בלאט 25 פון 28
נשלח: פרייטאג אקטאבער 08, 2021 6:22 am
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:(וואס ער האט געטון צו די גופים עמיר נישט רעדן)
איך קען דעם איד, דאס איז אלעס אינערליכע פאמיליע פאליטיק און נחום'ס מעשיות, נישט אלס דארף מען גלייבן.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 08, 2021 7:44 am
דורך berlbalaguleh
מאך זיכער: ייש"כ. איך בין מסכים מיט דיר. נאר איך האב געהערט די מעשה/יות פון אנדערע מקורות.
דאס אז נחום איז א דעמאגאג און מ'קען זאגן אפילו א רשע. האביך מיך איבערצייגט ווען ער האט געזאגט אדער געשריבן אויף א גרויסן צדיק אמת וואס איז שוין אויפ'ן עולם האמת זייער א מיאוס'ן אויסדרוק פון ניבול פה. אמת. אויף די היינטיגע הנהגה אין דעם חצר הקודש איז דא א סאך צו קריטיקירן. אבער דער טאאטע איז זיכער געווען א צדיק אמת.
את חטאי אני מזכיר. איך פלעג א סאך הערן און ליינען זיינע בלאגס. אין אנהייב האביך געמיינט אז ער מיינט ארויסצוזאגן דעם אמת בלי פחד. אבער איך האב מיך איבערצייגט אז ער איז נישט מער ווי א שלעכטער מענטש (ס'איז דא נאך אן הגדרה אויף איהם. איך קען עס אבער נישט ארויסברענגען זייער קלאר..) וועלכער זוכט נאר סענזאציעס, לשון הרע און רכילות ביי א צווייטן. אפשר כדי צו פארדעקן זיינע אייגענע חרפות. פון וואס מ'קען עכט רעדן באריכות. ואכמ"ל.
נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 11:10 pm
דורך היכי דמי
נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:25 am
דורך [NAMELESS]
די הספד פון האדמו״ר מניקלשבורג שליט״א אויף זיין זון להבל״ח ר׳ ברוך יודא ע״ה. אויב עמיצער קען צוברענגען.
נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:39 am
דורך [NAMELESS]
https://twitter.com/moshe_nayes/status/ ... jFOkQ&s=19מאך זיכער האט געשריבן:די הספד פון האדמו״ר מניקלשבורג שליט״א אויף זיין זון להבל״ח ר׳ ברוך יודא ע״ה. אויב עמיצער קען צוברענגען.
נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 5:31 pm
דורך קידוש
דעם פרייטאג נאכמיטאג האבעך שפאצירט אויפן גאס, און געזעהן ווי א אידיש אינגעלע- בערך 12-15 חדשים אלט- ווערט באגלייט דורך א שטאטישע נורס ( ס'דא א געוויסע פראגראם וואס שטעלט עס צו), און דער ערלית שטייט און שפילט זיך מיט'ן סמארטפאון בו בזמן וואס דער אינגעלע וויינט בכיות נוראות.
די מעשה איז געווען.... אז עפעס איז איר אריין אין קאפ אז זי ברויך אויסלערנען דאס קינד וויאזוי צו וואקן, האט זי גענומען דעם קערידזש און געשטעלט אין פראנט פונעם קינד, אזוי, אז דאס קינד זאל וועלן צולויפן דערצו און אזוי וועט ער זיך אויסלערנען צו שטעלן טריט... עכ''פ... אינדערצווישן איז יענער שחורה פארנומען געווארן מיט'ן סמארטפאון, און אינגאנצן פארגעסן פונעם קינד.... אבער אזויפיל האט זי יא געדענקט, אז יעדעס מאל דאס קינד האט כמעט דערגרייכט דעם קערידזש, האט זי געגעבן א רוק אוועק דעם קערידזש פון די קליינע הענטעלעך וואס האבן זיך שוין אט אט געגרייט פאר אביסעלע מנוחה... אמער... זי מוז דאך איהם אויסלערנען וואקן....
און אזוי איז דער קליין אינגעלע געשטאנען און געוויינט בכיות נוראות, און עטליכע מאל איז ער אפי' אנידערגעפאלן אויף דער ערד נישט קענענדיג סובל זיין צו וואקן אזעלכע לאנגע שטרעקע'ס.... אבער יענע ערלית איז געשטאנען ווייטער און זיך מתענג געווען מיט'ן סמארטפאון.
דאס הארץ איז מיר ממש צוגאנגען.
נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 7:17 pm
דורך קלוגע יודל
קידוש האט געשריבן:דעם פרייטאג נאכמיטאג האבעך שפאצירט אויפן גאס, און געזעהן ווי א אידיש אינגעלע- בערך 12-15 חדשים אלט- ווערט באגלייט דורך א שטאטישע נורס ( ס'דא א געוויסע פראגראם וואס שטעלט עס צו), און דער ערלית שטייט און שפילט זיך מיט'ן סמארטפאון בו בזמן וואס דער אינגעלע וויינט בכיות נוראות.
די מעשה איז געווען.... אז עפעס איז איר אריין אין קאפ אז זי ברויך אויסלערנען דאס קינד וויאזוי צו וואקן, האט זי גענומען דעם קערידזש און געשטעלט אין פראנט פונעם קינד, אזוי, אז דאס קינד זאל וועלן צולויפן דערצו און אזוי וועט ער זיך אויסלערנען צו שטעלן טריט... עכ''פ... אינדערצווישן איז יענער שחורה פארנומען געווארן מיט'ן סמארטפאון, און אינגאנצן פארגעסן פונעם קינד.... אבער אזויפיל האט זי יא געדענקט, אז יעדעס מאל דאס קינד האט כמעט דערגרייכט דעם קערידזש, האט זי געגעבן א רוק אוועק דעם קערידזש פון די קליינע הענטעלעך וואס האבן זיך שוין אט אט געגרייט פאר אביסעלע מנוחה... אמער... זי מוז דאך איהם אויסלערנען וואקן....
און אזוי איז דער קליין אינגעלע געשטאנען און געוויינט בכיות נוראות, און עטליכע מאל איז ער אפי' אנידערגעפאלן אויף דער ערד נישט קענענדיג סובל זיין צו וואקן אזעלכע לאנגע שטרעקע'ס.... אבער יענע ערלית איז געשטאנען ווייטער און זיך מתענג געווען מיט'ן סמארטפאון.
דאס הארץ איז מיר ממש צוגאנגען.
א ריכטיגע ווייטאג, מיט דעם פרט זענען די רבנים 100 פראמענט גערעכטת די סמארטפון נעמט איבער א מענטש.
מיטגעהאלטן לעצטענס אן הץערוות בעניני טעכנעלאיגיע ביי א געוויסע קהילה, און א גרויס חלק פון די נושא איז נישט געוועהן אז ז א סמארטפון איז טרייף, נאר אז עס נעמט איבער דעם מענטש, און מען געבט נישט נארמאל אטענשען פאר די ווייב און קינדער ועוד ועוד.
(בעצם דארף מען נישט קיין רבנים זאלן דאס מעורר זיין, מען קען עס אליינס בייגעוואיוינען מיט אסאך חברים)
נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:00 pm
דורך קהל'ס נער
קלוגע יודל האט געשריבן:קידוש האט געשריבן:דעם פרייטאג נאכמיטאג האבעך שפאצירט אויפן גאס, און געזעהן ווי א אידיש אינגעלע- בערך 12-15 חדשים אלט- ווערט באגלייט דורך א שטאטישע נורס ( ס'דא א געוויסע פראגראם וואס שטעלט עס צו), און דער ערלית שטייט און שפילט זיך מיט'ן סמארטפאון בו בזמן וואס דער אינגעלע וויינט בכיות נוראות.
די מעשה איז געווען.... אז עפעס איז איר אריין אין קאפ אז זי ברויך אויסלערנען דאס קינד וויאזוי צו וואקן, האט זי גענומען דעם קערידזש און געשטעלט אין פראנט פונעם קינד, אזוי, אז דאס קינד זאל וועלן צולויפן דערצו און אזוי וועט ער זיך אויסלערנען צו שטעלן טריט... עכ''פ... אינדערצווישן איז יענער שחורה פארנומען געווארן מיט'ן סמארטפאון, און אינגאנצן פארגעסן פונעם קינד.... אבער אזויפיל האט זי יא געדענקט, אז יעדעס מאל דאס קינד האט כמעט דערגרייכט דעם קערידזש, האט זי געגעבן א רוק אוועק דעם קערידזש פון די קליינע הענטעלעך וואס האבן זיך שוין אט אט געגרייט פאר אביסעלע מנוחה... אמער... זי מוז דאך איהם אויסלערנען וואקן....
און אזוי איז דער קליין אינגעלע געשטאנען און געוויינט בכיות נוראות, און עטליכע מאל איז ער אפי' אנידערגעפאלן אויף דער ערד נישט קענענדיג סובל זיין צו וואקן אזעלכע לאנגע שטרעקע'ס.... אבער יענע ערלית איז געשטאנען ווייטער און זיך מתענג געווען מיט'ן סמארטפאון.
דאס הארץ איז מיר ממש צוגאנגען.
א ריכטיגע ווייטאג, מיט דעם פרט זענען די רבנים 100 פראמענט גערעכטת די סמארטפון נעמט איבער א מענטש.
מיטגעהאלטן לעצטענס אן הץערוות בעניני טעכנעלאיגיע ביי א געוויסע קהילה, און א גרויס חלק פון די נושא איז נישט געוועהן אז ז א סמארטפון איז טרייף, נאר אז עס נעמט איבער דעם מענטש, און מען געבט נישט נארמאל אטענשען פאר די ווייב און קינדער ועוד ועוד.
(בעצם דארף מען נישט קיין רבנים זאלן דאס מעורר זיין, מען קען עס אליינס בייגעוואיוינען מיט אסאך חברים)
אויב זייער פראבלעים איז נאר אז ס'נעמט איבער די מענטש און ס'מאכט שלום בית פראבלעימען (וואס איז טיילווייז ריכטיג),
פארוואס דארף מען חרוב מאכן א מענטש און עים רודפן און ארויסווארפן זיינע קינדער פון מוסדות פארדעים, איז ער נישט קיין מענטש!! האט ער נישט קיין שלום בית!! אז מה?!
פארוואס מאכן זיי נישט סאך א פשוטערע תקנה, אז ווער ס'איז נישט קיין מענטש, אדער ער האט נישט קיין שלום בית, פליט פון מוסדות.
די תירוץ פארשטייט יעדער אליין אז ס'איז סתם א אמתלה, מ'זיכט סתם צי פייניגען די מענטשהייט אין נאמען פון אללא, און נישט צילאזן די עולם זיך עפענען די קאפ, ווייל אויב יא קען מען ווידערשפעיניגן אינעם "רעבישע קעניגרייך", (פינקט ווי צפון קוריאה).
#דער_עולם_איז_נישט_משוגע
נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:07 pm
דורך berlbalaguleh
קלוגע יידל:ס'איז נישט דוקא דער סמארטפאון.נאר יעצט איז אין סטייל צו האקן אויפ'ן סמארטפאון. א יעדע זאך צו וואס א מענטש איז אדיקטעד נעמט איהם איבער.
איך בין געווען אמאל ביי א דענטיסט. וואס איך האב אים געניצט צוליעב די שפעטע שעות און וויקענדס וואס ער האט געארבעט. ביניך געווען ביי איהם אמאל אין א זונטאג. ווען ס'איז געווען א פוטבאלל געים. האט ער געהאט א טי.ווי. סעט נעקסט צום דענטיסט טשעיר. מיט איין אויג האט ער געקוקט אין מיין מויל. און געארבעט צו פאררעכטן מיינע לעכעריגע ציין. און בין שטעך ל'שטעך. און בין דרילל ל'דרילל האט ער מיטגעהאלטן דעם געים. ס'איז טאקע א וואונדער אז ער האט נישט געלייגט בטעות די נידל אין מיין נאז אריין שטאטס די לעכעריגע ציין.
נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 9:04 pm
דורך berlbalaguleh
מ'האט עס שוין געברענגט דא אין דעם אשכול. נאר איך האבמיך דערמאנט ווייל איך האב פונקט געזעהן דעם קליפ פון דעם (תימנ'ער) יונגל וואס האט (ל"ע) געהאט יענע מעשה. און ער איז (ב"ה) אויסגעהיילט געווארן. און לכבוד זיין בר מצוה פארשטייצעך אז מ'האט געמאכט א גרויסע פייערונג. אויך האט ער געזינגען דעם הארציגן ניגון/שיר...."אלוקים, נתת לי חיי, נתת לי הכול"... ס'איז מיר געקומען טרערן אין די אויגן ווען איך האב געזעהן ווי זיין מאמע און באבע האבן איהם ארומגענימען און געפריידט זיך מיט איהם נאכ'ן ענדיגן זינגען...! ה' יאריך ימיו ושנותיו...!
נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 10:44 pm
דורך שמן למאור
כ'האב פריער געשניטן א צוויבל,
עס האט מיר געברענגט טרערן...

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 2:14 am
דורך berlbalaguleh
עצי שיטים: ברוך שכיוונת. דו האסט צוגעטראפן צו דעם פאטענט וואס א וויכטיגער מנהיג בישראל האט געטון. הרב אריה דרעי האט פארציילט אז אין זיינע יונגערע יארן ווען ער האט געדארפט ארויסווייזן התעוררות און טרערן, האט ער געשניטן א צוויבל. דאס האט איהם געברענגט טרערן אין די אויגן. און וואוטס אין כנסת...!
נשלח: מוצ"ש פעברואר 19, 2022 11:20 pm
דורך צקון לחש
עצי שטים האט געשריבן:כ'האב פריער געשניטן א צוויבל,
עס האט מיר געברענגט טרערן...

viewtopic.php?p=127081#p127081
נשלח: דינסטאג פעברואר 22, 2022 12:11 pm
דורך קידוש
צ/ק
ווי א עלטערע אינגערמאן א טאטע פון אפאר קינדער, א יתום פון זיין טאטע, וואס איז ל"ע ג'גט, שפאצירט אהיים נאך מעריב צו זיין מאמע'ס הויז מיט אן איינגעבוינגענעם ריקן, און מיט א שטיקל מויל אין זיין שיך, מיט די אויגן ארויף צום הימל כאילו ער ווייסט נישט פארוואס ער איז דא, און ביני לביני נעמט ער ארויס זיין פליפ-פאון און קוקט אויב איינער האט איהם בכלל געזוכט אדער געקאלט, זעהנ'דיג אז סאיז גארנישט דא קיין נייעס, נעמט ער ארויס זיין לעקטריק צוגרעטל, גיבט א ציה אריין, -גלייך נעמט ער זיך היסען, ..דעס איז איהם אויכעט נישט באשערט
נשלח: דינסטאג פעברואר 22, 2022 12:59 pm
דורך איך אויך
סאו רוף/טעקסט עם דו.
נשלח: דינסטאג פעברואר 22, 2022 1:09 pm
דורך [NAMELESS]
קידוש האט געשריבן:צ/ק
ווי א עלטערע אינגערמאן א טאטע פון אפאר קינדער, א יתום פון זיין טאטע, וואס איז ל"ע ג'גט, שפאצירט אהיים נאך מעריב צו זיין מאמע'ס הויז מיט אן איינגעבוינגענעם ריקן, און מיט א שטיקל מויל אין זיין שיך, מיט די אויגן ארויף צום הימל כאילו ער ווייסט נישט פארוואס ער איז דא, און ביני לביני נעמט ער ארויס זיין פליפ-פאון און קוקט אויב איינער האט איהם בכלל געזוכט אדער געקאלט, זעהנ'דיג אז סאיז גארנישט דא קיין נייעס, נעמט ער ארויס זיין לעקטריק צוגרעטל, גיבט א ציה אריין, -גלייך נעמט ער זיך היסען, ..דעס איז איהם אויכעט נישט באשערט
האסט אראפגעלייגט די סיטואציע ווי א פאכמאן, איך זעה אזויפיל פון דעם סארט ליידער. זייער פיינפול צוצוקוקן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 23, 2022 8:13 pm
דורך berlbalaguleh
יהורם: ס'איז דא פארשידענע מיני כאראקטערס און מענטשן אויף די וועלט. איך קען איינעם. אן עלטערן יונגערמאן (אין די הויכע 40'ער יארן). וואס ער איז אייביג געגאנגען איינגעבויגן. אן א שמייכל אויף זיינע ליפן. איין טאג זאגט ער מיר אז ער האט זיך גע'גט. זייט דאמאלס (שוין אריבער א יאר.) האט ער אויפגעלעבט. אייביג מיט א שמייכל. ער האט אויך צוגענימען וואג...!
נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2022 7:32 am
דורך הוגה
[justify]כ'האב נעכטן געוואטשט און געהערט דעם קליפ דריי מאל, און דריי מאל האב איך געלאזט פאלן אפאר טרערן.
דאס איז א masterpiece פון ארט. סיי די מעלאדיע סיי די ווערטער און סיי די visual production. דער זינגער'ס שטימע איז פערפעקט פאר דער ניגון. און די מעשה איז עפעס שלא מעלמא הדין. איך גלייב נישט אז א ילוד אשה קען אויפקומען מיט אזא מעשה, דאס קען נאר דער באשעפער אליין.
כהן לוי ישראל - יענקי אויש.[/justify]
נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2022 7:50 am
דורך שאלתיאל
הוגה האט געשריבן:[justify]כ'האב נעכטן געוואטשט און געהערט דעם קליפ דריי מאל, און דריי מאל האב איך געלאזט פאלן אפאר טרערן.
דאס איז א masterpiece פון ארט. סיי די מעלאדיע סיי די ווערטער און סיי די visual production. דער זינגער'ס שטימע איז פערפעקט פאר דער ניגון. און די מעשה איז עפעס שלא מעלמא הדין. איך גלייב נישט אז א ילוד אשה קען אויפקומען מיט אזא מעשה, דאס קען נאר דער באשעפער אליין.
כהן לוי ישראל - יענקי אויש.[/justify]
דער מעשה איז אמת ויציב און האט פאסירט מיט ר' ישעי אונגאר ז"ל, גבאי פון סקווערע רב. מיכאל שניצלער זינגט עס אויף איינע פון זיינע סידיס.
נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2022 9:26 am
דורך כלבאשבוע
An extremely powerful moment as Yahalem Tadasa emotionally recites the Shema Yisrael prayer after seeing his 2 children arrive after 20 years of waiting for them to make aliyah from Ethiopia. He last saw them when they were little kids.
https://twitter.com/eretzisrael/status/ ... CjWyzNit4w
נשלח: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 4:47 am
דורך תוהו ובוהו
ווי באקאנט, איז די ישראל'ישע זינגערין שרית חדד (באקאנט מיט איר
כשהלב בוכה) לעצטנס ארויסגעקומען פונעם קלאזעט אלס לעסביען, נאך יארן פון שמועות און באהעלטעניש צוליב פחד פון איר אודיענץ וואס זענען מיינסטנס טראדיציאנאל געשטימט.
זי האט עס געטון דורך ארויסגעבן א ניגון צוזאמען מיט איר בת-זוג תמר יהלומי: 'אהבה כמו שלנו', וואס אינעם קליפ געט זי אנצודייטן אז זיי זענען צוזאמען.
די ווידיאו איז פון א לעצטיגער קאנצערט וואו זי זינגט דעם ניגון צוזאמען מיט איר בת-זוג וואס שפילט דערביי; די דערלייכטערונג און ליבע שפירט זיך פון יעדער סטרונע.
זהירות: קול אשת אשה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:32 am
דורך צקון לחש
תוהו ובוהו האט געשריבן:זהירות: קול אשת אשה

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:03 am
דורך berlbalaguleh
ס'ברענגט לכאורה אויף א שאלה. אויב ביי א נארמאלע פרוי גייט אן דער איסור פון קול באשה (ערוה). צי ס'גייט אויך אן ביי אן אשת אישה. א לעסביען, ל"ע, רח"ל, דער אייבישטער זאלל אונז אפהיטן.
מ'דארף פרעגן ביי אונזער רעזידענט פילאזאף און פוסק הרב מי אני וואס די הלכה איז. ער'ט דיר ברענגען 20 פארשידענע קוואוטס פון א יעדן דייטשן (אידישן און נישט אידישן און געשמד'טן) פילאזאף איבער דעים נושא. אויך וועט ער ברענגען א יעדן פארווארפענעם שטיקל רמ"א און אנדערע נושאי כלים פון אבהע"ז הילכות---!
אבער ערנסט גערעדט. דער סאנג..."כשהלב בוכה"... איז מיט עטליכע יאר צוריק געזינגען געווארן דורך א תימנ'ער יונגל וועלכער האט (ל"ע) געהאט יענע מעשה און ער האטציך (ב"ה) ארויסגעדרייט דערפון. ביי זיין בר מצוה. און זיין מאמע, באבע און אנדערע קרובים זענען זיך פארגאנגען אין טרערן (של שמחה). אט דאס האט מיר געברענגט טרערן אין די אויגן...!