בלאט 25 פון 26

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2019 6:46 pm
דורך חתן בחור
מוכרח איז עס אוודאי נישט, ס׳איז פשוט א טייטש וואס שטימט אויף ביידע פלעצער. קען זיין אז רש״י וואלט געוויסט פון דיינעסארס וואלט ער עס אויך אזוי אפגעטייטשט.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2019 7:17 pm
דורך קול דודי
״תנין״ אונעם צייט / געגענט פונעם תורה האט לכאורה געמיינט א שרעקעדיגען ים-מאנסטער.

(https://en.wikipedia.org/wiki/Tannin_(monster

מען געפינט עס אויך דא:
https://en.wikipedia.org/wiki/Baal_Cycle

כ׳ווייס נישט אויב דאס מיינט די תורה מיט ״ויהי לתנין״, אבער איך מיין אז ס׳איז מסתבר.

״דיינעזארס״ אבער האבן נישט געלעבט אין ים. הגם ס׳זענען דאמאלטס געווען אנדערע באשעפענישן וואס האבן יא געלעבט אין ים פארשטייט זיך, ווי למשל דער פלאסיאסאר.
https://en.wikipedia.org/wiki/Plesiosauria

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2019 9:07 pm
דורך חתן בחור
רעפטיילס איז אויך כולל פארשידענע מיני באשעפענישען וואס לעבן אין וואסער, ווי קראקאדילס, ים שלענג, און טורטעלס (טשורעפאכע). לויט דעם איז נישט קיין סתירה ווייל ס׳איז א גרויסע משפחה און קען קולט זיין סיי ליזערדס און סיי שלענג.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 11:42 am
דורך שבת אחים
היסטארישע דורכברוך...
First-ever picture of a black hole unveiled
https://www.nationalgeographic.com/scie ... rophysics/

בילד

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 10:19 pm
דורך ונבנתה העיר

Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 8:07 am
דורך מי אני

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 3:54 am
דורך berlbalaguleh
חתן בחור האט געשריבן:רעפטיילס איז אויך כולל פארשידענע מיני באשעפענישען וואס לעבן אין וואסער, ווי קראקאדילס, ים שלענג, און טורטעלס (טשורעפאכע). לויט דעם איז נישט קיין סתירה ווייל ס׳איז א גרויסע משפחה און קען קולט זיין סיי ליזערדס און סיי שלענג.

אבער שבת אחים קומט פן די נקודה אז די מציאות פון דיינעסאורס איז א ראיה צו עוואלושן לפי שיטת דארווין. און (ח"ו) א הכחשה צו מעשה בראשית ויצירת העולם ע"י הקב"ה...!

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2019 5:40 pm
דורך שבת אחים
Scientists Restore Some Function In The Brains Of Dead Pigs

https://www.npr.org/sections/health-sho ... -dead-pigs

Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

נשלח: מוצ"ש מאי 18, 2019 11:50 pm
דורך גראף
די יונעווערס איז יונגער געווארן מיט בערך א ביליאן יאר.
https://www.nbcnews.com/mach/science/un ... cna1005541

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 12:17 am
דורך גראף
געטראפן א פאסיל פון א שלאנג מיט פיס.

https://www.livescience.com/amp/snake-w ... skull.html

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 11:17 pm
דורך גראף
די וועלט מאגנעטישע פעלד טוישט זיך פון יאר צו יאר און ריקט זיך מיט צענדליגער מיילן א יאר. דאס באדייט מען דארף האלטן חשבון כדי נעוועגעישן זאל זיין פונקטליך.

https://www.livescience.com/earth-magne ... idian.html

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 12:37 pm
דורך עגלה ערופה
מ'האט געטראפן חוה'ס "טשואינג גאם" און וויסענשאפטלער האבן מצליח געווען ארויסצונעמען די גאנצע דנ"א פון די טשואינג גאם. די דנ"א ווייזט אז חוה איז געווען טינקל הויטיג מיט בלויע אויגן
https://scitechdaily.com/scientists-ext ... hey-found/

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:25 pm
דורך שמן למאור
סייענטיסטן האבן אנדעקט א פרישע מאדנע באשעפעניש וואס פארמאגט 24 אויגן.
https://www.dailymail.co.uk/sciencetech ... -pond.html

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:38 pm
דורך מחונך
חתן בחור האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אבער ר׳ בערל, די אפטייטש פון תנינים איז נישט רעפטיילס נאר גרויסע וואל פיש.

קוק וואס מיין עלטער עלטער זיידע רש״י הקדוש שרייבט:
"הַתַּנִּינִם" - דגים גדולים שבים. ובדברי אגדה (בבא בתרא עד ב), הוא לויתן ובן זוגו, שבראם זכר ונקבה, והרג את הנקבה ומלחה לצדיקים לעתיד לבא; שאם יפרו וירבו, לא יתקיים העולם בפניהם. התנינם כתיב.
״ויבא משה ואהרן אל פרעה ויעשו כן כאשר צוה ה׳ וישלך אהרן את מטהו לפני פרעה ולפני עבדיו ויהי לתנין״

האלטסט זיי האבן אראפגעווארפען א וואלפיש פארענט פון פרעה?

שפתי חכמים זאגט ״כי שם התנין ביבשה הוא נחש ובמים הוא דג״. רעפטיילס זענען טאקע דא סיי וואס לעבן אויפ׳ן יבשה און סיי וואס לעבן אין וואסער, מילא קען עס שטימען אויף ביידע פלעצער.[/quoteדער מקור פון שבתי חכמים איז דער רד"ק אין ספר השרשים. ער שרייבט דארט אז קאנטעקסט קען טוישן די דעפינישען פון א ווארט ופשוט הוא.

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 9:54 pm
דורך berlbalaguleh
מחונך: איך האלט אז דו ביסט גערעכט... ווייל דער ווארט "תנין" מיינט אין ענגליש...Serpent...אין חומש שטייט...התנינים הגדולים... וואס (לפענ"ד) מיינט דיינאסאורס...!

ועוד: סייענס דארף נישט זיין (און איז נישט) קיין סתירה צו די תורה. און מעשה בראשית.

איך האב געטראפן א רמז אין די תורה (פ' שמיני) אויף "עוואלושן". דארווין האט נישט גערעדט אינגאנצן שטותים. נאר ביי א געוויסע נקודה האט ער זיך טועה געווען.

Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 10:04 pm
דורך שערי יושר
אין דריי טויזנט יאר האבן בעלי חיים זיך נישט צופיל געטוישט

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 10:13 pm
דורך berlbalaguleh
שערי יושר: מ'גייט לויט די שיטה אז ..."העולם קדמון הוא"...!

ועוד. די באשעפענישן האבן זיך יא געטוישט אין די לעצטע 3 טויזנט יאר. נאר נישט אויף אזא דערקענבארן אופן ווי אין משך פון מיליאנען יארן. אפילו די נאטור פון מענטשן האט זיך אויך געטוישט. אין נאך א קורצערע תקופה ווי 3 טויזנט יאר.

נאר כל האמור לעיל איז נישט קיין סתירה צו די תורה. און מעשה בראשית. מעשי ידיו של הקב"ה.

Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 10:19 pm
דורך שערי יושר
דריי טויזנט יאר צוריק האבן שוין נישט געלעבט קיין דיינעסארס. קען דאס נישט מיינען תנינים גדולים

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 10:27 pm
דורך berlbalaguleh
שערי יושר: די חומש רעדט נישט פון 3 טויזנט יאר צוריק. די תורה פארציילט וואס ס'איז געווען פאר'ן מבול. די דיינאסאורס זענען אפגעווישט געווארן ביים מבול. אבער פאר'ן מבול האבן זיי געלעבט אויף ביידע באקן. און זיי האבן אנגעמאכט צרות. עיין ב' דזשוראססיק פארק. מ' הרה"צ...נו, וויאזוי הייסט ער שוין דארט. דער פראדיוסער פון דזשוראסיק. און אויך פון שינדלער'ס ליסט...סטיוו...עפעס. כ'האב שוין פארגעסן...! שוין דערמאנט: שפילבערג...!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 12:07 pm
דורך סקעפטיקער
איך האב שוין דא מבאר געווען אז תנין איז א קראקאדייל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:30 pm
דורך berlbalaguleh
סקעפקטיקער: תנין מיינט פון דעם (הויפט) מין, "רעפטייל". וואס רעכנט אריין שלענג. קראקאדיילס, עליגעיטארס, דיינאסאורס. און אפשר אויך וואלפיש. וואס זענען (עכט) נישט קיין פיש. נאר מאממאלס. זיי זענען ווארם-בלוטיג. אין לשון קודש הייסט דאס..."יונקים"...!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 3:11 pm
דורך סקעפטיקער
berlbalaguleh האט געשריבן:סקעפקטיקער: תנין מיינט פון דעם (הויפט) מין, "רעפטייל". וואס רעכנט אריין שלענג. קראקאדיילס, עליגעיטארס, דיינאסאורס. און אפשר אויך וואלפיש. וואס זענען (עכט) נישט קיין פיש. נאר מאממאלס. זיי זענען ווארם-בלוטיג. אין לשון קודש הייסט דאס..."יונקים"...!
פארוואס האסטו נישט אריינגערוקט נאך אפאר בעלי חיים פאר דעם געלט?

און אגב, אויב דיינאסאס זענען רעפטיילס זענען עופות אויך כידוע ליודעים

Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 3:19 pm
דורך שערי יושר
סקעפטיקער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:סקעפקטיקער: תנין מיינט פון דעם (הויפט) מין, "רעפטייל". וואס רעכנט אריין שלענג. קראקאדיילס, עליגעיטארס, דיינאסאורס. און אפשר אויך וואלפיש. וואס זענען (עכט) נישט קיין פיש. נאר מאממאלס. זיי זענען ווארם-בלוטיג. אין לשון קודש הייסט דאס..."יונקים"...!
פארוואס האסטו נישט אריינגערוקט נאך אפאר בעלי חיים פאר דעם געלט?

און אגב, אויב דיינאסאס זענען רעפטיילס זענען עופות אויך כידוע ליודעים
אגב. לויט די וויסנשאפטלער זענען דיינעסארס די פארגייער פון עופות