בלאט 25 פון 43
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 12:57 am
דורך שמעקעדיג
א שיין צעטל דאס. וועלכע ווארט שטייט אונטן נאך פרי חיים?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 6:56 am
דורך איך אויך
אלא מאי מוז זיין אז עס איז א קאוד פון אונזער אמאליגע שטילע.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:11 pm
דורך נעגעל וואסער
די חכמי לאנדאן וואס זענען נארמאל היפש אינטערשטעליג, זענען זיי אבער די מערסטע פארגעשריטן ווען ס'קומט צו איסורים אויף די "טעכענאלאגיא"..
נישט צו לאנג צוריק איז איינעם בייגעפאלן צו מאכן א תקנה, אז מ'טאר נישט ארויס נעמען קיין סמארטפאון אין ביהמ"ד, מיט די טענה אז ס'נאר פאר פרנסה, און דער ביהמ"ד איז נישט קיין אפיס. איי די פאון ניצט מען צו רעדן, טעקסטן און אהן א שיעור נאן ביזנעס רילעיטעד עניינים, דאס האבן זיי נישט געטראכט. בכל אופן, די תקנה איז געווען זייער סוקסעספול און ס'האט זיך אריבער געכאפט צו אנדערע חסידות'ן אין קהילות, און דאס איז היינט די סטענדערד, ב"ה..
יעצט איז מען דא מיט א פרישע תקנה! נישט ארויס נעמען די פאון אויפן גאס! אויב וויסט טשעקן דיין אימעיל אויפן גאס, זיי מוחל גיי זיך אפיר דעם נעקסטען פאבליק טוילעט, און באהאלט דיך דארט אינעווייניג.
דאס פרישע תקנה וועט אי"ה נתקבל ווערן בקרוב בקרב כלל ישראל במלוא תקפו. נעקסטע מאל כ'זעה דיר וואקן אויפן גאס מיט דיין סמארטפאון, און פלוצלינג פילסטע א שטיין אויפן רוקן, זיי וויסן אז ס'קומט זיך דיר. הפורץ גדר ישכנו נחש.
משנכנס אדר מרבים בשמחה.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:35 pm
דורך וואלווי
אויב זייער היתר מיט א פילטער איז נישט שטארק גענוג נאר בצנעא דעמאלטס איי געס זייער הכשרים קען מען אויך נאר עסן בצנעא צוזאמען מיט טריפה'נען OU ואביזרייהו..
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 8:47 am
דורך ווייל אזוי
אין לאנדאן האט מען געדינגן א גוי זאל שטיין פארנט פון סאטמאר 26 און מעורר זיין דעם ציבור
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 9:21 am
דורך שמעקעדיג
אנבעליוועבל.
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 9:34 am
דורך מפוזרי
נורא ואיום!
ווי קען אפילו אן ארעמער גוי פאלן אזוי נידריג, חביב אדם שנברא בצלם?
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 9:43 am
דורך סאשי פיש
ער ווייסט נישט וואס עס שטייט געשריבן אויף זיין העמד
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 10:02 am
דורך מפוזרי
אבער ער פארשטייט אז פאר א סיבה האט מען אים באצאלט צו שטיין אזוי.
און דער איד? ער ווייסט דאך יא וואס שטייט דארט, ווי קען מען דאס אנטון א מענטש?
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 10:28 am
דורך נעגעל וואסער
פארפאלן.. די לאנדאנע זענען דא די מערסטע פארגעשריטן פלוצלינג..
איינער האט מיר געוויזן א קולא קורא פון אלע רבנים פון דארט, צו מחזק זיין די תקנה פון הרב פדווא, נישט ארויס צו נעמען די סמארטפאון ברבים.
אלע רבנים האבן ג'חתמ'ט ווי טאטעלעך אז מ'זאל זעהן צו אנהאלטן די תקנה, און מעורר זיין איינער דעם צווייטן.
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 12:31 pm
דורך נעגעל וואסער
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 1:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך זעה הרבנים שמעון קנאפפלער, דוד גרינהויז, ישראל מאיר גרינברג, זאב פעלדמאן און א"ד דוננער. ווער מאכט פרעשור דארט אז אפילו נישט חסידי'שע חתמ'נען?
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 1:34 pm
דורך [NAMELESS]
אין לונדון זענען די ליטווישע אויך חסידיש
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 1:38 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז דא אפאר חסידישער רבנים וואס איך וואונדער זיך אז זיי האבן געחתמ'עט (לויט וויפיל איך קען זיי), אבער קען זיין אז זיי ווילן נישט מ'זאל זיי בארעדען און ווערן די נער'נים פון שטאט וואס לונדון זענען עקספערטען אין דעם.
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 2:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיין רשימה איז נישט פון חסידישע ליטוואקס. הרב גרינברג האב איך אמאל גוט געקענט. ער איז נישט דער טיפ. הרב דונר, אפשר. הרב גרינהויז איז נעבעך א שבר כלי, און הרב קנאפפלער ווייס איך נישט.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 8:51 pm
דורך נעגעל וואסער
לויט ווי כ'קען אנדערע רבנים, איז עס גרינגער ארויסצושלעפן א חתימה פון א רב, ווי צו שלעפן א האלבן דאלאר פון א פשוטע יוד. מ'גייט מיט א צעטיל, מ'האט אן אגענדע, מ'האט אינזען לשם שמים, וזהו. די רגע די האסט שוין אויפן ליסט די פאר הויפט רבי'ס אדער רבנים, וועלן שוין אלע חתמנ'ן, כדאי שלא לפרוש מן הציבור. ס'איז א געהעריגע ליצנות, און זיי מיינען נישט גארנישט.
כ'דענק נאך, מיט אסאך יארן צוריק, איז איינעם איינגעפאלן צו נעמען חתימות פון רבנים, אז מ'זאל חלילה נישט ארויס נעמען די סעלפאונס פון ביהמ"ד, אפילו נישט בשעתן דאווענען ( דעמאלס איז נאך נישט געווען קיין סמארטפאונס, איז געווען אזעלכע מיני מערכות.. ), אלע רבנים האבן דערויף ג'חתמט ווי וואוילע שעפעלך. ווי שיין איז געווען צו זעהן א גרויס חלק פון די חותמים האבן נישט געפאלגט זייערע אייגענע הוראות. שוין דער נעקסטע צופרי האב איך געזעהן איינע פון די הויפט חותמים דרש'נט הויעך אויפן קול. בקיצור, א רשימה פון רבנים, איז ביי מיר קיין שום באווייז, און קיין שום קשיא, כלם בטלים ומבוטלים מעתה ועד עולם, ס'איז ס"ה א באווייז אויף איין זאך, אז אן עסקן האט געהאט עפעס אן אגענדע, ותו לא מידי.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 10:53 am
דורך [NAMELESS]
משוגע פון מינוט צו מינוט!
C6e4RTxU4AAnCUi.jpeg
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 11:19 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז א ליצנות, ביז צום מתחווי אנשטאט'ס מטחוי.
טאמער נישט, זעט מען אז מ'דארף א סמארטפאון פאר פרנסה, ווייל נאר איין עושר האט נישט קיין סמארטפאון.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 12:11 pm
דורך פרייוויליג
ווייל אזוי האט געשריבן:אין לאנדאן האט מען געדינגן א גוי זאל שטיין פארנט פון סאטמאר 26 און מעורר זיין דעם ציבור
חילול השם.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 2:17 pm
דורך החוקר
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:משוגע פון מינוט צו מינוט!
C6e4RTxU4AAnCUi.jpeg
איך בין שטארק חושד איינער האט געוואלט אנדרייען אז ביי דעם עושר זאל זיין אן אנלויפעניש פון צדקה גייער.
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 2:54 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז געשען אזא אומגעפלאנטע שותפות, די געלט גייער וועלן נישט נעמען געלט פון אן עושר מיט א סמארטפאון, און די עשירים וועלן זיכער מאכן אז די בחורים האבן אויך נאר כשר'ע פאונס. א וואזשנע המצאה!
.
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 3:12 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט אויף 13טע עוועניו
העי, אין וויליאמסבורג זענען זיי נאכנישט געווען?
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 4:23 pm
דורך נעגעל וואסער
"קאלט ווערן איז ביהרג ואל יעבור" החזו"א.
מקור?