה. ווי קומט צו א מענטש אזעלכע פארקרומטע דעות ווי מ'ליינט זיך דא אן אין דער אשכול, דאס איז א טראגעדיע פאר זיך.

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 5:29 pm
דורך מנשה לוסטיג
מסירת אינפורמציה לשלטונות, לגרום לו למאסר, נקרא "מסור"
מסור אפילו בלא התראה פסול לעדות ולשבועה (הריב"ש סי' תע"ג).

תני רבי אבהו קמיה דר' יוחנן:
הגויים ורועי בהמה דקה לא מעלין ולא מורידין,
אבל המינין והמסורות וכו' מורידין (לבור) ולא מעלין וכו' (ע"ז כ"ו.).
כי לדעתם הוא חייב מיתה.

המוסרים היו עוכרי ישראל והרעו להם יותר מהגויים, ולכן התירו את דמם כמו שהתירו דם הרודף אחר חברו להרגו, מטעם הבא להרגך השכם להרגו. מסור אחד מסוגל להרוג כמה אלפים נפשות מבני ישראל, או לגרום לעונשם בייסורים ולפגוע בממונם.
הרמב"ם פוסק (הל' חובל פ"ח):
שהיו צריכים להזהירו מקודם בהתראה קלה: "השמר ולא תמסור". ואם העיז פניו מותר להרגו. ומעשים בכל יום שהיו מוסרים המוסרים בארצות המערב (מורוקא) לידי גויים להריגה (שם).
האומר למסור את חברו. וקדם הוא והלשינו. הדין עמו (משפטי שמואל סי' צ"ד).
עונש המוסרים בספרד
המלשינות התפשטה מאד בארצות ספרד ופורטוגאל בעת ששררה שם ממלכת הכמרים, לכן הורו הרבנים להתיר דמם, ולענשם במיתות משונות כדי רשעתם.

ר' יוסף מיגאש ציווה לסקול מסור אחד ביוה"כ שחל בשבת לפני נעילה (ר"י אשרי, זכרון יהודה נ"ה:).

הריבי"ש מעיד כי מאז הדורות הראשונים ועד זמנו היו מתירים להרוג המוסרים בקהילות ספרד (רשב"א).

גם השלטונות נתנו רשות לבית הדין היהודי לדון דיני נפשות למלשינים (שו"ת הרא"ש כלל י"ג א').

בקהלת טולדו תקנו להחרים את המוסרים בבתי כנסיות, ולענוש עונש מיתה ואין צריכים לכך הסכמת המלך.

בפולין דנו את המוסרים באכזריות: חתכו את לשונם ואזניהם,

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 5:35 pm
דורך רויטע וואנצעס
לֹא תִרְצָח (שמות כ, יב)

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 5:42 pm
דורך שמעקעדיג
איך גיי מיך נישט אריינמישן על ריב לא לי, כדברך. אבער א ווארט נאר צום צושטעל פון אמאליגע מוסרים וועלכע זענען געווען די אפפאל פון כלל ישראל אןן געזוכט צו פייניגן זייערע אייגענע אמאליגע ברודער, זיי זענען טאקע געווען אמת'ע רשעים און חייב מיתה, אבער אויב איינער מסר'ט בלויז כדי להציל את עצמו איז גאר אן אנדערע מעשה און דער דין איז אויך אנדערש,

ביי קריעת ים סוף האט דער מקטרג אויך גע'טענה'ט הללו והללו עוע"ז, האט אים הקב"ה געגעבן א בייזן בליק, שמא אתה דן שוגג כמזיד, אונס כרצון... עכ"פ אם יש דעת דאן פארשטייט מען דעם נפק"מ, אבער אם אין דעת הבדלה מנין.

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 5:43 pm
דורך שמעון וואלף
ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן מיט מנשה ווייל דו פרעגסט אים עפעס ענטפערט ער א צווייטע זאך אינגאנצן. ער אליין מיינט נישט ערענסט וואס ער שרייבט נאר זיכט אנצידרייען דעם עולם.

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 5:45 pm
דורך מנשה לוסטיג
לֹא תִשָּׂא שֵׁמַע שָׁוְא (שמות כג, א)

לֹא תֵלֵךְ רָכִיל בְּעַמֶּיךָ (ויקרא יט, טז)

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 6:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז מורא'דיג צו ליינען פון מנשה. ס'גיט א קלארען בליק אויף די עמהארצות פון סקווער וכו'. ער האט שוין געשריבען וועגען דער פסק ב''ד איהם צו שחט'ען. הייסט'ס דער דיין איז אויפגעקומען מיט אט די נערישקייטען. און ר' חיים אהרן איז נאך מבזה תלמידי חכמים?! א פאק חצי שיעור עם הארצים וליתר שאת עי' בכתביהם על כל מקצועות התורה. און דאס איז נאך די גרעסטע ת''ח דארט!

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 6:49 pm
דורך [NAMELESS]
מנשה קודם אן אימראוומענט עס איז דיר פריש געלונגען צו נעמען אלע חברי השטיבל פון כעלעמער ביז באדאפעסטער אויף א צירקוס שפיל אז עס גייט א רויעך (אן פייער פארשטייט זיך... עכ"פ פאר דערווייל .. אויף שפעטער קען מען נישט וויסן ..)
וויסן זאלסטו אז איך האב אסאך אינפארמאציע איבער דעם פרשה (און אזוי אויך אנדערע היסטוריה פרשיות נאך פאר די ביסט געווען אין די וואונדלען תשל"ח . איך מיין די ביסט נאך אלץ אין די ווינדלען ... אבער שוין) אבער איך גיי נישט אלעס אראפ שרייבן.
און יעצט מיין קשיא צו דיר איז אזוי. וועלכע דעת תורה האט מתיר געווען די בלוט פון אים און זיין משפחה ביי דעם ספעציפישן פאל ???
* אמת אז ער האט פראבירט מיט אלע כוחות אנצוזייען כאאס און אנצודרייען א מרידה ביי יענעם אינדערהיים וואס איז א שרעקליכע חוצפה מצדו.
* אמת אז ער איז א פוסטע ליידיגגייער (פאר די וואס קענען אים ) אין ער האט מקריב געווען זיינע טעכטער פאר זיינע נארישע אינטערעסן.
* אמת אז אין צענדליגער מקומות אינדערהיים וואלט זיך אזא מעשה געענדיגט בערך אזוי.
* אמת אז א שיינע פאר ניקים דא רעדן צום טאכטער און מיינען די שנור. (ווייל איך זע נישט אז זיי זאלן ברויזן אזוי נאך אלע אנדערע (אומ)געלונגענע רציחות ליידער. און אפשר מיט דעם ווילן זיי זיך מוחל זיין אייגענע עבירות פון די קרית יואל'ער ישיבה יארן.
* אמת אז זייער שטארק מעגליך עס ווואלט זיך נישט אנגעצונדן א פארטש וואס איז קאנעקטעט מיט א דינעם שטריק פון צוויי הייזער ווייט.
* אמת אז דער רבי ווייסט גאר גוט וואס טוט זיך בכל קצווי תבל פון שיעורי תורה און רבנים וקהילות ביז ריעל עסטעיטס און סטאקס אבער ביי זיך אין בעק יארד ווייסט ער נאר וואס די יוצאי משרתיו ואשר משרתיו יד ימינים ורגל השמאלניים פיטערן אים (המיטינג בסוד בדיוק השנה קודם לכן עקב הנושרים ווען ער האט געשריגן על הדינים וראשי קהילה היתכן מען פיטערט אים מיט ליגיונות )

דאס אלעס אבער איז נישט קיין שום תירוץ היתכן די דיינים מיט די ראשי קהילה וגם (לרבות) ממשפחי המלוכה וואס האבן יא געוויסט וואס דא גייט פאר און זיי האבן געשוויגן פון אנפאנג שוין . ביים פראטעסט צוויי יאר פארדעם האבן זיי זיך נישט געלאזט הערן קיין פיפס ! און אז דער מנהל הישיבה גדולה ר' מאיר פאכטמאן האט יא געשטורעמט דערקעגן האט מען אים נישט געשאנקען קיין צו צעפרידענע בליקן שיין גערעדט ! און אז אביגדור אסטרייכער האט געשטורעמט רבותי עס גייט זיין ביטערע נאכפאלגן האט מען אים פארשוויגן !

והשאלות המיליון במקומה עומדת וועלכע דעת תורה האט מתיר געווען זיין און זיין משפחה'ס בלוט ???
אז די ווייסט נישט קענסטו גיין אנפרעגן ביים אייגן געקרוינטע דיין פון די טעראריסטן יי"ג ...

מנשה א פערזענליכע טובה הער אויף מיט דיינע אטאקעס אויף סקווירא !
הרה"ק מסקווירא זינקט איין פאר בושה ווי די הערסט נישט אויף מבזה זיין זיין שטעטל וואס ער האט געבויט און אוועק געגעבן זיין אינגען לעבן דערפאר ,

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 7:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נאר איין הערה'לע. וואס איז דער נ''מ וואס וואלט געשעהן אינדערהיים? אז מ'טאר נישט, אז ער איז נישט דער מוסר פון די תורה (ווייל יענער מסירה מיינט מיט א חשש מיתה, כמובן לכל מי שיש לו מוח בקדקדו) איז דאס פולקאמער רציחה.
מנשה האלט אין איין סטראשען אונז צו זאגען וואס און ווען, אבער למעשה אפילו זיין דמיון האט נישט אפירגעברענגט קיין איין מעשה וואס קען צולאזען אזא פסק.

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 7:15 pm
דורך לעיקוואד
אילו לא ניתנה חופש הדיבור בקאווע שטיבל אלא שנוכל לשמוע מפי מנשה את דעת סקווירא האמיתית דיינו.

נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 10:04 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך בין נישט דעת סקווירא, איך בין איך אליינס, דער וואס האט נישט די טיפשות'דיגע דאגה, אז מ'וועט וויסן אז ער שרייבט דא.
איזהו חכם הרואה את הנולד, יעדער קען מאכן א טעות, אבער דערווייל ווי גרויס א טעות זאל זיין, - אויב ס'איז בכלל א טעות - איז עס דאך נישט אזא פאטאלע טעות, דעם שטייגער וויאזוי מ'באהאנדעלט מצבים ביי אונז, און ס'דערווייל יצא הפסדו בשכרו, סקווירא איז היבש צעפרידן וויאזוי זאכן האבן זיך אנטוויקעלט.

נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 10:10 pm
דורך [NAMELESS]
איינער ווייסט צו פארבס האט א ליסטע פון די וועלטס גרעסטע פאנאטיקער?

נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 10:12 pm
דורך אפטעמיסט
אבי מ'בארעדט אייסיס... נישט דא ווער זאל לאכן.

נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 10:52 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך הער אז הקדוש שאולי שפיצער ני''ו, מאכט טאקע א גרויסע קידוש השם אין טורמע, און לערנט שעות אויף שעות, שרייבט חידושי תורה, און האלט קאנטאקט מיט אלע אקטיוויטעטן וואס גייט פאר אינערהאלב דעם הייליגן הויף, און איז א חידוש ביי די טורמע פאליציאנטן, אלץ א גאר נאבעלע און קלוגע ארעסטאנט, וואס שוין עטליכע יאר, האט ער אפילו קיין איין מינדעסטע פראבלעם נישט געמאכט דארט.
און זיין שמייכל געבט לעבהאפט פאר אלע ארומיגע.
דאס איז נאר בכח וואס ער האט איינגעזאפט אלע יארן אין זיך, וואס העלפט א חסיד אין אלע אומשטענדן, זיך צו האלטן פעלזן פעסט אין מיטן הייליגן תורה.

נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 10:57 pm
דורך איך אויך
סאו זאגסטו אז מען דארף גאר אהינשיקן נאך סקעווערערס צו די ווינדערליכע אינסטוציע?

נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:04 pm
דורך מנשה לוסטיג
און מצד שני, די גוטע אפעקט פונעם קלינ'אפ אין שטעטל איז זייער זעעבאר, אז צוביסלעך ווערט מען פטור פון אומגעוואונטשענע קרעץ, ווי דער פריערדע רבי הקדוש יעקב זצוק''ל האט געזאגט ביים בויען, מיין שטעטל איז ווי תיבת נח, ווער ס'וועט ניט דא באלאנגען וועט עס אויסשפייען בעל כרחו.

נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:04 pm
דורך אפטעמיסט
היסטאריע וועט פלאקערן אין פנים פאר די סקווערער חסידים אין הונדערט יאר ארום וועלכע וועלן פרובירן שרייען אז סקווירא האט נישט געשטיצט די רציחה און נישט glorified די מארד-פרואוו. געלויבט גאט אז מ'קען נישט פארמעקן תגובות אין ק"ש נאך אפאר טעג אזוי אז די גרויליגע, הימל-שרייענדע קאמאנטארן פון מנשה לוסטיג וועלן פאראייביגט ווערן דא לדראון ולחרפת עולם.

נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:14 pm
דורך שטילע אינגערמאן
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך הער אז הקדוש שאולי שפיצער ני''ו, מאכט טאקע א גרויסע קידוש השם אין טורמע, און לערנט שעות אויף שעות, שרייבט חידושי תורה,.

יעצט ווייס איך שוין וואס מיינט הקדוש ווען די שרייבסט עס אויף דיין רבי,
ווי איז די בחור געווארן א קדוש? די ווייסט וואס מיינט קדוש? איינער וואס ווינט ביי כתר הייסט קדוש?
דיין שרייבען דא מאכט מיר בויך וויי, כשעם זיך ביסט בכלל א איד

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 2:03 am
דורך מבקר
מנשה לוסטיג האט געשריבן:דאס איז נאר בכח וואס ער האט איינגעזאפט אלע יארן אין זיך, וואס העלפט א חסיד אין אלע אומשטענדן, זיך צו האלטן פעלזן פעסט אין מיטן הייליגן תורה.

די אמת איז אז ער ניצט די מעטאד פון innate health און דאס איז וואס גיבט אים די עיקר כח ווייטער אנציגיין

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 2:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס פאסירט ווען ער דארף לערנען צו שרייבען א וויכטיגע חידוש, נאר אין הויף פאסירט עפעס וויכטיג? מי נדחה מפני מי? די אלע געוואלדיגע מצוות וואס ער טוט דארט, וואס די בא'אמטע האבען אין זייער לעבען נישט געזען, ווי א מענטש האלט מיט די נישטיגע פאסירונגען אין עפעס א פארם אין אפסטעי"ט איז טאקע צו באוואונדערען.
און דער קדוש יעקב (ווען האט מען געדרוקט דער ספר? ווי קען מען עס לערנען?) איז טאקע אויטך שולדיגט פאר דעם וואס מ'דארף אויסשפייען בכח יעדער וואס פאסט נישט אריין אין דער בלאטע? אדער איז דאס סתם אויסגעזויגען פון (מיטעלסטע?) פינגער?

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 3:57 pm
דורך מנשה לוסטיג
ס'קומט א סורפרייז, וואס וועט דערפרייען די אנשי צורה און פארביטערן די אנשי חומר.
סטעי טונד!