בלאט 25 פון 50

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 4:53 pm
דורך קאצקע ציקער
דער לאבין האט זיך אריינגעריקט איבעראל, ער האט געשריבן אין די מאמענט און די טריביון אין די וואך און אין די עמי wow

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 7:08 pm
דורך [NAMELESS]
און קינדליין האט געהאט א אינטערוויא מיט אים

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 11:47 pm
דורך קאסטנער
ראשעקאל האט געשריבן:און קינדליין האט געהאט א אינטערוויא מיט אים


אטש.. פאר קינדער?!

איך האב פריער געזען ווי מען שמירט די קלעב אויף די קאנסטראקציע זייטלעך אין וויליפעסט...

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 12:31 pm
דורך [NAMELESS]
אינטערסאנטע ווידיאו ווי אזוי מאמענט ווערט געפרינט
https://vimeo.com/125059934

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 3:49 pm
דורך טאביק
איך בין זייער קארג מיט אויסגעבן געלט פאר צייטונגען
אפילו טאביק שמעק איך נאר ביי יענעם
פסח האב איך זיך ערלויבט צו קויפן
עס שמעקט גאנץ גוט
אבער עס שמעקט מיר ווי ער שמעקט אסאך טאביק דא אין קאווע שטיבל

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 4:43 pm
דורך געוואלדיג
ראשעקאל ווען דיינע ווידיאוס איז געלייגט דורך טעפלאק קען איך דאס עפענען, א דאנק

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 8:56 am
דורך יצמחפרקני
אפטעמיסט האט געשריבן:די אינטערוויו מיט אברהם פריעדמאן איז א מאסיווער ארטיקל! כ'האב געלייענט מיט דארשט יעדעס ווארט.
(אויסער דעם וואס ס'האט געשמעקט גאנץ היימיש...)


טאקע אזוי!
און אפשר רעדט דארט אברהם אביסל צופיל... נאך אלעם הייסט ער דאך אן ערנסטער מענטש און גוט ארויס אן ערנסטן צייטונג, דאן פארוואס האט ער זיך אזוי צולאזט? עס קוקט אויס ווי א מקוה גרעדעכטס, נישט זאכן וואס פאסט גדרוקט צו ווערן.

אויך זעט מיר אויס אז ער ווערט שוין אביסל אלט, אז ער רעדט אזויפיל צו א עפעס א יונגע פרישע מאגאזין. פארוואס האט איך אים נאך קיינמאל (לפי זכרוני) נישט געהערט אויף קול מבשר צ.ב.ש. אדער אנדערע ערנסטע אויסגאבעס, אדער אפילו ביי מסיבות, כ'שטעל זיך פאר אז מען אים שוין פיל געבעטן צו רעדן.

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 9:41 am
דורך שמעקעדיג
בכלל נישט. כ'האב הנאה געהאט און גענאסן פון יעדן ווארט! גארנישט צולאזט, אדרבה זאג מיר א משל וואס האט נישט געדארפט געדרוקט ווערן?

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 9:48 am
דורך [NAMELESS]
קוקט אויס דער עולם דא קען נישט אברהם פריעדמאן, ער איז דייקא יא די סארט פאליטיקער,

נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 10:57 am
דורך רויטע וואנצעס
כ'האב זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל אבער כ'האב אויך געפילט ווי ער איז צולאזט, הגם ס'איז דעפרישענד צו הערן פון איינעם וואס זאגט עס אזוי ווי עס איז.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 12:25 am
דורך מצטמק ויפה
יואל אשר איז צירוק מיט א פעסקייט, אבער נאך ווי, אראפגעלייגט א הערילכע ארבייט מיטן באשרייבן רב וואזנער. ספעציעל די ארטיקל מיט ר׳ משה שאול קליין שליט״א איז הערליך שיין און אינפארמאטיוו.

אגב ביי די ארטיקל פון הבחור .. סאמעט ז״ל האט נישט אויסגעפעילט די מעשה מיטן באזיכן זיינע נעפיוס איין צופרי, איי מין קאם אן.....

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 12:45 am
דורך berlbalaguleh
עזריאל האט געשריבן:קוקט אויס דער עולם דא קען נישט אברהם פריעדמאן, ער איז דייקא יא די סארט פאליטיקער,

עזריאל: ליינענדיג דעם ארטיקל, און אברהם פריעדמאנ'ס געבאקענע מעשיות קען זיך עמיצן דאכטן אז ער איז דער אדם השלם. א לעבעדיגער מוסר ספר. איך קען איהם אלס א ביסעלע אן אנדער מענטש. א ביסל אראגאנט...שוין. נישט רעדן לשון הרע... :roll:

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 1:53 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 2:33 am
דורך [NAMELESS]
עזריאל האט געשריבן:.

אנטשולדיגט איך האב געמיינט זיין צו נאמען מיט וואס מרופט אים אויפן גאס, גארנישט מיטן שטיבעל דא

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 6:00 pm
דורך אפטעמיסט
די מאמענט זאל זאפארט אויפהערן מעקן בילדער פון "גוים" ווייל ביז דאן קומט עס אי"ה נישט אריין אין מיין שטוב.

אז זיי וויל שטיל מאכן די משוגעים זאלן זיי טרעפן בעסערע סטראטעגיעס. די אומדערהערטע, קראנקע, אידיאטישע צענזורירן בילדער פון זכרים נעמט מיר אוועק די גאנצע טעם דערפון. א גרויל.

נעקסט פאנגען זיי אן א "פון פענע צום מאמענט" רובריק.

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 6:46 pm
דורך נח בער
אפטעמיסט האט געשריבן:די מאמענט זאל זאפארט אויפהערן מעקן בילדער פון "גוים" ווייל ביז דאן קומט עס אי"ה נישט אריין אין מיין שטוב.

אז זיי וויל שטיל מאכן די משוגעים זאלן זיי טרעפן בעסערע סטראטעגיעס. די אומדערהערטע, קראנקע, אידיאטישע צענזורירן בילדער פון זכרים נעמט מיר אוועק די גאנצע טעם דערפון. א גרויל.

נעקסט פאנגען זיי אן א "פון פענע צום מאמענט" רובריק.

גם אני מצטרף להנ"ל.
הק' נח בער

סארא מין מעשה איז דאס?

דער מאמענט זאל גאר זיין דער וואס איז פאראויס אין צוריקטרעטן?

קיין איין אנדערע אידישע אויסגאבע/צייטונג/זשורנאל/מאגאזין פארמאגט נישט דער קראנקהאפטער תקנה פון פארמעקן דעם צלם אלוקים אויסער דער מאמענט וואס איז געווענליך יא פאראויס אין אלע אנדערע תחומין אין תוכן וכד' כלפי די אנדערע קינדערישע און ליידיג פון אינהאלט אויסגאבעס.

וועם ווילן זיי דא געפעלן?

מיר האבן זיי כמעט פארלוירן!

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 12:29 am
דורך קאצקע ציקער
זיי מעקן אויף אזא פאני פארנעם סיאיז אזוי אבוויוס פעך!!!

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 8:17 pm
דורך אפטעמיסט
אין די מאמענטס "יש אומרים" קאלום לעצטע וואך, האט דער שרייבער זיך צעלאזט אין ציטירט עפעס א מאדנע אויסברוך און טוץ פון קללות א שטייגער ווי פץ שמאק טיפוש אדג., אינטערעסאנט ער האט נישט גענוצט די שם של ארבע אותיות אויך... די וואך איז געדריקט אזא כמו אנטשולדיגונג פון די רעדאקציע. לכאורה צוליב יענע ציטאט. וואטעווער.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מוצ"ש יוני 13, 2015 10:10 pm
דורך קאסטנער
וואס איז די רעדע אין לאבין׳ס קאלום איבער די וועלכע קריטקירן דורשו?

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מוצ"ש יוני 13, 2015 10:41 pm
דורך [NAMELESS]
ס'געוועהן עפעס א פרעס ריליס פון דרשו צו באגריסן נתניהו

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 9:44 am
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 1:03 am
דורך קאצקע ציקער
איינער האט געליינט די מאמענט פון די וואך ? זיי ברענגען אראפ פון איינעם הרב פיש אז ס' קימט א חורבן אויף אמעריקא , מען דארף לויפן אויף ארץ ישראל בעפאר ס' צו שפעיט , ביז צוויי חדשים איז אמעריקא היסטארי....

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 1:06 am
דורך געוואלדיג
און רימינוב'ער רבי איז ביי דיר גארנישט?? :lol: :lol: