בלאט 25 פון 63
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:17 am
דורך נאטרוליסט
עס קוקט אויס ווי דיסאינפארמאציע פון די NYPD פאר א כוונה'דיגע צוועק.
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:17 am
דורך מצטמק ויפה
ביטע זיך האלטן צום ענין אויף וואס דער אשכול איז געמאכט, און נישט פארקריכען מיט ענינים וואס זענען נישט נוגע צום ענין. יישר כח.
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:18 am
דורך shem-tov
טאמבל סאס האט געשריבן:shem-tov האט געשריבן:טאמבול קענסט דיך נישט איינהאלטן פון שיסן דשאוקס. כאלו האסט נישט געוויסט ווער נידערמאן איז.
בד"וו האסט געזעהן ווי ער וויל צורייסן די ריפארטער וואס פרעגט אים זיין נאמן. אזוי ווי די קליינער שוטה די ווייסט נישט ווער איך בין. און דערנאך הייסט ער אים עס נאך ספעלן. דערנאך איז ער געווארן כעסיג
חחח
בשעת ער האט געספעלט זיין נאמען האב איך מיר געוואונדערט צו ער שפירט זיך גוט אז ער קען שוין היינט ספעלן פליסיג זיין נאמען, נישט ווי די ערשטע פאר יאר נאך זיין חתונה.
כ'מיין פארוואס די פיי קיף דארף איך ספעלן מיין נאמען? זוך מיך אויף אין די אנשי שלומינו. פרעג יעדעם אין ראדני. היינט ווייסט שוין אפ' טאמבל סאס מיין נאמען.
העינעס קריים! ער האט זיך לבסוף אויסגעלערנט א ווארט צוויי.
מסתם ווייסט ער ניטאמאל וואסע מיינט
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:19 am
דורך דער (פינטעל) איד
טאמבל קען עפעס נישט אויסלאזן א געלעגנהייט פון אזוי חוזק'ן פון א חסידישע איד
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:23 am
דורך היימישער ליטוואק
איז דער שותף סעם פערלמוטער א פרומע איד?
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:24 am
דורך אפטעמיסט
טאמבל איז טויזענט פראצענט גערעכט (אויסער מיט דעם פרט פונעם ביבער היט). אויב נידערמאן קען נישט קיין ענגליש און קען זיך נישט קאנטראלירן, זאל ער אוועקשטיין פונעם מייק. נעכטן ביים ערשטן קאנפרענס האט ער נאך געזאגט "איי ריפריזענט דע דזואיש קאמיוניטי". זעלבסט דערקלערט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:25 am
דורך מנשה לוסטיג
כ'האב צעלייגט די צדדים אויף קליין געלט.
אויב האט א היימישער א האנט דא, איז דאס ווילדע אויספארשונג קרוב לבושות.
אבער ס'גלייבט זיך נישט אז א היימישער איז א שליח להרוג
ווידער א טענעד, וואלט נישט געמאכט אזא אויסגערעכנטע ארבעט.
ווידער געלט רויבער וואלטן געדארפט וויסן אז סוף גנב לתליה
די טראגעדיע איז נישט רחוק מן השכל, \ אזויווי קלצעקי א שטייגער\ אבער די ווילדע רעספאנט צו די מידיע, צייגט עפעס טא מאטש 'ריבונות'. ווי מיר ווילן וועלן מיר אנקומען.. ווען מיר ווילן איבערדרייען די שטאט פאר יעדע טראגעדיע וועלן מיר עס טון.. ס'גייט עפעס זייער ווילד. נישט אז די מידיע לויפט אונז נאך, נאר מיר וויינען זיך צו זיי, געבט אונז דעם מייק
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:29 am
דורך shem-tov
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איז דער שותף סעם פערלמוטער א פרומע איד?
יא א היימישער חסידישער פון ווילי
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:29 am
דורך טאמבל סאס
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אבער ס'גלייבט זיך נישט אז א היימישער איז א שליח להרוג
ווידער געלט רויבער וואלטן געדארפט וויסן אז סוף גנב לתליה
פרעג איך ענק, ווי קען מען נישט ליב האבן אזעלכע אומשולדיגע רייד?
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:36 am
דורך רויטע וואנצעס
וואס די פאסט טוט ווען זי איז אין א קרייסעס... גרעסערע פון אונז האבן שוין מיט איר מלחמה געהאט און גארנישט.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ePLY_p9kRrA[/youtube]
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:42 am
דורך רויטע וואנצעס
CNN
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=oLHEm9_2RSo[/youtube]
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:53 am
דורך שמעקעדיג
טייל קאמענטס דארט זענען היבש ווייטאגליך און שרעקעדיג.
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:57 am
דורך שטילע אינגערמאן
שמעקעדיג האט געשריבן:טייל קאמענטס דארט זענען היבש ווייטאגליך און שרעקעדיג.
נאך דערצי אז די גראליגע קאמענטס זענען טייל דורך היימישע נעמען, 'בנימין בענע'דיק'ט
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 2:36 am
דורך הדד בן בדד
הילל האט געשריבן:דערווייל קוקט אויס ווי די דזשואיש פרעס האבן אראפגענומען די ארטיקל פון זייער וועבסייט (אפשר טאקע צו פאררעכטן דעם לשון).
פאר די רעקארד, אפילו זיי האבן טאקע געשריבן געמיין, האבן זיי אבער נישט געשריבן אז עס קומט אים א מיתה משונה (זיי האבן זיך אויפגעטון אז זיי האבן אפי' געשריבן "ז"ל" אויף אים, און זיך געדארפט פארענטפערן דערויף), נאר אז נאכדעם וואס ער האט געליטן פון א מיתה משונה דארף מען זען ארויסצונעמען א מוסר השכל דערפון. אבער ווער בעט אים צו געבן מוסר-השכל'עך אויף יענעמ'ס חשבון, איבערהויפט יעצט ווען די בלוט קאכט נאך?
די דשואיש פרעסס זאל מעורר זיין אויף די ענינים ווען מען כאפט בערני מעידאף אדער וויליאם ראפפויגל. מיר האבן אנדערע וועלכע וועלן אונז זאגן מוסר.
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 2:38 am
דורך הדד בן בדד
עיין מה שכתבתי לעיל בענין דשואיש פרעסס.
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 3:02 am
דורך הדד בן בדד
רויטע וואנצעס האט געשריבן:וואס די פאסט טוט ווען זי איז אין א קרייסעס... גרעסערע פון אונז האבן שוין מיט איר מלחמה געהאט און גארנישט.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ePLY_p9kRrA[/youtube]
וואס איך נעם ארויס פון דעם גאנצן שמועס איז, אז דער דרייוו צו געבן שלעכטע רעיטינגס פאר די פאוסט עפפ איז דווקא יא א גוטע זאך, ווייל עפטער אלל ווילן זיי דאך זיך אהערשטעלן אלס א "נייעס" סאורס, און דא האלט זייער רעיטינג ביי 1.7, (ווען די דעילי ניוס שטייט ביי 3.2) איז דאס יא א קלאפ. מיט געלט איז טאקע שווער אים צו קלאפן, ווייל דאס איז אינגאצן נישט קיין אישו דא. אבער דאס איז שוין יא עפעס וואס וועט זיי וויי טון.
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 3:04 am
דורך הדד בן בדד
שמעקעדיג האט געשריבן:טייל קאמענטס דארט זענען היבש ווייטאגליך און שרעקעדיג.
קאממענטס ווי?
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 3:05 am
דורך דער (פינטעל) איד
לכאורה מיינט ער דארט אויף youtube
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 7:43 am
דורך זלמן זאפיר
ווי ס'שיינט זענען די דעקטעקטיוו'ס געקומען צי די מסקנה אז דער שותף ווייסט איבער די פרשה מער ווי וויפיל ער וויל רעדן
אין דעס וואס ער וויל נישט קאפערירן מיט די פאליציי צינדט ביי זיי אן א רויט לעמפעל אז מעגליך זיין נישט רעדן איז ווייל ער האט א האנט דער אין
אדער ווילן זיי זיך שפילן מיט זיינע נערוון אז ער זאל אנהייבן זינגען
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 8:25 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 8:26 am
דורך איחוד פעלד
זלמן זאפיר האט געשריבן:ווי ס'שיינט זענען די דעקטעקטיוו'ס געקומען צי די מסקנה אז דער שותף ווייסט איבער די פרשה מער ווי וויפיל ער וויל רעדן
אין דעס וואס ער וויל נישט קאפערירן מיט די פאליציי צינדט ביי זיי אן א רויט לעמפעל אז מעגליך זיין נישט רעדן איז ווייל ער האט א האנט דער אין
אדער ווילן זיי זיך שפילן מיט זיינע נערוון אז ער זאל אנהייבן זינגען
זיין נישט רעדען איז אדער ווייל הש"י זיי זענען גערעכט, אדער ווייל טאמער רעדט ער יא, וועלען זיי נישט העלפען, און נאר צוהעלפען להיפוך. ווער ווייסט, א שרעקליכע פרשה.
כ'האף נאר דער אלמנה באקומט נישע קיין סטראשעס.
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 8:47 am
דורך יתרו
ווייסט איינער פאקטן איבער ענליכע הריגות פון לאן שארקס אין אמעריקע אינעם לעצטן צענדליק-יאר?
איז דאס א נארמאלע ערשיינוג אדער איז דאס אן אויסנאמס פאל אפילו אינערהאלב די וועלט פון הלוואות און פינאנצן?
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 8:56 am
דורך דעת תורה
איחוד פעלד האט געשריבן:זלמן זאפיר האט געשריבן:ווי ס'שיינט זענען די דעקטעקטיוו'ס געקומען צי די מסקנה אז דער שותף ווייסט איבער די פרשה מער ווי וויפיל ער וויל רעדן
אין דעס וואס ער וויל נישט קאפערירן מיט די פאליציי צינדט ביי זיי אן א רויט לעמפעל אז מעגליך זיין נישט רעדן איז ווייל ער האט א האנט דער אין
אדער ווילן זיי זיך שפילן מיט זיינע נערוון אז ער זאל אנהייבן זינגען
זיין נישט רעדען איז אדער ווייל הש"י זיי זענען גערעכט, אדער ווייל טאמער רעדט ער יא, וועלען זיי נישט העלפען, און נאר צוהעלפען להיפוך. ווער ווייסט, א שרעקליכע פרשה.
כ'האף נאר דער אלמנה באקומט נישע קיין סטראשעס.
כ'האב ערווארטעט אז דו זאלסט אננעמען אז ס'איז זיכער דער שותף, 2 תגובות ארום איז דאס שוין א זאך וואס מען שפעקולירט אין גאנץ וויליאמסבורג, און נעקסטע בלאט שרייבסטו עס שוין מיט א זיכערקייט און דו לייגסט עס צו צו דיין חתימה אז רוצחים באלאנגען אין תפיסה. (דאס איז א פעטטערן וואס כ'האב באמערקט ביי דיר ביי אסאך פלעצער ווען עס קומט צו זיין א נוטר ברית - ברית כרותה לשפתיים). דערווייל קוקט אויס אז דו נעמסט עס נאכנישט אן פאר א פאקט. ב"ה פאר דעם.
נאר אגב, האו אבאוט זיין נישט רעדן איז צוליב די - מילד גערעדט - פארפלאנטערטע פינאנצן, מסתם האט ער זיי געזאגט אז ער וויל איבער רעדן מיט א לאיער יעדע זאך וואס ער זאגט זיי כדי זיך נישט צו סעלף - אינקרימינעיטן.